דער אמת וועגן די מחלוקה
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1301010
דא וויל איך ווידמען פאר די וועלכע ווילן דערגיין אויף א טיפן און אמת'ר אמת וואס דער מצב איז ביי די צוויי פארטייען.
למשל: וואס איז דער אמת וועגן די צוויי ישיבות; דער אמת וועגן קאורט און דער אפיעל; ווער פון די צוויי רבי'ס קענען שאפן מער געלט.
אבער ביטע נישט ניצן קיין איד און בלאט באריכטן וועלכע זענען ניטאמאל ווערט צושטיין אין איין פלאץ נעבן דאס "ווארט" אמת...
אבער נישט ניצן שארפע לשונות און מ'זאל פרובירן זיך דערגרונטעווען אויף די פאקטן וועלכע מ'ברענגט ארויס.
איך האלט איצט אינמיטן א פראיעקט געוואויר צו ווערן וואס זענען אלע נומערן פון די פינף ישיבות אין וויליאמסבורג וועלכע געהערן פארן קרית יואל'ר רב. ווייל אין u.t.a. לערנען שוין נישט קיין איין בחור וועמענס טאטע איז א קרית יואל'ער חסיד, ממילא איז די זאך צעטיילט קאמפליט. קען מען איצט האבן א שטיקל חשבון ווער פון די צוויי האט מער בחורים. צי זענען די דריי עידשעס פון u.t.a. גרעסער אדער קלענער ווי די דריי עידשעס פון די אלע ישיבה'לעך קאמבאנירט.
ס'וועט דויערן עטליכע טעג אבער איך ארבעט זווער דערויף.
איך בעט מיינע אלע פריינט: געטמי, עקשטיין, זאליוועקי, שדים טאנץ, קרית יואל, קרית יואל'ער,קעי דשעי פייער, אלייענס און נאך, ביטע נישט אנרופן קיינעם ביי א צונאמען.
מ'קען האבן א דייאלאג און רעדן איינער צום אנדערן מיט רעספעקט, יישר כח.
עס קען זיין זייער אינטערעסאנט אויב עס ווערט נישט היציג און שמוציג...
געדענקט: המלבין פני חבירו; המכנה שם לחבירו, גייט אן אפילו בחדרי חדרים...
שמוזער
לאמיר נישט רעדן פון קיין כמות, נאר פון איכות
(הגם, אויך אין כמות פארמאגן די ישיבות פון קרית יואל'ער רב סאך מער בחורים)
דער פאקט איז אז די קרית יואל'ער ישיבה איז היינט צוטאגס זייער א זייער געלונגענע ישיבה. די בחורים זיצן און הארעווען און וואקסן אויף גרויסע תלמידי חכמים. עס איז פאראן א לאנגע ליסטע פון בחורים וואס ווארטן אין די רייע זיך צו פארהערן די הוראה אדער הלכות שבת ביים רב שליט"א
די ישיבה אין קרית יואל איז די איינציגסטע ישיבה וואו דער רצון פון רביה"ק זי"ע ווערט איינגעהאלטן, אז בחורים גייען נישט צו קיין חתונות. עס איז ממש אומגלויבליך וויאזוי ס'איז געלונגען פאר די הנהלת הישיבה איינצופירן די תקנה און אלע בחורים אן אויסנאם האלטן עס איין. זאל דער בחור זיין דער פאפולערסטער און דער באליבסטער אבער קיינער וועט נישט גיין צו זיין חתונה.
ווען א בחור ווערט א חתן איז די איינציגסטע אטענשאן וואס ער באקומט אז מען גיט אים מזל טוב און ער טיילט פענס און ציגארעטלעך.
יעצט לאמיר קוקן וואס ס'טוט זיך אפ אין די קווינס ישיבה.
די בחורים גייען צו חתונות און פייפן זיך אן אויף דעם פארלאנג פון רביה"ק זי"ע. די הנהלה טרייט דאס צו סטאפן אבער ס'גייט נישט בשום אופן (וואס דאס ווייזט ווי שטארק זיי האבן זייער ישיבה אין די הענט).
