ווי דער עולם האט מעגליך באמערקט האב איך געטוישט דעם נאמען פון דעם פארום צו "וואס איז נייעס אין אידישע אפסטעיט"
די סיבה פארוואס איך האב עס געטאן, איז וויבאלד אסאך פון די חשוב'ע גולשים וואס זענען צופרידן פון די הויכע ניווא פון דעם פארום, האבן מיר געשיקט אין תיבה אישית א בקשה, אז דער פארום זאל אנפאנגען צו דעקן אויך א גרעסערע שטח ווי נאר קרית יואל, אז עס זאלן קענען זיין מער שרייבערס און ליינערס.
אבער וואס עס האט געמאכט די מכה בפטיש און מיר קאנווינסט דאס צו טאן איז געווען די סיבות:
- א שיין ביסל פון אונזערע גולשים זענען מאנסי איינוואוינערס, און זיי ברענגען דא נייעס פון מאנסי.
- יעצט קומט זומער, ווען א ריזיגער ציבור פארט ארויס צו די קעטסקילס און פאר די אלע מענטשן וועט אונזער פארום זיין א בעיס פון אינפארמאציע און נייעס.
- די קאסינאס גייען זיין א גרויסע נייעס די קומענדיגע חדשים און ס'וועט עפעקטן אסאך חרדי'שע געגנטער.
איך האף אז דער פארום וועט ווייטער אנגיין ווי ביז יעצט צו די צופרידנהייט פון ציבור.
הערות, קאמענטארן, עניוואן?