היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » הגה״צ דומ״ץ סאטמאר מאנטריאל פקודי בקרית

הגה״צ דומ״ץ סאטמאר מאנטריאל פקודי בקרית

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1302462

SRULI2 » 4/3/2005 19:52

he will be here on shabos and sunday will be the diner for his yeshivah in shopping center

KJAlliance » 4/3/2005 20:37

דאכט זיך אז ער וועט זיין א וואך שפעטער

צוליב א אפשערן בבית בנו, מאנטאג צו, אין קרית יואל

הגם עס איז מעגליך, נעקסטע וואך אויך, צוליב דעם וואס ער האט א חתונה פון א נעפיו, דאנערשטאג פקודי

ע"כ פון מיינע 'סארסעס', ווער עס ווייסט, צו ער וועט טאקע זיין ביידע מאל, איין מאל, און ווען וועט ער זיין אויף שבת

איך בין שוין מנדב ח"י פעמים צ"ל

און איך וועל אי"ה געבן א "תאנה" גדולה

ווער נאך וויל געבן, לאמיר מאכן אן אפיעל דא

וואסענייעס » 4/3/2005 21:11

זאג נאר. א געצייטיגטע

Bombardier » 4/3/2005 21:13

ס אמיקו שבז לכחויע כסי קפנדו ?

זאליweaky » 4/3/2005 22:40

ווען, וואו, און וויאזוי גייסטו עס געבן ?

ביטע מעלדן פון פריער, איך וויל אויך דארט זיין...

refwmore » 13/3/2005 04:44

וויאזוי איז געווען דער שבת?

קרית_יואל » 13/3/2005 21:32

עס איז געווען א מעכטיגער שבת.

KJAlliance » 13/3/2005 23:21

דאכט זיך אז מען דארף צולייגן צו די אלע געהויבענע טיטלען, פון דעם מאנטריאלער... דעם טיטול הרב הגאון הגר צדק


ווייל וויפיל סאטמערע אידן, קענט איר, וואס האבן נישט קיין שום משפחה אין קרית יואל "גארנישט" ממש, אלא מאי, מוז זיין אז מען רעדט פון א גר צדק, און דעריבער האט ער געזוכט אן אכסניא, און דער "גוטהארציגער" מעיאר שווימער האט אים אריינגענומען

אגב, מוז מען דא קלאר שטעלן, אז די אלע שקרים פון די אהרונים אז ער האט יא קרובים, איז שקר, פונקט ווי זייער אלע אנדערע שקרים, זיי פארקויפן די פאלגענדע נעמען, אלץ קרובים

4 שוועסטערס, אשר הרה"ג ר' יוסף צבי סופר, אשר ר' בערל פאלאטשעק, אשר ר' משה אליעזר ניימאן, אשת ר' חיים צבי אפעל,

1 ברודער, ר' שלמה טירנויער

2 שוואגערס, הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן, הרה"ג ר' יוסף ארי' קאהן

1 זוהן, ר' עמרם טירנויער

2 נאנטע קרובים, משפחת ר' עמרם ווייס, און הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן, די איינציגע קרובים למשפחת ווייס, נעפיו'ס פון ר' משה מנחם ווייס דער ערטשער

און די אלע האבן זוהן און איידעמער אין קרית יואל, אבער ווי געשמועסט דאס אלעס איז שקר ווי דער דיסטריקט

אגב, האב איך היינט צופרי געהערט אז מרת (לאה) פאלאטשעק האט באקומען א טעלעפאן קאל פון איר ברודער פון מאנטריאל, פרעגנדיג, צו זי האט א "עקסטערע" דירה, ווייל ער וויל קומען אויף שבת קיין קרית יואל, און כידוע פלעגט ער "אייביג" דארט איינשטיין, האט זי גע'ענטפערט אז ניין זי האט נישט קיין עקסטערע דירה, אבער זי האט שוין חתונה געמאכט אלע קינדער, און זי האט א גרויסע דירה, און ער קען נוצן די גאנצע, האט דער מאנטריאלער גע'ענטפערט אז ניין, ער "מוז" האבן א עקסטערע דירה, אגב וואוינט מאיער שווימער עטליכע הייזער פון משפחת פאלאטשעק

רבותי, עס מוז זיין אז ער פאפט יעדן חוץ זיך אליין..............