די בחורים דארט זענען סאך ווייניגער ביזי מיט לערנען און סאך מער ביזי מיט האצקענען (ר"ח אדר אלף איז שוין געווען לעבעדיג אין די ישיבה מיט א פורים רב און א פורים שאו, און מען האט זיך שוין אנגע'שיכור'ט און געמאכט געוואלדטאטן. אין די קרית יואלער ישיבה איז נישטא אזא זאך ווי א פורים רב און קיין שום פורים שאו)
די בחורים דארט באקומען א מיאוס'ן חינוך אז אויב איינער האלט נישט ווי דיר דארף ער באקומען פעטש. ס'איז נישט קיין סוד אז אין די קווינס ישיבה האבן געהאנגען צעטלעך אן קיין טראפ בושה אז אלע בחורים זאלן קומען צום טיש, כדי אז מען זאל קענען אנברעכן די ביינער פאר די אהרונים און זיי אראפווארפן פון די פארענטשעס, און ווען טאטעס האבן אריינגערופן די הנהלה און זיך באקלאגט אז מען לאזט די בחורים ווערן שלעגערס, האט מען זיך אויסגעלאכט פון זיי.
און פאר איך גיי מיר פון דא: די קרית יואל'ער בחורים האבן א געפיל פאר זייער ישיבה, זיי ווילן אז די ישיבה זאל האבן א גוטן נאמען אין גאס. די קווינס בחורים פייפן זיך אריין אין זייער הנהלה און האבן נישט קיין טראפ געפיל פאר זייער ישיבה.
דאס ווייזט ווער פון די צוויי רבנים שטעלט אויף אמת'ע חסידים.
שדים טאנץ ביסט מיין גוטער ברודער פארן זיך האלטן און רעדן נארמאל.
אבער איך וועל דיר אפענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
1) בכמות פארמאגט קרית יואל מער? מיין אינפארמאציע איז נישט אזוי, נאר קווינס האט בערך 80 בחורים מער (אן קיין חתנים).
2) וועגן חתונות. איך האב געלערנט אין קרית יואל נאכפאר קווינס איז געווען אין עקזיסטענץ. און, בחורים זענען געגאנגען צו חתונות יעדע איינציגע נאכט און דעם רבינ'ס תקנה האט מען איגנארירט.
דעם רבינ'ס זי"ע תקנה איז געווארן נאר ווען קרית יואל'ער בחורים האבן זיך זייער נישט שיין אויפגעפירט ביי די חתונות אין קאנטראסט צו די קווינס ישיבה וועלכע האבן בעסער אויסגענומען.
ממילא איז נישט דעם רבינ'ס תקנה געווארן אויסגעפאלגט נאר אייגענע אינטערעסן.
3) איצט וואס איך ווייס, ווייל איך האב עס אליין אויסגעפארשט: פארטאגס'ן עקזיסטירן שוין נישט אין קיין איינע פון די ישיבות, כאטש דאס איז א סאך שטערקערע תקנה פון רביה"ק.
4) צום פאקט: קווינס האט דעם זמן ארויסגעגעבן מער חתנים ווי קרית יואל מיט בערך 16-18 בחורים ביז זונטאג.
קווינס האט זיך דערווארבן א בעסערן נאמען ווי קרית יואל. סקען זיין אז ס'איז א בלאף אבער דעם נאמען האבן זיי אלס א בעסערע.
5) חסידים פון זייער רב מיין איך איז א קינדיש ווארט, און איך וועל דיר זאגן פארוואס: קרית יואל האט ארויסגעגעבן טויזנטער תלמידים זייט ר' אהרן איז געוורן דער ר"י תש"מ, און לכאורה האט דער ברודער זיינער באקומען זייער א גרויסן חלק פון די אלע תלמידים אויף זיין זייט.
רוב פון מיין עידש זענען סיי די קרית יואל'ער בחורים און סיי די וויליאמסבורגער בחורים פאר ר' זלמן לייב. ממילא פון בחורים קען מען נישט וויסן. פלאס, זייער אסאך בחורים פון קרית יואל ערלויבן זיך חוזק צומאכן פונעם רב און נאכמער זיי זענען געבליבן גוטע םריינט מיט זייערע קווינס חברים, וואס דאס איז ווייט פון חסידים.
איך ענדיג אויף איצט און גרייט אויף שפעטער...
א קליינע באמערקינג:
אין וומ"ס לענענן נאך יא בחרוים וואס זייער טאטעס זענענן ארונים אין די בחרוים זענענן זאלונים אין אזוי אויך בחרוים ארונים אין טאטעס זאלונים.
