ברעיקינג: רב שליט"א געפארן קיין מאנטריאל
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1297267
דער רב שליט"א איז געפארן קיין מאנטריאל צו די חתונה פון ידיד נפשו הרב אונסדארפער
ער איז איינגעלאדנט געווארן דורך די סקווירא קהלה צו קומען געבן א דרשה
און רבי דוד מייזליש האט מורא געהאט אז דער גאנצער עולם וועט גיין קיין סקווער און עם איבערלאזען פוטש, איז ער געגאנגען און אויך איינגעלאדענט דעם רב צו קומען געבן א דרשה אין סאטמאר.
משה מענדל טירנויער קאכט און שטורעמט פון גרויס כעס, היתכן מען מישט אריין סאטמאר אין די פאליטיק, שרייט ער, און ער האט אפגעפיצט פון מאנטריאל אז ער זאל נישט דארפן מיטהאלטן וויאזוי טויזנטער אידן באטייליגן זיך ביי די דרשות פון רב שליט"א
חוץ דעם וועט דער רב אויך באזוכן אין טאהש און ביי די גדולי הרבנים אין מאנטריאל
צדיק בא לעיר!
איינער אין שוהל האט מיר היינט געזאגט, אז הרב טירנויער איז אים גוט געלונגען, אז ער קומט קיין ניו יארק צו א יארצייט
ווייסט איינער ווען זיינע יארצייט, [טאטע, מאמע, קרובים, ] ווען עס פאלט אויס
און אויב יא, ווען פונקטליך איז די יארצייט, [זונטאג, זונטאג נאכט, מאנטאג, דינסטאג]
בכל אופן ווייזט דאס אויף די גדלות פון הרב טירנויער...........
וויאזוי גייען פלוצלינג "געבוירן" ווערן טויזנטער אידן אין מאנטרעאל, אלעס ווייל ס'פעלט אויס צו שרייבן אז אזויפיל אידן האבן זיך באטייליגט ביי די דרשה פונעם ר' דקיטל בקרי?
דער שמש פון מאנטריאל [ע"פ דאמב שליטא] משה מנחם טר האט פריער געהאלטן א דרשה
אני אמלוך ומבלעדי זאל קיינער נישט רעדן א דרשה און סאטמר
אויב יא איז די דרשה גע'אסרט מעיקרא עכ"ל
ער האט ממש געשפיגען פייער, אבער ווי עס זעהט אויס פלאצט ער און וועט איהם ווייניג העלפן
לאמיר זאגן אז דער מאנטרעאלער דיין איז נישט קיין פריינט פארן קרית יואל'ער רב. צי מיינט איר אז מען איז בארעכטיגט אים אנצורופן מיט מיאוס'ע צינעמען, ח"ו?
ער איז "סאך" א גרעסערער ירא שמים ווי דער קרית יואל'ר רב, און סאך א גרעסערער תלמיד חכם ווי דער קרית יואל'ער רב און איז פון די שענסטע תלמידים פון הייליגן רבי'ן, צי מיר שמעקט עס יא צי נישט.
ער האט זיך נישט געבויעט ווייל ער איז א טאטנ'ס א זון, ווי דער קרית יואל'ער רב, נאר ווייל ער איז א איד וואס געפינט זיך נישט קיין סאך ווי אים איבער סאטמאר. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי זיינע פילע תלמידים אפילו קרית יואל'ר רב'ס מענטשן
שמועזער שרייבט:
ער איז "סאך" א גרעסערער ירא שמים ווי דער קרית יואל'ר רב
אפשר פארקויפסטו מיר די "מעסטער" וויאזוי מען מעסט, יראת שמים, לערנען איז קלאר אז מען קען מער ווייניגער מעסטן, ווי למשל אז זאלי איז אן פוסטער עם הארץ קען יעדער זעהן, אבער יראת שמים, אדרבה, זאג מיר, ווי מען קען עס קויפן
אגב, שמועזער, אפשר דערמאנסטו אונז נאכאמאל וואס די ביזט, נייטראל, שטיקל אהרוני, דער עולם ווער צומישט אביסל, ביטע אויפרישן.....................
