וויליאמסבורגע פרוי געפייניגט - שוידערליך
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1306316
איך האב געטראפן אן אינטערעסאנטע מעשה אין א ספר, וואס האט זיך אפגעשפילט דא אין וויליאמסבורג. איך וויל נישט אריין גיין אין דעם ענין פון גלגולים, מ'קען אויף דעם עפענען א באזונדער אשכול. און אויך נישט אין דעם ענין פון די 'חכמים' וואס געבן זיך אפ מיט די סארט זאכן.
וואס איז מיר יא אינטערעסאנט צו וויסן איז: אויב איז די מעשה אמת, דאן האבן זיכער עטליכע צענדליגער מענטשן געוואוסט דערפון. ממילא בין איך עס מפרסם דא אויף היידפארק, ווי עס קומען זיך צוזאם אזויפיל מענטשן, וויל איך זעהן אויב איינער ווייסט אדער געדענקט עפעס אזא מעשה.
אויב יא, איז די מעשה ממש שוידערליך, תסמר שערות אנוש!
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
א שיינע באבע מעשה.
יעצט גיי שנעל קויף די ספר "שדי תפוחים" און פארגעס נישט צו געבן א "טיפ".
איהר מיינט אז משיח_השם קען נישט טייפן אויף לשון הקודש אין ווארד, סקענען וואס ער האט געטייפט און פאוסטן אויף ה"פ: "געטראפן אין א ספר"?
איך זאג נישט אז ער האט דאס געטון, אבער ער איז אימשטאנד
הרב נבוכדנאצר
שכויח פאר'ן ריכטיג אפשאצן מיינע קוואליפיקאציעס.
מען דארף נישט ליינען מער ווי צוויי שורות צו זען אז דער שרייבער איז א נארישער סטיריאוטייפער, וואס טומעלט צווישען אלדשיריע, וויליאמסבורג אין דשאמעיקא.
דאכט זיך מיר אז אויסער משיח האט נישט קיינער פון אונז נישט געטראפען א וויליאמסבורגער פרוי, וואס ביי איר געבורט האט מען גלייך מחליט געווען אז זי איז א שיקסע, די מעשה פאסק אפילו נישט פאר קיין נארמאלער לץ וואס וויל ליצנות מאכען פון דעם פרומער עולם, נאר פאר.
משיח במקרה האלט איך דיינע שרייבען טאלאנטען אסאך העכער פון דעם שרייבער, וואס זעט אויס ווי א פשוטער טיפש.
תוקן על ידי - עפשטיין - 08/03/2005 21:00:42
הרב עפשטיין
קודם כל שכויח פאר'ן קאמפלימענט.
שנית, איבער וואס דו האסט געשריבן:
דער שרייבער פונ'ם ספר האט גארנישט קעגן וויליאמסבורג. און אגב זיינע השקפות זענען אין א געוויסן זין, פונ'ם וויליאמסבורגער סארט. און אויב ליינסטו די גאנצע מעשה, וועסטו זעהן אז ער פירט גאר אויס, אז דער טאטע איז גערעכט מיט'ן איר אנרופן שיקסע.
דאס איז א דיקער ספר, וואס רעדט פון צענדליגער אנדערע נושאים. און אגב, בתוך הדברים האט ער אריין געווארפן די מעשה. ווען איך האב געליינט די מעשה, האב איך מתחילה אן נישט געגלייבט די מעשה, עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, אז אזא זאך זאל קענען פאסירן. אבער פון די צווייטע זייט, לויט ווי איך האב געליינט דעם סגנון פונ'ם שרייבער, זעה איך נישט קיין שום סיבה, פארוואס ער זאל אויפמאכן אזא מעשה. ער האט דארט נאך צענדליגער מעשיות פון גלגולים וואס ער האט געזעהן. און אויך פונ'ם גאנצן ספר, קוקט ער אויס ווי א תמימות'דיגער איש אמת. ממילא האב איך געטראכט עס צו געבן א שאנס. כ'וועל עס ארויף שטעלן דא, און הערן אויב איינער ווייסט עפעס פון אזא מעשה.
אין ערגעץ אין די מעשה - און אינ'ם גאנצן ספר - קוקט נישט אויס ווי ער האט עפעס קעגן וויליאמסבורג.
איך קען אבער פארשטיין אז א וויליאמסבורגער זאל ווערן געטראפן דערפון!
ביטע גיב פרטים, וויאזוי הייסט דער ספר ? ווער איז דער מחבר ?
