עס איז שוין איינמאהל געווען דא א אשכול דערוועגן, עס איז ערגעץ וואו פארשוואונדען געווארן. מיטן רשות פונעם חשובען מנהל עפען איך יעצט דעם אשכול.
מיין תיבה אישית איז באווארפן געווארן מיט שאלות וואס איז די ציל מיטן פארום. איך וויל דעריבער דא קלאר מאכן די ענינים:
פארוואס איז דער פארום פריוואט?, איך פראביר אריינצוגיין קומט ארויף א מעסעדזש אז איך בין נישט קיין מעמבער, פארוואס?
צוליב די סענסעטיווקייט פונעם פארום, וואס דארט קען באהאנדעלט ווערן ענינים וואס זענען נישט געמאכט צופיל צו רעדן ברבים, אדער ענינים וואס קענען צומאל אויפדעקן א אידענטיטעט פון א שרייבער, זענען מיר געווען געצווינגען דאס צו פריוואטיזירן ווי אמשנעלסטן.
די אלע וועלכע האבן ערפארנונג מיט סיי וועלכע נושאים וואס קענען "באמת" העלפן אנדערע אינעם זעלבן פראבלעם (מוז נישט דוקא זיין עניני רפואה), זענען פערזענליך געלאדענט אנטייל צו נעמען.
די הויפט תקנה וואס וועט בעזה"י גאר שטרענג איינגעהאלטן ווערן איז אז קיין נישט-חתונה-געהאטע קען נישט אריינקומען אינעם פארום, וועגן פארשטענדליכע סיבות. (אן קיין כוונה זיי מצער צו זיין באיזה אופן שיהיה). דאס ווערט באשטעטיגט דורך שאלות וואס דער וואס ווענדט זיך אריינצוקומען דארף ענטפערן.
ניקס וועלכע די נאמען קען מצער זיין איינעם, זענען אויך געלאדענט, דורכ'ן טוישן די ניק אויף א אנדערע נאמען.
אויף וואס איז די פארום געגרינדעט?, און פארוואס שטייגט אירע הודעות אזוי שנעל?
איך בין דא מעתיק דאס וואס מיר האבן געשריבן אינעווייניג אינעם פארום:
דער פארום האבן מיר געגרינדעט נאכן גרונטליך אנאליזירן די תוצאות וואס וועט ארויסקומען דערפון!, דער פארום וועט איבערהויפט נישט זיין קיין פארום פון זיך דורכשמועסן איבער נייעס און געשעהנישן, דא וועט מען זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן, און "נאר" ארויסהעלפן.
יעדע הודעה וואס וועט ענהאלטן א נאמען פון א געוויסע חסידות וועט גלייך אויסגעמעקט ווערן, די זעלבע וואס וועט ענהאלטן סיי וועלכע נייעס וואס אנבלאנגט נישט איןדי קאטאגאריע פון ארויסהעלפן אידן.
מיר ווילן דאס בעזה"י מאכן אויפן העכסטן ניווא וואס שייך. דער פארום וועט אי"ה אריינגיין אין מסורת און ווערן פרטי. אזוי וועלן מיר בעזה"י קענען האבן די פולסטן קאנטראל און גלייך חוסם זיין איינער וואס איז נישט דא צו העלפן נאר צו ליינען יענעמ'ס צרות.
עס איז איבעריג צו באטאנען אז סיי ווער עס וועט דערמאנען לרעה א הודעה אדער א שרייבער פון א הודעה -אין א אנדערע פארום, וועט גלייך נחסם ווערן און וועט מער נישט קענען צוריקקומען דא.
האט איר עצות אויף בעטנעצן?, פראבלעמען מיט אייער קאמפיוטער?, קראנהייטן ביי אייערע קינדער?, עס זענען דא גענוג וואס האבן עקספיריענס אין די זאכן!, איר שעמט זיך נאר -אדער איר זענט פויל- צו גיין צו אנדערע!.
דא וועט איר קענען מיט א רואיגע געמיט וויסן אז:
=אייער פראבלעם און עצות וועט געליינט ווערן דורך אנדערע וועלכע ליידן אויך דערפון.