אגב, שמועזער
איך ווייס נישט וואס דו אלץ אהרוני האלט
אבער אלע אהרונים, חוץ זיינע תלמידים, זענען אלע העכסט צופרידן אז מען איז שוין פטור פון זיינע שטיקעס
אגב, הלכות דרך ארץ און שלום און אחדות, קען מען זיכער גיין לערנען ביי אים, ווי ער פירט זיך אויף צו מאנטריאלע רב שליט"א נתמנה ע"י רבינו הגה"ק שליט"א
אגב, אפשר ווייסטו וויאזוי זיינע דינער פאר זיין ישיבה גייט אין די לעצטע יארן, ווי די טעג חנוכה מוסיף והולך אדער ווי די פרי החג
דאכט זיך אז איבער 90 פראצענט פון זיינע תלמידים זענען אהרונים -אפילו פון די היינטיגע תלמידים- און רובא דרובא פון זיי האקן אפ צוביסלעך פון אים,
נו, וואזשע קען מען טאן, אז די הסתר פנים איז גרויס.....................
דרך ארץ קדמה לתורה
ר׳ ממ טירנאער האט געהערט אז דער רב שליט''א קימט אין האט געפילט שיסורין באין עליו איז ער אנטלאפען פון שטאט
רובא דרובא בחורים זענען געגאנגען אפנעמען שלום פין רב, טראץ זיין העסליכע פליטת הפה אז מעשה שטן הצליח אין זיינע בחורים זאלען נישט גיין
אפילו ר׳ בעריש קאהן האט גענימען שלום אין געשמיעסט אפאר ווערטער
איך האב נארוואס גענדיגט רעדן מיט א תושב פון מאנטריאל. ער זאגט מיר אז ר' מ"מ האט נישט געזאגט אז מען טאר נישט גיין ער האט אזויפיל געזאגט אז "דאס איז א דרשה פאר אינגעלייט און נישט פאר קיין בחורים".
איך בין מחולק מיט שמוזער.
דער מאנטרעאלער דיין שליט"א איז נישט קיין "גרעסערער" ירא שמים ווי גאב"ד קעי.דזשעי.
גאב"ד קעי.דזשעי. האט בכלל נישט קיין יראת שמים.
דאס איבריגע איז שוין נישט אינטערעסאנט!
תוקן על ידי - davka - 28/02/2005 18:35:32
איך בין אויך מחולק מיט שמוזער, משה מענדל איז נישט א גרעסערער ירא שמים פונעם רב שליט"א, ווייל ער איז בכלל נישט קיין ירא שמים, נאר דאס וועל איך יא מודה זיין, אז ער איז א גרויסער "ירא חטא", ער האט זייער מורא פונעם טיפש חיים אביגדור.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 28/02/2005 17:24:23
ענדליך הייבן זיך אן צו גיסן די פערל ווערטער פון די אהרוני תלמידי גאב"ד קעי.דזשעי. וועלכער איז באוואוסט מיט זיין שיינעם לשון אויף ערליכע אידן.
זעט אויס אז די דרשות פון הגאון הצדיק מאנטרעאלער דיין שליט"א ביים סקול דיסטריקט איז אויך נישט מגין אויף אים פון די אהרונישע רוחות רעות.
דא גייט נישט איבערגע'חזר'ט ווערן די שרעקליכע געמיינע שמוץ וואס עס האט זיך אפגעטאן אין חדשות אנ"ש פאר אפאר וואכן צוריק.
יעדער איינער וואס וועט רעדן די מינדעסטע ניבול פה, וועט זיין תגובה צוגעפיקסט ווערן, און אויב ער וועט עס טאן דריי מאל וועט ער נחסם ווערן בלי שום טענה ומענה.
די גמרא זאגט אין מס' שבת אויף איינעם וואס רעדט ניבול פה אז אפילו גזר דין של שבעים שנה לטובה הופכים לו לרעה
אויך זאגט די גמרא אין שבת כל המנבל פיו מעמיקים לו גיהינום
אויך זאגט די גמרא בעוון נבלות פה צרות רבות וגזירות קשות מתחדשות, ובחורי ישראל מתים, (רח"ל)
אלזא, פאר איר שרייבט עפעס טראכט!