געטמי: נו, וואס איז דער חילוק, אז דער בחור לערנט דארטן ווערט ער גערעכנט אלס ר' זלמן לייב'ס א חסיד. אבער דו וועסט נישט טרעפן ר' אהרנ'ס א חסיד אינעם דארטיגן סיסטעם.
שטימט?
ביטע, די צונעמען אויף ביידע רבנים זענען קינדיש און אומנוצבאר, ס'האט נישט געברענגט די תוצאות וואס מ'האט געמיינט אז ס'וועט ברענגען.
איצט א וויץ... ר' ישראל ג"ב איז פאראיאר געווען ברוגז אויף קהל וועגן הוצאה והכנסה, ממילא האט ער געוואלט אויפהערן צוגעבן זיין באשטימטן סכום וואס ער גיט יערליך פאר די מוסדות.
האט אים ר' מאיר הירש אריינגעברענגט צום רב און פרובירט אביסל די זאך צופארגלעטן.
האט אים דער רב געפרעגט פארוואס מ'האט זיך אויף אים פארלייגט?
ר' ישראל: "זיי זאגן אז איך בין נישט גענוג אהרוני"...
איך וואלט נישט געוואלט זיין אין ר' אהרנ'ס הויזן דעמאלט..
ממילא די צונעמען איז נאריש.
פרוביר וועסטו זען אז דו וועסט געווינען רעספעקט.
איך וויל מיר באציען צי די בתי מדרשים אין וומ"ס
וויאזוי קען זיין אז תשנ"ו האט זיך האט רבינו שליטא געזאגט אז ווען ער זעט דעם עולם יום כפור כאפט אים אן א פחד וואס א גרויסער עולם עס איז דא.כיודע איז ראדני שוין לאנג געווען אויסגעוואקסן אין יענע יארן
אין היינט ציטאגס זייט דער בור אין עם הארץ האט זיך אריינגעשטעלט דארט קען ער אפלוי נישט אנפילן די דרוכגענג?אין דאס איז שוין מיט דעם אז נאך אלץ באשטייט די שיל מיט די מערהייט ארונים
וואזוי קען זיין אז ווען מעט האט אנגעהויבן צי בויען די נייע שיל האט יעדער געוויסט אז צי בויען אזא גרויסע שיל איז א מיז אין אלע זיצן זענענן תיכף געווארן פארקויפט וכדומה
אין פאר צווי יאר צירוק האט דער אלטער נער י כהנא געזאגט ביי א דרשה
""אינז האב מיר קיינמאל נישט געברויכט אזא גרויסע שיל לאמיר מאכן א חלק דערפין דירות""
ווער עס געדנקט יענע דרשה
{{שמויזער איך ריף אן מענטשן מיט קיני נעמען פשוט ווייל די אליינס האלטס נישט צי דיינע גדרים דיין פריעדיגע תגובה וואס האסט געשריבן פאר שדים טאנץ איז פיל מיט שקר אין היימיש געמאכטע פאקטן עס איז אפלוי נישט אינטערסאנט עס אפציווענדן מען לאכט דערפין אין מען גייט ווייטער}}
תוקן על ידי - getme - 03/03/2005 18:38:26
געטמי: איך וועל דיר נישט ענטפערן ווי א חכם על ראשון ראשון וכו'.
צייג מיר אן "איין" ליגנט!
אויב דו וואלסט מיך געקענט, וואלסטו געוואוסט אז איך זאג נישט קיין ליגנט אויף צופארענטפערן איינע פון די צוויי זייטן.
און אויב איך וועל זען אז כ'האב געזאגט ליגנט, וועל איך דיר
מודה זיין דא אין אשכול.
איצט צום אנדערן ענין:
כ'ווייס נישט ווי אלט דו ביסט, אבער צי ווייסטו אז ווען דער רבי זי"ע איז שוין נישט געווען געזונט, איז געווען אזעלכע "געפאקטע" בתי מדרשים אז עס איז קיינמאל נישט געווען אזויפיל, זייט די הסתלקות? יא, די שול איז געווען פיל, אבער מ'האט זיך נישט גע'הרג'ט ווי ביי די צייטן פון רביה"ק.
דאס מציאות איז. סאטמאר באלאנגט "נישט" פאר סיי פון די ברודער. און דעריבער איז נאריש צוזאגן – וואס ביידע פארטייען נוצן דאס – "יענע צוברעכן סאטמאר".