קרית_יואל » 13/3/2005 23:41

איחודמעמבר שרייבט אין חדשות אנ"ש:

און בנוגע די קרובים, איז טאקע די קשיא גאר שווער: פארוואס איז אהרן ט"ב נישט איינגעשטאנען אין לאנדאן ביי זיין קרוב הרב יצחק באב"ד שליט"א אדער ביי איינע פון זיינע קרובים???
זעט אויס אז ישעי' וואלף לעוו האט א בעסערן בעט...

KJAlliance » 14/3/2005 01:18

קרית יואל שרייבט אז איחוד מעמבער שרייבט:
און בנוגע די קרובים, איז טאקע די קשיא גאר שווער: פארוואס איז אהרן ט"ב נישט איינגעשטאנען אין לאנדאן ביי זיין קרוב הרב יצחק באב"ד שליט"א אדער ביי איינע פון זיינע קרובים???
זעט אויס אז ישעי' וואלף לעוו האט א בעסערן בעט...


איחוד ליין נאכאמאל איבער:
אגב, האב איך היינט צופרי געהערט אז מרת (לאה) פאלאטשעק האט באקומען א טעלעפאן קאל פון איר ברודער פון מאנטריאל, פרעגנדיג, צו זי האט א "עקסטערע" דירה, ווייל ער וויל קומען אויף שבת קיין קרית יואל, און כידוע פלעגט ער "אייביג" דארט איינשטיין, האט זי גע'ענטפערט אז ניין זי האט נישט קיין עקסטערע דירה, אבער זי האט שוין חתונה געמאכט אלע קינדער, און זי האט א גרויסע דירה, און ער קען נוצן די גאנצע, האט דער מאנטריאלער גע'ענטפערט אז ניין, ער "מוז" האבן א עקסטערע דירה, אגב וואוינט מאיער שווימער עטליכע הייזער פון משפחת פאלאטשעק

רבותי, עס מוז זיין אז ער פאפט יעדן חוץ זיך אליין..............

דאס איז איין מאל איינס

והשנית, ער פלעגט אייביג איינשטיין ביי קרובים, און יעצט "פלוצים"????

והשלישית, די נקודה איז א רעדט זיך נעבעך איין אז ער פאפט יעדן, ווען דער אייציגער וועם ער פאפט איז ..... ר' משה מנחם ווייס ז"ל'ס א זוהן..............

און אגב, וועלן מיר זעהן היינט נאכט צו די משוגעת, האט זיך אויסגעצאהלט..........

זשוליאני08 » 14/3/2005 03:21

נאך א מזל אז איך דריי מיך אויף היידפארק, אזוי האלט איך אין איין דערמאנט ווערן אז משה מנחם איז יא דא געווען...

ווייל קיינער אין קרית יואל ווייסט נישט דערפון.

KJAlliance » 14/3/2005 22:52

יחוד'ל שרייבט אין א אנדער פורום:
די היינט נאכטיגע מסיבה אנטשפרעכט צו זיין א סוקסעס.

נו איחוד'ל:

לאמיר הערן פאקטן, וויפיל אידן זענען דארט געווען, און מיליאנען אמעריקאנער/קאנעדישע דאלער האט מען געמאכט

איך בין דארט געווען, און פון זיינע 225 תלמידים אין קרית יואל זענען נישט דארט געווען קיין גאנצע 33 % דאס הייסט בערך 75 תלמידים, און פון די וואס זענען יא געווען איז געווען זיינע אמאליגע גרעסטע שטיצער בגוף אבער בעיקר בממון ר' אברהם שמחה גאטליעב און ר' ליפא פאלקאוויטש, וואס דאס מיינט פאר זיין סוקסעס, זאל איחוד, חורינער, יוסעלע, עקשטיין און די איבעריגע אונז מסביר זיין

נאך איין קלייניקייט, פארוואס ביי די חתונה נעכטן -קליינבערגער/גאלדבערגער - איז ער געווען אין אזא שלעכטע גוסטע, קען זיין אז ער האט אזוי שטארק פיינט "סוקסעס" ?????

KJfireman » 15/3/2005 00:12

איך שרייב אין אנדערן פארום:


כי לך טוב להודות ולשמך נאה לזמר...


דער מאנטריאלער דיין שליט"א האט געהאט ברוך השם א הערליכן שבת, מיט א געלונגענע מסיבה, סיי די תפילות שבת, און פרייטאג צו נאכטס ביים ראש הקהל ר' מענדל שווימער, אזוי אויך שבת צופרי, און ספעציעל ביי שלש סעודות.