תוקן על ידי - davka - 28/02/2005 18:32:51
דוקא:
צו שרייבן אויף הגה"צ דער מאנטרעאל'ער דיין שליט"א מיט געמיינע לשונות דאס איז יא ערלויבט?
ר' משה מנחם שליט"א האט בסך הכל געזאגט פאר די בחורים אז ער גיט נישט קיין רשות צו גיין בסדר הישיבה, איז ער נישט בארעכטיגט דערצו אלס ראש הישיבה???
קענסט מיר מסביר זיין וואס די קללות זענען דא?
אפשר רעגט ענק דער פאקט אז ר' אהרן'ס דרשה איז געווען אויסגעשפילט, דער בית המדרש איז געווען האלב ליידיג.
למעשה האט ר' משה מנחם געוויזן אז ער איז בעל הבית אין ישיבה, און במשך דעם גאנצן נאכט סדר זענען די בחורים געזיצן אין ישיבה און געלערנט, און נישט געגאנגען צו די דרשה, הערשט ווען מען האט געענדיגט לערנען, און ר' אהרן האט שוין געהאלטן ביים סוף דרשה זענען די בחורים געגאנגען און ס'האט זיך אביסל אנגעפילט.
קעי. דזשעי. אלייענס
איך ווייס נישט צו די באקאנט אין די פאקט פון מאנטריאל ישיבה, אבער זיי האבן היינט צו טאגס מער בחורים ווי סיי ווען פריער, ס'איז אויסדרוקליך "מוסיף והולך". אדרבא עס וועט בקרוב זיין א דינער פאר די ישיבה דא אין קרית יואל, זאלסטו אריבערקומען און זיך באקענען מיט די פאקטן.
בנוגע וואס דו שרייבסט אז דער מאנטרעאל דיין שליט"א (וואס איז נתמנה געווארן דורך רביה"ק זי"ע) באהאנדלט נישט גוט ר' דוד מייזליש שליט"א (וואס איז נתמנה געווארן דורך רבינו שליט"א), ווייסטו אויך נישט וואס דו רעדסט, פונקט פארקערט יעדע זאך ארבעטן זיי צוזאמען, און ער לאזט זיך אראפ צו אים דאס מערסטע וואס מעגליך. ער רימט אים, ער איז אים מכבד, און ער איז אים בכלל נישט מבזה חלילה.
kj
איך האב נישט געמעקט ווען איינער האט געשריבן עפעס אויף ר' אהרן, כאטש די אהרונים האבן די זעלבע טענות ווי דיר, אז ר' אהרן איז א תלמיד חכם און מען טאר נישט שרייבן אויף אים.
וואס איך האב געמעקט איז ניבול פה.
ניבול פה קען נישט טאלערירט ווערן ווייל דאס ברענגט אראפ דעם ניווא פון א פארום.
KJfireman
איך בין נייגעריג צו די אליינס גלייבסט דיינע אייגענע געבאקענע לגיונות, משה מענדל האט גענוצט זייער געמיינע לשונות, ע"כ פארקויף אונז נישט קיין לאקשן מיט "ער האט נאר געוואלט פראטעקטן די זמני הישיבה" למעשה האט ער געהאט א ביטערער דורכפאל, רובא דרובא פון די בחורים זענען געווען ביים שלום נעמען און ביי די דרשה, ער איז אזוי בעל הבית אין זיין ישיבה ווי איך בין בעל הבית ביי MICROSOFT, איין זאל איז קלאר אז חיים דוד כ"ץ איז פיל קלוגער פון עם און האט פארשטאנען אז מען קען נישט ק... אקעגן ווינט.
למעשה איז משה מענדל בארעכטיגט צו האלטן מיט וועם ער וויל, און פונקט אזוי בין איך בארעכטיגט נישט צו האלטן פון עם, ער דארף זיין גרייט פאר די קאנסעקווענצן, וואס מאכט עם קלערן אז ער קען ארויף צווינגען זיין מיינונג אופן גאנצן כלל, הא?.
