היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » באריכט נישט ארויסגעקומען היינט

באריכט נישט ארויסגעקומען היינט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1308727

קריתיואלער » 11/3/2005 00:22

דער באריכט איז נישט ארויסגעקומען היינט דאנערשטאג.

קיינער ווייסט דערווייל נישט פארוואס.

ווי מען שטעלט זיך פאר וועט דער באריכט אנקומען פרייטאג אדער שבת, אבער דאס ארויסקומען נישט אין צייט ווייזט אויף שוואכקייט, און איז א גרויסע בושה פאר די אלייענס.

קרית_יואל » 11/3/2005 06:03

איך געדענק נאך ווען דער בלאט פון נאך יו"ט האט געדארפט ארויסקומען מיטוואך אנשטאט דאנערשטאג צוליב די חתונה.
אבער פאקטיש איז עס ארויסגעקומען דאנערשטאג אין טאג פון די חתונה לחרפתם פון די אהרונים וועלכע האבן נישט געוואוסט וויאזוי דאס צו פארענטפערן.
זארג נישט.
דער באריכט איז שוין אינדרויסן. עס האטז יך פשוט געמאכט א פארשפעטיגונג צוליב א קאמפיוטער גליטש.

זשוליאני08 » 11/3/2005 15:29

די אהרונים האבן געוואלט ארויסקומען פריער מיט דער בלאט און זענען נישט ארויסגעקומען פריער נאר אין דעם טאג וואס זיי קומען ארויס יעדע וואך

דער באריכט איז נישט ארויסגעקומען אין דעם טאג וואס עס דארף ערשיינען, און דאס איז ציפעדיגע און ברענעדיגע בושות.

גוטזאגער » 11/3/2005 18:22

היינט פרייטאג איז עס אויך נישט אנגעקומען,וואס גייט פאר.

קרית_יואל » 14/3/2005 01:08

גוטזאגער
האסט שוין באקומען דעם באריכט?

זשוליאני08 » 14/3/2005 03:23

ווי ס'קוקט אויס האט ער עס נאכנישט באקומען

ווייל רוב שטעטל האט עס נאך אלס נישט באקומען.

מען האט ארויסגעשיקט א 400-500 שטיקלעך, אז די אהרונים אויף היידפארק זאלן נישט קענען פייערן נצחון.

אבער נאכ'ן אנקוקן דעם נעבעכדיגן באריכט, פרייען זיך די אהרונים שוין גאר.

קרית_יואל » 14/3/2005 16:22

יא אהרונים! עס איז ליידער נישטא אויף וואס צו שעלטן די וואך...
יא! עס אזי אמת. דער באריכט איז טרוקן.
כ'האף אז זיי וועלן אונז געבן די גוטע סחורה אינעם קומענדיגן אויסגאבע.