משה מענדל טירנויער קומט צו פארן ווי א גרויסער לוזער, דעם שבת קיין קרית יואל.
טירנויער האט געהערט אז דער קרית יואל'ער רב איז געפארן קיין לאנדאן, האט ער באשלאסן אז ער גייט אפטאן אמעריקע אויף טערקיש, און קומען צו פארן קיין קרית יואל אויף דעם שבת.
גאנץ שבת וועט טירנויער זיך דרייען צווישן די אפגעריסענע. ער וועט פראווען שבת א באטע ביי מענדל שווימער אין שטוב און די תפלות וועלן זיין ביי ראיעל ראוז, א זאל וואס באלאנגט פאר בני יואל (אוי, משה מענדל, אזא 360 דעגרי טשעינדזש געמאכט?)
משה מענדל'ס תלמידים פלאנען ע"פ רוב צו באיקאטן דעם שבת.
טירנויער'ס חסידים קאלן ארום געוועזענע תלמידים פון טירנויער אין קרית יואל, און בעטן זיך ביי זיי אז זיי זאלן זיך קומען באטייליגן אין דעם שבת אין קרית יואל, ווייל זיי ווילן נישט אז ביי די מסיבות וואס משה מענדל פראוועט זאל מען נאר זען זאליס וואס קומען ארויס נאר פאר טריץ.
כפארשטיי אים נישט
ער באגייט סתם זעלבסמארד
ער זאל בעסער נישט צוריק גיין קיין מאנטריאל
ווייל קיין האניג גייט ער נישט לעקן
ווי איך הער פון אנ''ש מאנטריאל זענען זיי זייער ברוגז אויף זיין מישן זיך אפען אין מחלוקת
און עס וועט שטארק אפשוואכן זיין שוין אובאלומפערטע דיינות
ווי איז זיין שכל??????
א רומער גייט ארום נישט פון א מקור מוסמך אז די טעראר פארטי בעט עיהם אז ער זאל איבערלאזען מאנטריאל אין זיך אריבער ציען אויף קר''י אין מערדזען זיין ישיבה מיט סאסמאנס אויסגעשפילטע ישיבה
די וואך איז א טעסט צו ער איז רעדי אויפצומאכען א נייע פראנט באתרא דמר
נישט קיין שלעכטער פלאן...
אבער לפי ידיעתי איז דא אנדערע פלענער פאר קרית יואל!
וועלכע אנ"ש אין מאנטרעאל זענען גערעגט?
די קומץ קטן ועלכע האבן זיך באטייליגט ביי די דרשה פון גאב"ד קעי.דזשעי. זונטאג צוויי וואכן צוריק?
וועמען ווילסטו משוגע מאכן?
יא איך ווייס,
פאר סאקע האט פינקוס יאקאבאוויטש אויך געזאגט אז די אהרונים זענען א קומץ קטן אין קרית יואל
נאך א מזל אז איך האב געליינט פנחס יאקאבאוויטש'ס שטותים פאר דיין תגובה, וועגן דעם ווייס איך וויאזוי מען טייטשט קומץ קטן אין זאליש.
איך דערמאן מיך וויאזוי ווען דער רבי האט גערעדט ביי זלמן לייב'ס הכתרה און נישט דערמאנט קיין ווארט איבער די הכתרה, ביז ממש ביים סוף ווען ער האט זיך אנגערופן והעיקר שכחתי, מאכנדיג גרויסע בושות פאר די זאליס
האבן די זאליס דעמאלטס אריינגעלייגט די דרשה אין דער איד, און אנשטאט די ווערטער והעיקר שכחתי האבן זיי געלייגט: און די עיקר פארוואס מיר זענען זיך דא צוזאמענגעקומען.
בקיצור, די זאלי/אלייענס פארטיי האט אנדערע אפטייטשן פאר לשה"ק ווערטער ווי גאנץ כלל ישראל.
איך וואונדער מיך נאר איין זאך, אויב האט עטס יא אזויפיל מענטשן און זענטס אזוי פאוערפול, פארוואס קרוינט עטס נישט זלמן לייב אלס רשכבה"ג און שווימער אלס גאווערנאר פון ניו יארק (אדער אפשר גאר פרעזידענט פון אמעריקע).
עטס מיינטס אוודאי אז קרית_יואל איז סתם א משוגענער?
איך ווייס נישט, אפשר איז ער טאקע סתם א משוגענער, אבער דאס וואס ער רעדט זיך איין אז די אלייענס איז רוב אין קרית יואל איז נישט זיין שולד. דאס איז דער וועג וויאזוי די אלייענס פירערס רעדן, די חברה רעדן איין פאר זייערע מענטשן אז זיי זענען די רוב און אז זיי פירן די שטעטל, און זייערע נארישע נאכשלעפערס קויפן עס נאך אפ.
קוקטס למשל די בייגעלייגטע ארטיקל וואס מ.* שטערן האט געשריבן, וואו ער שרייבט אז די אלייענס זענען קהל און זיי זענען די ציבורישע אינטערעסן, און די אהרונים און די ווילידזש זענען די יחידים.
ס'גייט אזוי ווייט מיט זייער טיפשות, אז דער מיילעך שרייבט אז ועד הקרי' האט פארלעצט די תקנה פון רביה"ק זי"ע ווייל דער רבי זי"ע האט געזאגט אז נאר קהל (וואס דאס מיינט פארשטייט זיך פנחס יאקאבאוויטש) מעג קויפן שטחים ארום קרית יואל אבער נישט יחידים (וואס דאס מיינט פארשטייט זיך ועד הקרי'),
אויך שרייבט ער דער רבי זי"ע האט זיי געגעבן די רעכטן אנצופירן מיט קרית יואל (אפשר געדענקט איינער ווער ס'איז געווען דער אלייענס פירער אינעם רבי'ן זי"ע'ס צייטן?)
סאו, איז נאך דא איינער וואס וואונדערט זיך פארוואס זיי האבן אזויפיל קיען וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען די רוב און די אהרונים זענען נאר אפאר יחידים, ווען אין זייערע פאבליקעישאנס רעדט מען צום ציבור ווי גלייך עס איז נאך די גוטע צייטן און זיי זענען מושל בכיפה און ס'איז דא א גרופע מחרחרי ריב וואס ווילן זיי אונטערברענגען.
*מ. קען מיינען מיילעך און קען אויך מיינען מנובל
[בילד – נישט אפגעהיט]