איך האב חשק עס צו זעהן אינעווייניג, לויט די מעשה קוקט אויס אז ער האט נאך גאנץ אינטערסאנטע זאכען, פליז "ניתי ספר ונחזי"
משיח
וועגען דעם האב איך טאקע געשריבען אז די וועסט איהם יא גלייבען, אנדערע אבער וואלטען זיכער נישט געקויפט אזא טשאדעלע באדעלע מעשה.
זיין מאיעסטעט משיח_השם!
דער שרייבער פונעם ספר האט פרובירט איבעשרייבן אלע דמיונות וואס מיר האלטן אין איין לייענען דא אויף ה"פ אין פארזעצונגען, און עס איבערגעזעצט אויף מאדערן-לשון הקודש, אדער העברעאיש, וואס צו מיין באדויערן איז דער שרייבער נישט באהאוונט אין די שפראך, די שפראך פאר זיך איז לויטער לויטער וויליאמסבורג, ווער עס קען העברעאיש אדער לשון הקודש ועט דאס גלייך באשטעטיגן,
דער שרייבער קען נישטאמאל אזא איינפאכע זאך אז א ספר שדי תפוחים עקזיסטירט נישט, אפשר שדה תפוחים, אויך א ספק, עס איז נישט קיין טעות, נאר פשוט אי-ידיעה און דאס זעהט זיך אהן אויפן גאנצן שטיק שטות, יעדער מבין זעהט עס גלייך אהן, פאר שוטים קענסטו פארקויפן אלעס, אפילו אז דו ביזט משיח
משיח ס'איז זייער א שיינע אין דראמטישע מעשה,
אפשר לייגטסו דא ארויף נאך אזאלכע באבע מעשות פון די ביכל.
לענינינו אבער אין וויליאמסבורג איז אזא מעשה נישט פארגעקימען ווייל ווען יא וואלט יעדער געוויסט דעפון.
והשנית אויב מ'האט אוועק גענומען די קינד וואלט יענער אנגעקלאגט געווארן פאר קינדנעפינג וואס ער וואלט נאך יעצט געזיצן פארוואס ווייסט קיינער נישט פון איינעם וואס זיצט אדער איז געזיצען פאר קינדנפען.
אפשר מיינסטו ישי פימא'ס מעשה? אדער יסעלע שאכמאכער?
הרב יקרבו
איך קלער אויך אז די מעשה איז נישט פארגעקומען כנזכר לעיל. אבער דאך האב איך זיך נישט געוואלט פארלאזן אויפ'ן אייגענעם שכל, כ'האב געוואלט אנפרעגן אנדערע צו קיינער האט נישט געהערט דערפון.
אין דעם ספר איז דא נאך אינטערעסאנטע מעשיות, ווי שוין אויבנדערמאנט דורך הרב שמחהלע. נאר דאס וואס דו בעטסט אז איך זאל עס דא ארויף שטעלן, קען איך ליידער נישט ערפילן. ווייל עס איז מיר זייער שווער דעם גאנצן פראצעדור. קודם דארף איך מאכן קאפיס פונ'ם ספר. דערנאך דארף איך דאס אריין סקענען. נאכדעם דארף איך אויסשניידן דעם טעקסט, (כדי מען זאל נישט זעהן פון וועלכן ספר כ'האב עס גענומען). ממילא גיי איך נישט אריבער גיין דעם גאנצן פראצעדור פאר שטותים.
הצלחה
פארוואס האסטו מורא ארויס צו געבן די נאמען פון די ספר/ביכל
הרב יקרבו
ווייסטו דען נישט, אז משיח איז אין געהיים!
און אלע מיינע ריסאורסעס דארפן בלייבן אין געהיים.
ואתכם הסליחה
איך בין דערגאנגען דעם סוד. איך האב געטראפן דעם ספר, איך האב געבלעטערט דערין און געטראפן די סיבה פארוואס משיח_השם וויל נישט ארויסגעבן דעם נאמען און ווער דאס איז.
דאס איז פון חלק שלישי אות כ"ג.
[בילד – נישט אפגעהיט]
איינער פון די כשרונות פון א שרייבער מיז זיין אז א מעשה זאל זיך לייגען אויפן שכל.
אסאך מעשיות אין ביער זענען לכתחילה נישט ריכטיג, אבער דער מחבר פרובירט אז די מענטשען וואס ליינען זאלען זיך איינרעדן בשעתן ליינען אז עס איז ריכטיג, כדי זיי זאלען הנאה האבען.
דער שרייבער האט נישט דער כשרון, זיין כח הדמיון איז קינדעריש, הויל חלומות כתינוק בן יומו.