יענקעלע11
מיר ווייסן זייער גוט וואס הגה"צ דער מאנטרעאלער דיין האלט, און ווי די זאגסט איז ער בארעכטיגט דערצו, איך האב נישט געזאגט אז ער האט נאר געוואלט פראטעקטן די סדרי הישיבה, אבער במציאות האט ער געזאגט אז די בחורים האבן נישט קיין רעכט צו גיין אין סדר הישיבה, און די בחורים האבן געפאלגט!
און יא ער איז בעל הבית ביי זיך אין ישיבה!
למעשה איז רוב דרשה געווען ליידיג דער ביהמ"ד, און ווען מען האט געענדיג נאכט סדר אין ישיבה האט זיך אביסל אנגעפולט.
לויט ווי איך פארשטיי האט ער נישט געזוכט ארויפצוצווינגען זיין מיינונג אפילו אויף די תלמידי הישיבה, און האט נישט גע'אסר'ט צו גיין נאך סדר הישיבה.
און איך שטעל מיך פאר אז ער וועט נאך וויזיטן ר' אהרן, אדער וועט ער אים געבן די האנט ביי די אונסדארפער חתונה... צו זיין "אומפארטייאיש" אויך.
דעמאלט וועסטו קענען שרייען אז ער האט זיך דערשראקן צו גיין קעגן ווינט פונקט ווי הגה"צ ר' ח"ד כ"ץ שליט"א.
די דיינים האבן זיך זייער גאנג וואס יא און וואס נישט!
ONE OF THE QUESTIONS THEY ASK IN THE INFO FOR THE BUCHERIM IS IF HE IS A ARONY
IF SO THEY DON'T ACCEPT HIM
איך האב גערעדט קיין מאנטרעאל נאך נעכטן ביינאכט און דער באריכט וואס איך באקומען איז ווי פאלגענד: גאר א שוואכער עולם, די ערשטע 5 רייעס פון פארן עמוד איז געווען ממש גענצליך ליידיג.
די דרשה: גערעדט פון אלעם נאר-נישט פון ציונות, דף היומי, ווייל דער סקווערער דיין איז דארט געווען און דאס איז געווען אפגעשמועסט פון פריער אז דער רב וועט נאר רעדן נייטראלע זאכן. ווי למשל : נזהר זיין אין מאכן נאך-ברכות.. און נאך אזעלכע סארט זאכן.
אגב, פארן וויליאמסבורגער רב האט נאכנישט פאסירט אזאנס אז אזא איד ווי דער מאנטרעאלער דיין זאל זיך אזוי ארויסשטעלן.
קרית יואל'ער רב האט זיך זיכער נישט גערישט איצט פאר זעקס יאר צוריק, אז דאס וועט פאסירן צו אים, און אז ער גאר, וועט זיך מוזן פלאגן ביי יעדע איינציגע פלאץ וואו ער באזוכט נאר. מ'האט אים נישט איינגעלאדנט צו באזוכן און רעדן אין די דארטיגע מוסדות; ביי די חופה היינט נאכט איז ער נישט געלאדנט געווארן.
איך מיין אז מ'מוז טוישן זיינע ארומיגע קלעצער, זיי פירן אים אין ת...
KJfireman
איך ווייס אויך פונקטליך ווי דער מאנטריאלער דיין משה מנחם האלט, ער האלט אזוי ווי דער רבי זי"ע האט געהאלטן, אז געלט האט א השפעה, און כח הפועל בנפעל, וואס מיינסטו אז כח הפועל איז נאר געזאגט געווארן ביי וויזניץ בעלז וכו' אז זיי נעמען געלט ווערן זיי נשפע, דאס איז געזאגט געווארן ביי יעדן איינעם, מען זעט בחוש ווי די דיינים וואס זענען יראים ושלימים טוישן זיך זייער מיינונג לויט די פארשריפטן פון זייערע טשעק אינטערשרייבער, און אויב וועט זיך משה גבאי טוישן זיין מיינונג און דיסיידן אז ר' אהרן איז גיט און זלמן לייב זאל מען רודף'ן וועלן זיי זיך אויך זייער שנעל טוישן זייער מיינונג,
דער זעלבער משה מנחם, ווען משה גבאי האט עם געהייסן אינטערשרייבן א קעגן ר' אברהם לייטנער האט ער אויך געפאלגט ווי א וואויל יונגל, ע"כ איז קלאר אז זיין מיינונג איז קיין מיינונג, זיין איסור איז קיין איסור, זיין היתר איז קיין היתר, זעלבסטפארשטענדליך נאר ווי ער האט א נגיעה, סתם אזוי איז ער מסתמה א גיטער פוסק, אבער אין ענינים וואס ער האט א נגיעה איז ער לגמרי נישט מאסטגעבן.