לאמיר זאגן אז בין נישט ר' אהרנ'ס א חסיד, און איך רעד אויף אים , איך וואוט אייביג קעגן אים, בין איך אבער ווייניגער "סאטמארער חסיד פון ר' אהרן אליין?...
באמת, זענען מיר "אלע סאטמארער" נישט קיין חילוק צי ר' אהרן'ס צי ר' זלמן לייב'ס צי גאר אייביג געווען א שונא פארן רבי'ן שליט"א.
קיינער איז נישט קיין שונא פון סאטמאר, נאר פון ר' אהרן אדער פון ר' זלמן לייב און אפילו נאר פונעם רבין.
יישר כח איך ווארט אויף דיין ענטפער
1}ביי אינז אין קר"י ישבה איז "יא" דא פארטאגס עס זענענן אין ביהמ"ד "יעדן טאג" אריבער 250 בחרוים פין 6:00 6:30
2}די תקנוה נישט ציגיין צי חתונות האט מען געמאכט ווען זעליג שפילמאן איז אוועק אין די סיבה איז געווען כדי צי פאלגן תקנות רבינו. די חילוק איז נאר אמאל האט מען נישט
געקענט מאכן די תקנה ווייל בחרוים זענענן נישט געווען גרייט צי פאלגן האט מען עס נישט געקענט אויספירן אין היינט בחרוים ווילן פאלגן אזוי ווי ש"ט האט שוין אויבן
געשריבן קען מען עס יא אויספירן. אין דאס וואס די שרייבסט אז די בחרוים האבן נישט גיט אויסגענימען וועגן דעם האט מען עס געמאכט שרייבסטע במחילות כבודך ווי א גרויסער נער יעדער ווייסט אז מען רעדט
דא פין 18 19 יעריגע בחרוים וואס ווילן א חתן ווערן אין פירן זיך אויף מענטשליך עכ"פ אין די גאס
3}ק"י האט בערך מיט פערציג בחרוים מער
יעצט דא האסטע דיינע דריי ליגענטס עס איז דא מער נאר אויף די דריי קען מען זיך נישט טענענן
יעצט אדער ענטפער'סטע אז האסט געזאגט ליגענט אזוי ווי האסט געשריבן די גייסט טיען אדער אויב די האסט נישט קיין גאטס עס צי טיען ברויכסטע מיר אינגאנצן נישט ענטפערן
תוקן על ידי - getme - 03/03/2005 19:38:35
) 1איך האב קיין ליגנט נישט געזאגט
2) וויפיל בחורים פארמאגט ק"י, אז דו ווייסט אז פערציג בחורים האבן זיי מער פון קווינס?
3) אפשר קענסטו מיר מאכן א קליינעם אויספארשונג: וויפיל בחורים זענען תשס"ה אריינגעקומען קיין ק"י פון ק"י?
און איך וועל דיר עפעס זאגן נאכדעם…
געטמי: לאמיר זאגן אז דו ביסט גערעכט און ק"י פארמאגט 40 בחורים מער. ק"י זאגט אז זייער ישיבה פארמאגט איבער 600 בחורים. אויב אזוי ביסטו מודה אז קווינס האט אריבער 560, נו ווי אזוי איז דאס מעגליך אז אינגאנצן פינף יאר זאך ר' זלמן לייב האבן אזא מעכטיגע ישיבה?
נאכמער, אויב קווינס האט שוין אזא גרויסע ישיבה, ועט ער דאך - אפילו לויט דיר, געטמי – האבן א גרעסערע ישיבה אין עטליכע יאר ווייל וו"ב גיט ארויס מער בחורים ווי ק"י?
ביטע קאמענטיר
כ'האב געשריבן דריי פוינטס אין איך וויל אויף "אלע דריי" א ענטפער נישט נאר אויף די דריטע
איך וויל נישט זאלסט פארדרייען די שמיעס פאר די ענפערסט מיר נישט אויף "אלע דריי" ענטפער איך דיר גארנישט
קודם איז דער נומער "יעדן טאג" 200-250 אבי גערעדט
2
) נישט די בחורים זענען וואויל, נאר די הנהלה איז געווארן שטרענג . דאס זעלבע מיט וויליאמסבורג. קיינער קען נישט מיט פארן מיט זייער רב קיין לאנדאן ווייל זייער מנהל ר' נפתלי האט געזאגט אז זיי וועלן אלע מוזן "דארט בלייבן". אלזא פארצייל מיר נישט קיין מעשיות מיט די געפילן.