נבוכדנאצר
תסמרנה שערות ראש
נבוכדנצר
נבוכדנצר A1
מיט דאס האט זיך די מעשה גענדיגט? אדער משיח השם און נבוכדנצר זענען ביזי שרייבן זייערע בויך ווייטאג??
דרך אגב סאיז זייער א גוטע ארבעט
ווער ס'קען באווייזן דאס וואס משיח מיט נבוכדנצר (א מין שותפות) קענען באווייזן זאלן ארויס ווייזן זייערע קענטעניסן ס'איז דא גענוג בעלנים דערויף ס'קען זיין אויף יודיש אויך ושלשה אחים יוכיח
עת לעשות לד' הפרו תורתך
אויף אזוינס וואלט איר זיך זיכער נישט גערישט.
"משיח_השם" מיט "נבוכדנצר" זענען איין מענטש!!!!
איר מוזט נישט גלייבן, אבער, ביי מיר איז דאס יעצט נתברר געווארן אויף 100%
"משיח" מיט דיין קליינעם טעות וואס דו האסט דא געמאכט, האסטו מיר אסאך קאפ-וויי איינגעשפארט
די צוויי ניק'ס וואס שלאגן זיך שוין אזוי לאנג דא ארום פארקערפערט אין זיך איין גרויסען משוגענעם!
יעצט וואונדערט אייך מער נישט אויף די "צוויי אויסערגעווענדליכע פאני ניק-נאמען"!
אוי, דער גייט מיך דער'ממית'ן..... שמע ישראל...
משה בער דא האסטו איינע פון צוויי עצות:
[בילד – נישט אפגעהיט]
אויב עס ארבעט נאך אלס נישט, פרוביר דאס:
[בילד – נישט אפגעהיט]
און "משיח" וואספארא פילן גייסטו מיר געבן?
משה בער, אדער האסטו נישט געליינט וואס איך שרייב, אדער האסטו נישט געליינט וואס ער שרייבט
סתם שרייען "כאפצעם" ווייל עס דמיונ'ט זיך דיר אז וויבאלד משיח_שקר האט געפעלטשט א "ספר" און איך האב געוואלט מאכן פורים פון אים אז יעדער חדר יונגל קען עס מאכן - דארף מען נישט משה בער בעק, סתם יעדער קען דאס "כאפן אויף הונדערט פראצענט"
טו מיר א טובה, מיש זיך נישט אריין וואו דו באלאנגסט נישט
איך זעה אז דיין אנדערע ניק האלט זיך אין די ראמען...
משה בער
האק נישט אין טשייניק. גיי רעד מיט די אראבער און לאז אונז געמאכט.
נבוכדנצר איז נישט משיח, יעדער ווייסט דאס.
משיח איז א מאדנע מענטש.
ער שרייבט אין אישית אז די ספר פין ווי ער האט גענומען די מעשה הייסט, שער יוסף, לר' יוסף שבתאי.
דער טיפש האט געמיינט אז איך וועל קויפען זיין בלאף.
תוקן על ידי - אינהכינמי - 14/03/2005 6:07:36
הרב משה בער
איך מוז דיך גראטולירן ווי שנעל דו האסט צוגעטראפן דעם געמיינזאמקייט פון אונזער שרייבעריי. כ'האב מיך טאקע געוואונדערט ווי לאנג עס וועט נעמען פאר'ן עולם צו אנטדעקן די ענליכקייט פון אונזערע ארטיקלען, על אף וואס ס'איז געשריבן אויף צוויי אנדערע עקסטרעמען.
אבער לדאבונינו ולדאבון לב כל בית ישראל, מוז איך דיר זאגן, אז ניין, דו האסט נישט צוגעטראפן דאס מאל. וויפיל איך שעץ דיין שרייבעריי - און נישט דיינע ארונישע מיינונגען - ביסטו אבער דאס מאל אדורכגעפאלן. איך און נבוכדנאצר זענען נישט דער זעלבער מענטש.
איך פארשטיי דיין שטאנדפונקט, און איך קען זעהן פארוואס דו האסט אזוי געטראכט. אבער ס'איז נאך אלץ נישט אזוי.
איי וועסטו פרעגן דו זעהסט דאך יא עפעס דא. וועל איך דיר ענטפערן: ביסטו גרייט?
איך הער נישט?
ביסט גרייט?
אקעי, איך און נבוכדנאצר זענען נישט דער זעלבער מענטש. אבער .......