און יעצט בנוגע די דרשה אין מאנטריאל, איך ווייס נישט צו די אליינס ביסט מיס-אנפארעמט, אדער פראבירסטו סתם צו פארקויפן ליגיונות, משה מנחם האט קלאר געזאגט פאר זיינע בחורים אז ליידער שטנא נצח און דער קרית יואל'ער רב איז אין די שטאט, און אז ער וויל נישט אז די בחורים זאלן גיין צו עם, און זיי האבן עם גיט אנגעפיפן און ווי אויבן געמאלדן זענעם ממש אלע בחורים (אויסער א פאר יחידים) געגאנגען צו עם.
SHMOOSER אזוי די האסט שוין מודה געווען אז די ביסט נישט נייטראל נאר א גרויסע חסיד פין זאלי וואס מען דערקענט פון נישט האבען א לשון נקיה
וויל איך דיר זאגען אז אפילו א האלבע מנוולותדיגע ווארט איז מען אויך נישט אינטערסירט אויב דער פארום זאל בלייבען ריין
עטליכע הערות
קודם מר. פייערמאן, מיר קענען קוים ווארטן, אויף די גרויסארטיגע מסיבה פאר הרב טירנויער, אבער איך וואלט געוואלט זעהן ווער עס גייט אנפירן די מסיבה, און אויב מעגליך זאל איינער שאפן א ליסטע פון זיינע תלמידים אין קרית יואל, חוץ פישעלע לאנדא, וואס האלטן מיט אים קעגן קרית יואל רב, אדרבה, לאמיר זעהן דיינע וויסנשאפט אין דעם ענין
צווייטענס, ווייסט איינער ווילאנג הרב טירנויער איז געווען אין ניו יארק, און איז עס טאקע געווען פאר א יארצייט, און אויב יא ווען איז ער צוריקגעפארן
דריטענס, ווי קומט אז אזעלעכע פלייסיגע בחורים וואס האבן געלערנט אז פלייסיג, זאל נאך לערנען נכשל ווערן צו גיין צו די דרשה
פערטענס, פארוואס איז ער אנטאלפן ווי א שוואכלינג, פון מאנטריאל, ווי איז אביסעלע גבורה דקדושה
פיפטענס, וואס האט ער "יא" געזאגט ביי די דרשה, און אויב איז ער געווען אז די דרשה איז נישט פאר בחורים, פארוואס זענען די בחורים יא געגאנגן, יא סדר הלימוד נישט סדר הלימוד
און יעצט עטליכע פראגן וועגן הרב טירנויער בכלל
אפשר ווייסטו ווי גוט ער האט זיך געפילט ווען מען האט איבערגעהאקט זיין דרשה ביי די הקטרה פון זאלי
אפשר ווילסטו אזא שלום בית, ווי גוט ער פירט זיך אויף צו מאנטריאלע רב, אויפגענומען דורך רבינו הגה"ק שליט"א
אפשר זאגסטו אונז, ווען איז קאשויער רב יא גערעכט און ווען נישט, ווען ר' אברהם לייטנער איז גערעכט און ווען נישט, ווען קרית יואל רב שליט"א איז גערעכט און ווען נישט, ווען רבינו הגה"ק שליט"א איז גערעכט און ווען נישט, יא ווען ער מאכט אפ, איז דער הייליג און ווען ער מאכט אפ אז נישט, איז אויס,
און סרולי, נישט נאר אז רובא דרובא אלטע תלמידים זענען אהרונים, נאר אפילו היינט צו טאג איז נאר אלץ די אהרונים א מערהייט, אדרבה שאפ א ליסטע, און לאמיר דורך גיין די נעמען
SHMOOSER איך האב גערעדט קיין מאנטרעאל נאך נעכטן ביינאכט און דער באריכט וואס איך באקומען איז ווי פאלגענד: גאר א שוואכער עולם, די ערשטע 5 רייעס פון פארן עמוד איז געווען ממש גענצליך ליידיג.