נעכטן נאכט אין שאפינג צענטער איז געווען א געפאקטער עולם, מיט א שיינעם אויבנאן.

נעמענדיג אין באטראכט אז מען האט אים נישט געלאזט קומען אויף שבת, איז דאך פשוט אז ער דארף זיין צופרידן מיט וויפיל ער האט געהאט. ווייל ס'איז דאך אלס מער ווי בכלל נישט קומען.

בנוגע געלט הער איך פון די עסקנים אז ס'איז געווען א געוואלדיגע הצלחה.

בנוגע תלמידים האט קיינער נישט ערוואטעט אז אלע תלמידים זאלן קומען, אויסערדעם זענען געווען אזעלכע וואס מען האט טעראריזירט זיי זאלן נישט גיין וכדומה האבן זיי געשיקט דאס געלט מיט א צווייטן.

בשעת דער דיין האט גערעדט איז געווען געפאקט דער זאל און ס'איז קלאר אז עס האט זיך אויסגעצאלט...

קעידזשעיאליינס:
90% פון די אהרונישע תלמידים אין קרית יואל וועלכע זענען נישט געקומען, האבן אים עד היום אויך נישט געגעבן קיין איין פעני. ממילא האט ער נאר פארדינט פון די וואס זענען יא געקומען.

אויסערדעם וועט ער לויטן פלאן קומען יעדעס יאר א שבת קיין קרית יואל, און אויב וועט ר' אהרן פונקט נישט האבן א דורכפאל אין מאנטריאל, און די אהרונים וועלן נישט דארפן א קרבן אין וועמען זיך נוקם צו זיין, וועלן אפילו זיינע אהרונישע תלמידים אויך קומען.

ביני לביני פארדינען זיינע תלמידים וואס האבן שכל און האבן יא שייכות מיט אים.

קען זיין אז ביז א יאר צוויי וועט זיך דער גרויסער חכם א. ה. איבערטראכטן אז דער נארישער פאליסי פון נישט געבן רשות פאר ערליכע רבנים ווי תולדות אהרן רבי און מאנטריאל'ער דיין וכדומה, איז סתם א דורכפאל, ווייל מען קומט סייווי אפילו אן זיין רשות, און ער וועט אנערקענען אז ער קען קיינעם נישט אפהאלטן פון קומען אין די שטאט (כפי פסק הגאב"ד ירושלים שליט"א) און ממילא וועלן זיינע אהרונישע תלמידים אויך קענען מיטהאלטן. (הגם איך פערזענליך בין מער העפי אז זיי קומען נישט)...

חוץ מזה זענען דא פלענער אויף עטליכע פרישע שמחה זאלן, און די מינוט וואס עס וועט ווערן געהעריגע קאמפעטישאן וועט נישט זיין קיין פראבלעם צו דינגען קיין שום זאלן אין קרית יואל...

וועסט זיך גאנץ שנעל איבערצייגן וויאזוי די פאליסיס וועלן זיך טוישן.

ביני לבינו, האף איז אז א. ה. וועט אפזאגן נאך אפאר חשוב'ע רבנים, און זיי נישט לאזן קומען קיין קרית יואל אויף שבתים.



------------------



פון די תגובה אז ר' משה מנחם האט אויסגעקוקט "אנגעזעצט" ביי די נעכטיגע גאלדבערגער קליינבערגער חתונה, זעט מען אז אלס קרית יואל'ער אהרוני, האט זיך דיר אריינגעלייגט אין קאפ א בילד אז ווען אן אדם חשוב קומט צו א חתונה רעדט ער הויך, לאכט ארום, און זאגט דזשאוקס, אזוי ווי דיין רב.

וויל איך דיר מודיע זיין אז יעדער ערנסטער רב פירט זיך אויף מיט גאנצן "ערנסקייט", און דער מאנטריאלער דיין שליט"א וועלכער איז נזהר שמירת הדיבור ושמירת עינים איז נישט קיין בדחן, און ער דרייט זיך קיינמאל נישט ארום מיט א געלעכטער, 90% בילדער וואס דו וועסט זען פון אים זענען מיט א אראפגעבויגענעם קאפ, ווען דער הוט דעקט צו דעם שטערן.

פערצופאל איז ער געווען נעכטן זייער גוט געלוינט אין שאפינג צענטער נאך די מסיבה...