מיר זיצן צוזאמען אין דעם זעלבן אפיס, מיר זענען שותפים אין ביזנעס. און מיר גרייטן צוזאמען אן אונזערע ארטיקלען. און יעצט האבן מיר אפגעמאכט (א יא נבוכדנאצר'ל? [ער שמייכלט]) אז מיר וועלן זיך אנטשולדיגן דא ברבים פאר'ן עולם.
פאר א שטיק צייט צוריק, האמיר אונז געהאט א שמועס, צו מ'קען מאכן פורים פונ'ם עולם אדער נישט. און אונז האמיר באשלאסן עס אויסצופרובירן. באמת בין איך נישט אזא משכיל, און ער איז נישט אזא סאטמארער, ער האט קיינמאל אין סאטמאר נישט געלערנט. נאר אונז האמיר זיך גענומען שרייבן ארטיקלען, אין צוויי שטארקע עקסטרעמען, איינער קעגן דעם אנדערן. און מ'האמיר זיך ממש אונטערגעהאלטן צו זעהן ווי דער עולם גולם ליינט מיט אזא הנאה און געשמאק. און מ'טענה'ט זיך ארום אויף אונזער חשבון.
איי ס'איז א מחיה
בעסער קען נישט זיין
איי א פארגעניגן
...
נ.ב. אוי וויי, ער זיצט שוין דארט ביים קאמפיוטער און קלאפט אן ארטיקל קעגן מיר.
און איך דארף אויך צולייגען,
עס איז לכאורה נישט דא א מענטש וואס הייסט יוסף שבתאי, און א ספר וואס הייסט שער יוסף.
משיח איז א משיח שקר!
תוקן על ידי - אינהכינמי - 15/03/2005 22:25:44
הרב הקדוש מסאטמאר זי"ע אין די ערשטע יאהרן אין אמעריקע האט געזאגט אין א דרשה ביי א דינער, אז אין אמעריקע ווער עס בויעט א סוכה - איז א סאטמערער; ווער עס גייט מיט בארד און פאות - איז א סאטמערער. (אגב: בימינו זעהט אויס זענען נאך געבליבן רעשטלעך פון דעם אלטן דור, ראביי טעדנלער האט לעצטנס געזאגט, אז די סאטמערע האבן אויף איהם געמאכט א קול קורא פון אריבער 100 רבנים, כ'מיין אז מען דארף זוכן סאטמערע אויף יענע ליסטע, אבער אזוי איז עס שוין געבליבן, ער געדענקט נאך פון חדר, אז ווער עס איז א פרומער איד און נעמט זיך אהן פון מסורה און אידישקייט, איז א סאטמערער).
נאך א נקודה. כ'האב מיך אמאל געטראפן מיט איינעם פון מיינע יוגנט פריינד, וואס לעצטנס ציהט ער אביסל לינקס, רופט ער זיך אהן צו מיר, אה וואס טוט זיך, מען האט שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, זייט דיין לעצטן ספר ביזטו איינגעשלאפן, ווען קומט שוין ארויס דא מיט יענץ, און ער רופט זיך אהן: אין עולם האקדמי זאגט מען, OR YOU PUBLISH OR YOU PERISH.
זאג איך איהם, חבר טייערער, אין עולם התורה זאגט מען פארקערט. פרעגט ער מיט איראניע, וואס הייסט, וואס זאגט מען אין עולם התורה? זאג איך אים: וואס מען זאגט אין עולם האקדמי - זאגט מען אין עולם התורה פונקט פארקערט
ודי למבין
לענינינו: אויב שרייבט מען תורה אדער אידישקייט - שרייבט מען קעגן משיח_שקר!
תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 14/03/2005 20:15:54
/
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
חטאתי עויתי פשעתי.
איך וואלט נישט חוזר געווען נאר צוליב די דעקעל. עס קען אויך זיין געפעלשט. נאר וואס דען?
איך האב עס דא געטראפען.
http://ram1.huji.ac.il/ALEPH/ENG/NNL/NNL/NNL/FULL/0939582?אלזא יעצט דארף מען נאכקוקען אויב די מעשה שטייט טאקע דארט.
ולאחר ככלות הכל, די מעשה קען נישט זיין אמת אזוי ווי עס שטייט. קיינער רופט נישט א מיידעל ווען זי ווערט געבוירען א שיקסע, יא עס קען געשעהן אז א פרוי זאל אראפ קייקלען פין אידעשען וועג, און מען זאל פארארבעטען מעשים זי זאל נישט האבען די קינדער, וכו', אבער די מעשה כמו שהוא, איז רחוק מאוד מן הדעת אז עס זאל פארקומען.