maybe u can tell to whom in monreal u talked to? becuse as im informed there isnt more then three (3) rows in front of the stage.
so next time please double check
תוקן על ידי - aush - 28/02/2005 23:12:41
זייט מישט ברוגז: מאנטרעאלער רב קומט נישט צו צום שפיץ פינגער פונעם דיין.
לאמיר זיין אויפריכטיג דער דיין רמ"מ לעבט נישט אזא סארט לעבן ווי מיר אינגעלייט; ער עסט ווי א הייליגער איד ער שלאפט ווי א הייליגער איד און פירט זיך אויף ווי אן ערליכער איד.
דעם סטיטעמעט "קען" קיינער נישט זאגן אויפן קרית יואל'ער רב.
עס קען זיין אז ער איז א שונא פארן רב און אויב יא איז דער רב אויף צרות, נישט צו האבן אזא איד אויף זיין זייט.
דער רב האט נישט נאך אזא איד אויף זיין זייט. עס ווארפט זיך נישט אזעלכע אידן היינט און פארפאלן. אדרבה ווייזט מיר אן אויף סיי וועלכען פריינט פונעם קרית יואל'ר רב וואס מען קען אויף אים ווייזן אז ער איז אין די געגנט פונעם מאנטרעאלער דיין.
פארפאלן אז ער איז נישט קיין גוטער פריינט ווען פאר רבינו שליט"א איז ער יא געשטאנען לימין קדשו און אפילו צום רב ביים סקול דיסטריקט פרשה אויך. אבער עפעס האט זיך אנגעהאנקערט און ער האט באשלאסן אז דער וויליאמסבורגער רב איז אים מער צום הארצן.
דאס נעמט אבער נישט אווועק קיין פיצינקע פון זיין גרויסקייט.
שמועסער שרייבט:
ער עסט ווי א הייליגער איד ער שלאפט ווי א הייליגער איד און פירט זיך אויף ווי אן ערליכער איד.
ער עסט ווי א "הייליגער" איד, אביסל הסבר, עטליכע פרטים ביטע
ער שלאפט ווי א ""הייליגער"" איד , אביסל הסבר, עטליכע פרטים, איז ער אזא פרוש ווי דער ראלי פאלי פון יפו-ירושלים
פירט זיך אויף ווי אן ערליכער איד, דאס קען שוין זיין, אבער אויך, אפשר ביזטו מסביר מיט וואס??
shmoozer
אפשר זאגסטו מיר וויאזוי משה מנחם שלאפט, און ווי אזוי עסט ער, הא? משה מנחם לייגט נישט אראפ א נעילה דאווענען יום הקדוש פארנאכטס ווי דער רב שליט"א דאווענט א פלעינעם מנחה אינדערוואכן, בכלל וויאזוי קענסטו זאגן אז משה מנחם איז א ערליכער יוד ווען ער האט אזוי מיאוס מבזה געווען ר' אברהם לייטנער, טאמער רעדסטו פון ערליכקייט וויל איך דיך פרעגן צו די קענסט א יוד מיטן נאמען ר' ברוך מיללער שליט"א, משה מענדל קומט נישט צו צו זיין שפיץ פינגער אין ערליכקייט, צו האסטו גיהערט פון הרה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א איינער פון די גרעסטע צדיקים בדורינו נו, צו וועם באלאנגט ער?, ביטע פארקויף מיר נישט משה מנחם'עס צידקות וואס באשטייט נאר פון זיין התנגדות צום רב שליט"א אופן באפעל פונעם עבד לעבדי השם,
איך וועל דיר אפילו נישט ענטפערן ווייל דיין איי. קיו. קען עס נישט פארנעמען און נאכאמאל אנטשולדיגט פאר דיין אומאינטעליגענץ
א טיפיקעל זאלוני לאזער וואס האט נישט וואס צו ענטפערן...