ווען די בחורים פון ק"י זענען נאך געגאנגען צו חתונות האבן זיי זיך אויפגעפירט ווי ציגיינער, און ר' אהרנ'ס מענטשן האבן זיך זייער געשעמט ווייל ר' זלמן לייב'ס מענטשן האבן זיך גוט גערייצט. און נאר דאס איז די סיבה פארוואס די נייע הנהלה האט דאס געמוזט סטאפן פאר יעדע פרייז.
צום שלוס: די ישיבה איז בהחלט נישט בעסער ווי פאר 10-15 יארר צוריק
איצט צוריק צו מיין ענין.
געטמי: לאמיר זאגן אז דו ביסט גערעכט און ק"י פארמאגט 40 בחורים מער. ק"י זאגט אז זייער ישיבה פארמאגט איבער 600 בחורים. אויב אזוי ביסטו מודה אז קווינס האט אריבער 560, נו ווי אזוי איז דאס מעגליך אז אינגאנצן פינף יאר זאך ר' זלמן לייב האבן אזא מעכטיגע ישיבה?
נאכמער, אויב קווינס האט שוין אזא גרויסע ישיבה, ועט ער דאך - אפילו לויט דיר, געטמי – האבן א גרעסערע ישיבה אין עטליכע יאר ווייל וו"ב גיט ארויס מער בחורים ווי ק"י?
ביטע קאמענטיר
פין מיין זייט איז די דיסקאשון געשלאסן מיט א ליגענער איז זיך נישט שייך צי טענענן ווייל דער ליגענער איז אייביג גערעכט ווייל ער קימט אלץ מיט א פרישט ליגענט
בלייב מיר געזינט
אפשר קען איינער אפליינען אונזערע צווי שמועסן און אנווייזן אויף וואס ער שרייט ליגנער?
ביטע העלפטסט מיר
טייערער getme
ביטע פאל נישט אריין אין דעם TRAP וואס שמאאזער האט דיר (און מיר וכו') אינטער געשטעלט, ער הייבט אן דעם אשכול מיטן שיינעם נאמען דער אמת וועגן די מחלוקה , ווייטער שרייבט ער דא וויל איך ווידמען פאר די וועלעכע ווילן דערגיין אויף א טיפן און אמת'ר אמת וואס דער מצב איז ביי די צוויי פארטייען, ווייטער שרייבט ער אין די נעקסטע שורה וואס איז דער אמת וועגו די צוויי ישיבות, דער אמת וועגן קארט און דער אפיעל, ווייטער שרייבט ער אז מען זאל נישט נוצן דעם איד אדער דעם בלאט ווייל זיי שרייבן נישט דעם אמת, און דערנאך בעט ער זיך ברחמים מען זאל נישט חלילה נוצן קיין שארפע לשונות וכו'.
און דאן הייבט ער מיט זיינע ליגענטס האפענדיג אז מען וועט נישט צוריק שרייבן מיט קיין שארפע לשונות ווייל ער האט דאך אזוי געבעטן, ע"כ וויל איך דא מפרסם זיין קבל עולם ומלואו אז שמאאזער איז א פאברעצירער, און א גרויסער שקרן, ביי עם איז נישט שייך דער מאמר חז"ל ,מילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי" מסתמא איז ער נישט בגדר אנושי, ווייל די פאקטן קען זיך יעדער איבערצייגן.
אויף קיין סברות קען מען זיך זעלבסטפארשטענדליך נישט טענה'ען, און למעשה איז נישט קיין נפקא מינה, למשל ער טענה'עט אז די חתונה תקנה איז ווייל די קרית יואל'ער בחורים האבן זיך אויפגעפירט ווי חיות בעת די קווינסער בחורים זענען איידל, נו, יעדער ווער עס האט נאר אויגן אין קאפ (ווי אויך אביסל שכל) ווייסט דעם אמת די קרית יואל בחורים זענען פיל איידלער פון די קווינסער בחורים, אדרבה זאל ער קומען מיט מיר אויף א חתונה ווי די קווינסער בחורים טאנצן מיט משונה'דיקע תנועות וואס איז זייער ווייט פון איידעלקייט, און שרייען מיט אזעלעכע משונה'דיקע קולות אז עס איז פשוט א חרפה און א בושה, נאר ווי פריער דערמאנט אז למעשה איז נישט קיין נפקא מינה וויייל די תקנה וואס דער רבי זי"ע האט איינגעפירט ווערט איינגעהאלטן אין די ישיבה אין קרית יואל און די קווינסער בחורים פאפען זיך אויס אויף דעם.
