היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » נייע אהרונים וואוטערס אין קרית יואל

נייע אהרונים וואוטערס אין קרית יואל

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1308834

זשוליאני08 » 11/3/2005 03:20

מארגן גייען איינגעשוואוירן ווערן א גרופע אהרונים אלס אמעריקאנער סיטיזנס.

די ווילידזש שטעלט צו א באס צו די איינשווערונג צערעמאניע.

וועלן יעצט זיין נאך אהרונים וואוטערס אין שטעטל, נאר אזוי.

getme » 11/3/2005 03:32

סיי וי לויט מיר ווייסן האט פנחס יאקאבאוויטש געזאגט ביי די מיטינג מיט סאקא אז די

"אליינס איז די מערהייט אין שטעטעל"

ממילא איז אשאד די ארבעט די ארונים קענענן פארגעסן פין געווינען
ליין דא
The KJ Alliance is an umbrella organization representing dozens of
congregations that are at odds with the leadership. Together they
represent perhaps more than half of the residents of KJ. Jakobowitz
told us that they understand the need to be part of


תוקן על ידי - getme - 11/03/2005 4:22:48

געשמאק » 11/3/2005 04:11

פנחס'ל פנחס'ל, חלום חלמת..... נעבעך נעבעך.

קרית_יואל » 11/3/2005 06:01

זעט אויס אז דער ווילעדזש ציטערט פון עפעס...

זשוליאני08 » 11/3/2005 15:26

אוודאי ציטערן זיי פון עפעס, ווייל דער רעקארד האט געכאפט די 12 פאלשע וואוטס וואס האבן געמאכט אברהם ווידער געוואונען די פאריגע וואלן.

האט מען געמוזט שנעל מאכן 12 נייע סיטיזענס, און אזוי זענען מיר שוין פארזיכערט מיט א געווינס

guar » 11/3/2005 18:29

וואס איז אייער מיינונג.

צי האבן נאך די נעבאכדיגע אויסגעשפילטע זאליס (הנקרא אלייענס) עפעס א שאנס צי געווינען דא עפעס??

מיין מיינונג איז אז ניין, אין די סיבה איז גאנץ פשוט, קודם כל ווייל די וועלט ווערט געפירט מיט השגחה פרטית פין רבש"ע אין עס שטייט בפירוש אין פסוק "כי לא יניח שבט הרשע על גורל הצדיקים" במילא פאר דעם אליין'ס איז נישט במציאות אז די געמיינע זאליס מיט די אזוי געריפענע וועד הרבנים וואס זייער גאנצע ציל איז נאר צי צוברעכען וואס רבינו הק' זי"ע האט אויפגעשטעלט, בבחינות גם לי גם לך לא יהי', זאלען קענען עפעס געווינען דא.

אין צווייטענס, איז פשוט אין פראקטישן זין פין ווארט, די זאליס האבן נישט גענוג מענטשען צי קענען געווינען , אזוי ווי די מציאות האט זיך שוין ארויס געשטעלט עטליכע מאל.

אין די פראבלעם פאר די זאליס ווערן נאר ערגער אין ערגער, ווייל אמת אין אלע קרייזן וואקסט מען, אבער מען דארף פארשטיין אז ווי באלד די ארונים זענען א גרעסערען ציבור אויטוימאטיש וואקסען זיי מער כ"י, אין נאך א זאך דארף מען וויסען אז עס האלטן אין איין ארויס מופן פין שטאט מענטשען , אין רוב דערפון זענען ארונים דאס קען מען אליינס איבערצייגן.

עכ"פ מיין מיינונג איז 0 טשענס פאר הרב זאלי, וואס זאגט עטץ???

זאליweaky » 15/3/2005 04:49

ווענט זיך וואו און ווען עס וועט זיין די נעקסטע מחלוקה

קרית_יואל » 15/3/2005 17:22

GUAR
איך זע וויאזוי דו באווארענסט זיך.
ערשט ווילסטו טראגן א פרום און ערליך פנים און דו בויסט אויפ'ן פסוק "כי לא ינוח שבט הרשע וגו'". אבער וויבאלד דו אליינס גלייבסט דאך נישט דערין ברענגסטו נאך א ראי'.
פארפאלן! דו ביזט א תלמיד חביב פון דיין רבי'ן וועלכר זאגט אויך אלעמאל אזעלכע לאקשן תורות... (עיין ערך לאנדאן...)

גוטזאגער » 15/3/2005 23:19


קרית-יואל
אפשר זאג עפעס מער צו די זאך,זאג אפשר א פלאן וויאזוי שווימער פלאנט דאס מאל יא צו געווינען (פאר עכט) .

guar » 15/3/2005 23:45

קרית_יואל: איך מיז דיר זאגען בראווא!!!

אזוי גיט אפגענטפערט,

איך וועל דיר זאגען נאך מער, אז לויט דיין פורים רב'ס פורים אין לאקשען תורות קומט דאך אויס אז א מחצית השקל איז דאך פאקטיש א שקל שלם, אויב אזוי איז 30% פראצענט שטעטעל, עכט זעכציג פרעצענט שטעטעל , נו במילא זענט עטץ קלאר די רוב.

נו, איז דאס נישט א שיין פשעטעל לכבוד פורים, פארפאלען מענדל שווימער איז יא דער פורים מעיאר אין ק"י.

זאליweaky » 16/3/2005 04:27

דו דארפסט נישט גיין אזוי ווייט...

די אלייענ'ס האט שוין אליין אמאל ארומגעשיאט א בריוו וואו זיי האבן מסביר געווען אז זייערע 1300 וואוט'ס (זיי האבן באמת דאן באקומען נאר 1100, אבער ס'מאכט נישט...) זענען באמת 2600 וואוט'ס.

איר געדענקט נאך ???

קרית_יואל » 16/3/2005 05:27

דאס וועט לכאורה שטימען לויט דיין רבי'ןס עם הארצישע תורה אין לאנדאן אז אויך קינדער האבן געגעבן פאר די אדנים טראצדעם וואס דער פסוק זאגט מבן עשרים שנה ומעלה לשש מאות אלף ושלשת אלפים וחמש מאות וחמשים...

guar » 16/3/2005 20:20

קרית_יואל אפשר זאגסטו מיר ווי אזוי, סתם צי רעדן שטותים מיט הבלים, קוקסט דאך שוין אויס אזוי ווי דיין בור ועם הארץ, דער פורים רב פין וומ"ס.