היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » קרית יואל פרוי ארעסטירט פאר טשיילד אביוז

קרית יואל פרוי ארעסטירט פאר טשיילד אביוז

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1301552

קריתיואלער » 3/3/2005 23:52

א שרעקליכע מעשה איז פארגעקומען אין קרית יואל היינט, א מאמע איז געגאנגען שלאפן און געלאזט דאס קינד זיך ארומדרייען אין קיטשן. דאס קינד האט געעפנט א פלעשל מעדיצין און איינגענומען די פילן.

דער טאטע איז אהיימגעקומען, און וויבאלד ער איז פון די אלייענס האט ער נישט געוואלט רופן די "אהרונישע" הצלה, און וועגן דעם האט ער געכאפט דאס קינד און זיך ארויסגעלאזט מיט זיין קאר אויף ארדען היל.

אויפ'ן 17 האט אים פאליס אפגעשטעלט ווייל ער איז געפארן אויף 110, ער האט געזאגט פאר'ן טרופער אז ער האט א קינד וואס האט זיך אנגפויזענט.

דער טרופער האט אים געפרעגט וואס גייט פאר, האט ער דערציילט אז זיין ווייב איז געגאנגען שלאפן און איבערגעלאזט דאס קינד אליינס.

די נעקסטע זאך וואס איז געשען איז געווען אז די פאליס האט גענומען די פרוי און איר אנגעטאן קייטעלעך, און דער יונגערמאן האט יעצט געהאט א דאפלטע צרה, א קראנק קינד און ארעסטירטע פרוי.

דעמאלטס האט ער גערופן משה לייב וויטריאל פון די ווילידזש אוו קרית יואל פאבליק סעיפטי, און משה לייב האט קודם כל ארלעדיגט אז די פרוי זאל נישט געטראגן ווערן צו די קאונטי דזשעיל, וואס דעמאלטס וואלט זי מיטגעמאכט העל ביז זי וואלט געווען א דזשאדזש, אנשטאט האט מען איר געפירט צום טאון אף מאנרא, וואו א ריכטער האט אויפגענומען די קעיס און פסק'ענען וויפיל בעיל מען דארף אריינלייגן זי זאל באפרייט ווערן.

דער אויבערשטער זאל אודאי העלפן ס'זאל איר נישט פאסירן קיין שום שלעכטס.