אבער ווען מען קומט צום מציאות, שעמט ער זיך נישט צו שרייבן ליגיונות, למשל איך האב די ליסט פון די בחורים אין קרית יואל און דארט איז דא 608 בחורים, און די קווינסער ישיבה ליסט האב איך נישט, נאר מיין א חבר וואס ארבייט אין 82 זאגט אז אין קווינס לערנען 538 בחורים, (נאר קען זיין ווי איך האב שוין געשריבן אויף א צווייטן ארט אז ביי עם איז 538 מער ווי 608 ומענדל שוויממער יוכיח).
וועגן פארטאגס אין די ישיבה, איז ער AMAZING, כדי צו פארענטפערן דעם געמיינעם דרך פון נישט צו לערנען פארטאגס, וואס כידוע האט דער רבי זי"ע פארארבייט מעשים אז מען זאל קומען פארטאגס אין דער ישיבה, קומט ער אויף מיט א געמיינעם שקר, אז און קרית יואל לערנט מען אויך נישט פארטאגס, איי יעדער וואס גייט אראפ כאפן א בליק ווערט נתפעל פונעם ציבור בחורים וואס לערנען פון די פרי שעות פון פארטאגס, נו, שמאזזער האלט אז דאס איז נאר א דמיון און למעשה איז קיינער נישט דארט פארטאגס. און דאס איז נאכדעם וואס ער שרייבט אז ער האט עס אליין אויסגעפארשט, וואס למעשה ווייסן מיר אלע אז ער האט דאס נישט אליין אויסגעפארשט, נאר אליין געבאקן.
ע"כ געטמי טייערער, איך מיין אז עס געקומען די צייט אז מיר זאלן עם איגנארירן, זאל ער שמועסן און ענטפערן צו זיך אליין אזוי ווי זיי טוהן כסדר, שרייבן מיט איין ניק און ענטפערט מיטן צווייטן ניק, און קלאפט זיך אין די פלייצע מיטן דריטן ניק.
שמועסער די ערשטע ליגענט איז:
אז לעצטע וואך ביזטו אלט געווען איבער 40 יאר
און יעצט פלוצים האסטו גאר לעצטענס געלערנט אין קרית יואלע ישיבה
דאס איז א יסוד'דיגע שקר, אז דו זאגסט ליגנט בשיטה,
די צווייטע ליגנט:
אז דו ביזט אן אהרוני
קיינער האט נישט פארלאנגט אז די זאלסט האלטן אדער זאגן, אז די ביזט אן אהרוני, אבער איינער וואס ליינט דיינע תגובות, קען מען נישט חלומ'ן אז די ביזט אן אהרוני
די דריטע שקר איז:
איז א כלליות דיגע, אז וואס דו ווילסט ווערט א פאקט, און אויב איינער איז מחולק דערמיט, איז מען מחולק מיט פאקטן, ווען עס הייבט זיך גארנישט אן
ווי למשל אז עס איז דא אין קווינס, 560 בחורים, ווען עס איז למעשה דא "כמעט" 500 אפילו ווען אויף די ליסטע איז 500 אונטער 510
דעריבער דארף מען זיין אדער נאריש, אדער האבן צופיל צייט, אריינציגיין און טענה'ען מיט דיר
קודם ענטפערן אויף די פראגן:
1- ביזט אן אהרוני, יא צו ניין
2- ביזטו צווישן 20-30 אדער 30-40 אדער 40-50 יאר אלט
ביז דעמאלטס, קען איך דיר זאגן איין זאך, ביזט א קלאסישער זאלי, און ענדזשוי דיין טאג
איך מיין מען זאל נעמען פאולס וואס ער איז וואס האלט עטץ ?
מיין מיינונג איז אז ער געהער נישט צו אונז נאר פון צייט צו צייט כאפט אים אן א אטאקע און ווערט פארכאפט מיט(אהרונישע) דעות כוזבות (קען זיין אז ס'האט מיט אדר צוטוהן)
תוקן על ידי - וואסענייעס - 04/03/2005 1:57:07
דער גאנצער ויכוח דא איז אויסטערליש נאריש.
מ'הייבט אן אז מ'גייט שרייבן דעם אמת איבער די מחלוקה.
וואס הייסט דער אמת ???