=איר וועט מעגליך באקומען א גאר פראקטישע עצה פאר אייער פראבלעם.
=אייער הודעה וועט בשום אופן שבעולם נישט אויסגעניצט ווערן קעגן אייך אין סיי וועלכע אנדערע פארום, און זיכער וועט איר נישט קריטיקירט ווערן.
=איר וועט זיך מעגליך קענען פערזענליך פארבינדען מיט אנדערע וועלכע ליידן אויף אייער פראבלעם, דורך זיך דורכשמועסן אין תיבה אישית. און מעגליך אויך זיך קענען רואיגערהייט אידענטיפיצירן פאר יענעם.
אלזא, קומט זייט מהנה אנדערע אין א ערנסטע פאליטיק-ריינע אטמאספערע!, אין א געשמאקע היימישע אטמאספערע!.
לטובת הציבור: א ניק וואס וועט נישט שרייבן אינעם פארום פאר צוויי - דריי וואכן אין א ציה, וועט נחסם ווערן אויטאמאטיש. ווארום דא איז א פלאץ צו העלפן אנדערע און נישט צו זעהן וואס אנדערע מאכן אלץ מיט!.
עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז די בעסטע זאך וועט זיין אשכולות אויף ספעציפישע ענינים, וו.צ.ב.ש. איינער קען זיך אויס גוט אין אויגן פראבלעמען זאל ער/זי עפענען א אשכול מיטן אנטראגן אז ווער עס האט א שאלה אין דעם ענין זאל זיך שפירן היימיש צו פרעגן, און איר וועט ענטפערן.
ווי אויבנדערמאנט איז דאס נישט קיין פלאץ פאר סיי וועלכע אנדערע ענינים, יהיה מה שיהיה, אפילו תורה'דיגע חקירות און נייעס איבער חסידות'ן קרייזן, אדער בכלליות'דיגע נייעס וואס איז נוגע גאנץ כלל ישראל.
וואס האסטו געשריבן? אז מיין אידענטיטעט קען נתגלה ווערן דארט?
ניין, דאס מיינט נאר צו זאגן אז צומאהל ווען צוויי שרייבערס קענען זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן קענען זיי זיך צונויפטרעפן דורכ'ן אישית און מגלה זיין זייער אידענטיטעט איינער פארן צווייטן, וואס דאס טויג נישט ווען מען פאלט אריין צו א אומפאראטווארטליכע פארשוין.
וויאזוי איז די פראצעדור צו ווערן איינגעשריבן?
פשוט שיקט א הודעה אישית צום מנהל הפורום, דורכן אריינגיין צום פארום אחיעזר:
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/default.asp?cat_id=4
שרייבט אויף אויפן קעפל "רשות כניסה צו אחיעזר" און שרייב ארויס אייער פארלאנג. מיר וועלן אייך שיקען אפאר קשיות צו ענטפערן. און אויב מיר וועלן זיך איבערצייגן אז איר קענט ארויסהעלפן אנדערע אידן מיט סיי וואס, וועט איר אויטאמאטיש קענען אריינגיין אן קיין שום שטער, און מגיב זיין יעדע וואך-צוויי.
==========
איך וויל זיך דא באדאנקען פאר די פילע חיזוק ווערטער וואס איך האב באקומען פארן עפענען די פארום, וואס איז ב"ה געקרוינט געווארן מיטן גרעסטן סוקסעס.
מיין ציל מיטן דאס מפרסם זיין איז אריינצוברענגען נאך מער מעמבערס (אין צוגאב צו די ביז-איצטיגע צענדליגע מעמבערס), און עס זאל זיין ותשועה ברוב יועץ, ווייל ווי מער מעמבערס עס איז דא איז דא גרעסערע אויסזוכטן אז מען זאל זיך קענען ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן.
קאמענטארן און פארשלאגן ווערט אויפגענומען מיטן גרעסטן פארגעניגן אין אישית.
איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק!!!