אריינגעקומען די טרויעריגע נייעס אז קאשויער רב זצ"ל איז איצט נפטר געווארן. אבד חסיד מן הארץ.
פרטים יבואו
איך בין נייגעריג צי דער קרית יואל'ער רב וועט בכלל גיין און צי דער וויליאמסבורגער רב וועט מספיד זיין?
ס'ווערט ערווארטעט א ריזן ציבור מיט אלע רבנים און רביים בראש.
די לוי' וועט פארקומען אין קאשוי שטעטל 3:30 נאכמיטאג. ווער עס האט הענט און פיס און דערצו שכל, זאל זיך דערזען דארטן, ווייל נאך אזא איד וועלן מיר נישט האבן.
גערעכט. אינטערעסאנט, אז דער קרית יואל'ער רב וועט נישט קענען זיין אויף דער לוי' און זיין ברודער וועט ערשיינען און אפשר נאך מספיד זיין. דרריט זיך א וועלט
לפי ידיעתי איז דער רב שליט"א יא געגאנגען צו די לוי'.
לדעתי איז דאס גענצליך איבעריג.
אפשר איז ער געגאנגען צוקוקן ווי גאנץ קאשוי ווערט באגראבן צוזאמען מיט זייער רבי'ן...
(דארט איז דא 15 קינדער קעה"ר).
זאליוועקי: דער קרית יואל'ער רב איז נישט געפארן אויף דער לוי' אלס דעם וואס ער האט נישט איבערגעבעטן קאשויער רב ז"ל.
וועסט נישט קענען זאגן אז ס'ארט אים נישט, ווייל מן הסתם טוט אים דאס שטארק וויי אז אלע רבי'ס און רבנים זענען אויף א פלאץ און ער "קען" נישט גיין.
איך מיין אז כ'האב גערעדט צו דער זאך...
כפי ששמעתי איז ר' אהרן געגאנגען קוקן ווי זיין ברכה פון "עפרה לפומייהו" ווערט מקוים בחוש
ר" אהרן האט האט גיזאגט אז ביי די סיום הש"ס וועט ער האבען ווייניגער בושות צוגיין ווי ביי די לווי" פון קאשויער רב זצ"ל
לויט ווי איך הער איז דער קרית יואל'ער רב יא געווען און ער האט געטון אן עקסעלענט זאך – קלוג געטון
וואס מיינט אז ער האט קלוג געטאן?
צי איז ער געגאנגען פערזענליך מפייס זיין דעם צדיק וקדוש ווען ער איז נאך געווען בעלמא הדין?
יא ער האט געוואלט גיין בחייו, נאר זיינע קינדער האבן עם נישט צוגעלאזט.
דער קרית יואל'ר רב האט געטון קלוג אבער אריינגעמישט צופיל פאליטיק. למשל: וואו קומט אריין זיין טאטע? בעט איבער, האסט גרעדט נאריש און דאס אלעס.
דיין טאטע האט נישט גערעדט נאריש, אוודאי זאגט מען היינט אז ר' משה דער גבאי האט אים געהייסן זאגן יענע קללה, אבער דוכט זיך אז דער קרית יואל'ר איז שוין דאן געווען ביי דער ארבעים לבינה. א קלוגער זעט זאכן וואס קענען געשען מארגן, א נאר זעט אלץ וואס ער וואלט ווען געדארפט טון נעכטן...