וויאזוי ווערט באשטעטיגט וואס דער אמת איז ???
יעדער איינער קען, און וועט, שרייבן וועלכע פאקטן ער וויל. שמוצער וועט זאגן פאקטן וואס זענען גוט פאר די זאלי'ס, איך וועל זאגן פאקטן וואס זענען גוט פאר די אהרונים.
וויאזוי איז מעגליך דאס צו קאנטראלירן ???
אבער איין זאך וויל איך דיר יא פרעגן, און טאקע ברבים.
דו ביזט אלעמאל פארנומען מסביר צו זיין אז די בני יואל און זאלי'ס זענען אויך סאטמאר.
וויל איך דיר פרעגן, וויאזוי איז מעגליך אז אין א ישיבה וואס שרייבט אין זייער לעדערהעד "נתייסדה ע"י רבינו הק' זי"ע", זאל מען בשאט נפש עובר זיין אויף איינע פון די וויכטיגסטע יסודות וועלכע דער רבי זי"ע האט פאר זיי געבלוטיגט ?!?!
די קרית יואל'ער ישיבה האט זיך אלע יארן, און נאך עד היום, געהאלטן פעלזן פעסט איבער דעם ענין פון לערנען "ליטוויש", אפילו ווען זיי האבן פארלוירן צענדליגער בחורים מיט אייזערנע קעפ וועלכע האבן יא געוואלט לערנען דייקא ליטוויש.
און אפילו היינט צו טאג'ס ווען (כמעט) אלע פיינע בחורים וועלכע קומען אן קיין קווינס איז עס נאר אדאנק בנימין זאב הערשקאוויטש און יוסף לייפער, וועלכע זענען ביידע שטארקע ליטוואקעס, אזוי אז עס איז פשוט א שאד פאר דעם בחור צו פארן אין דער פרעמד. און קרית יואל האט אלע ברירות זיך צוצושטעלן צו זייער קאמפעטישאן און אויך לערנען ליטוויש (די מתנגדים וועלן דאך שוין נישט קענען פארפירן), מיט דעם אלעם פארקוקן זיי אויף אלעם און האלטן זיך פעסט צו דעם פרינציפ פון רביה"ק זי"ע.
און איר שעמט זיך נישט צו זאגן אז עטץ זענטס די "עכטע" ממשיכי דרכו ???
מ'מאכט פראטעסטן אין וומ"ס כמעט יעדן שבת, ס'טייטש, מען טראגט מיטן עירוב וואס מען האט געמאכט אקעגן דעם דעת פון רביה"ק !
פארוואס מאכט מען נישט קיין פראטעסט פארנט פון די חתונה זאלן ווען בחורים גייען צו חתונות אקעגן א מפורש'ע תקנה פון רביה"ק, אויף וועלכע קיינער האט בשעתו נישט געוואגט עובר צו זיין ???
און בעיקר, דער איסור אויפן עירוב, שטייט נישט אינעם "שולחן ערוך של דורינו", דער הייליגער ספר ויואל משה. אבער דער חורבן פון לערנען ליטוויש שטייט יא.
פארוואס הערט מען נישט "די פראפעסיאנאלע מוחים" פארפירן אין די גאסן אקעגן דעם יסודות'דיגן שינוי אין דעם דרך הלימוד, וואס "תוצאותיו מי ישורנה" ???
(אנטשולדיגט פארן מאריך זיין, אבער עס טוט מיר באמת וויי אין טיפעניש פון הארץ. ווער ווייסט אויב עס וועט נישט אמאל קומען א טאג און אין קרית יואל וועט דאס אויך געבראכן ווערן ???
איין באשעפער ווייסט וואס עס וועט דאן ווערן מיטן דור, פאר ועמען עס קען די היינטיגע שרעקליכע ליטווישע "פסקים").
תוקן על ידי - זאליweaky - 04/03/2005 3:29:38
קוקט אויס אז דער אמת האט נאך פארט א כח, אפילו דא אויף היידפארק...
איין אמת ווארט, און אלע זאלי'ס ווערן מיטאמאל פארשוואונדן...
אזוי ווי איך זע אז שמוצער איז שוין צוריק דא, פארלאנג איך פון אים ברבים אז ער זאל מיר ענטפערן אויף מיין פראגע.
(מען קען אויך נוצן א אנדערע ניק...)
ש
תוקן על ידי - getme - 15/03/2005 5:38:18