KJ Alliance און יענקעלע 11 זענען לויט ווי עס קוקט אויס פשוטע בני יואל'ניקעס. איר גלייבט נישט? אדרבא נעמט אפיר די צעטלעך וואס די בני יואל האבן ארויסגעשיקט ביי זייער פרשה אדער ביי די פרשה פון סקול דיסטריקט וועט איר זעען אז דאס איז ווארט ביי ווארט.
און יא עטץ זענץ גערעכט "משה מענדל" (ווי עטץ רופטס אים) איז פון די זעלבע טייג ווי דער "ראלי פאלי פון יפו" (ווי עטץ רופטס אים). (און איך וועל ענק זאגן "א פרייליכן פורים").
ענקער חורינער ווידער איז פון די זעלבע טייג (נישט ראבער...) ווי דער ... פון אמסטערדאם און ווי זאגט דער פסוק בניך כשסוסי זיתים...
זייט נישט קיין קינדער. ס'איז ליידער א פאקט אז דער מאנטרעאלער דיין איז נישט קיין קטלא קניא.
קרית יואל'ער רב וואלט היינט געמאכט א טויש מיט זיין ברודער, אז וויליאמסבורגער רב זאל אים געבן דעם מאנטרעאלן דיין און ער גיט אים אויף צוריק – עמרם כהן, די צוויי צוויבל ברידער און ---...
ס'לעבט זיך אונטער די קוליסן און מיר שלאפן...
<<ביטע נישט שרייבן נעמען פון מענטשן וואס זענען נישט קיין פאבליק פיגור, דוקא>>
תוקן על ידי - davka - 01/03/2005 18:04:51
צו שפעט צו מאכן חלוקה'ס
די יחלוקו'ס זענען שוין געמאכט געווארן ביים אנהייב פון די מחלוקה.
ר' אהרן האט געגעבן פאר זלמן לייב אלע טעראריסטן ווי סיני טייטלבוים, יודעלע וויינשטאק, משה וואלף קליין, משה יצחק ווערטהיימער א.א.וו.
און זלמן לייב האט בשכר זאת איבערגעלאזט ביי ר' אהרן אלע ערליכע סאטמארער אידן און רבנים, וואס זענען נישט אינעם כלל פון השוחד יעור עיני חכמים.
מיר אהרונים זענען נישט אינטערעסירט צו האבן דיינים וואס געבן ארויס פסקים לויט ווער ס'באצאלט בעסער געלט.
= דיינים וואס זאגן איין טאג אז בני יואל איז אסור און די נעקסטע טאג טאנצן זיי מיט בני יואל'יסטן אויף חתונות.
= דיינים וואס רעדן איין טאג כל דבר אסור אויף ר' אברהם לייטנער און די נעקסטע טאג איז ער ביי זיי א צדיק הדור.
= דיינים וואס זאגן איין טאג אז די סקול דיסטריקט איז מותר און די נעקסטע טאג אז אהרן טייטלבוים איז א מסור.
אזעלכע דיינים האבן ביי אונז קיין שום שוויות און מיר האבן זיי אויסגעשפיגן מיט עקל.
נישט פארגעסן משה הערש רייזמאן, גרשון שטויבער און מעכל וויינגארטן
שדים טאנץ ישר כח פאר די קלוגע רייד דיינע.
אבער וואס מיינסטו, קען מען אונטערקויפן קרית יואל'ער רב פאר געלט? ווייל אמאל פלעגט ער רעדן געפערליך שארף אנטקעגן די וועלכע זענען נישט אונטער געווארפן אונטערן טאטן, און היינט זיצט ער אין קארט. מיינט דאס נישט געלט? מיינט דאס די תורה?
וואס וויל דער קרית יואל'ער רב געווינען אינעם (פארלוירענעם) קאורט?
איצט א וויץ: מתתי' דייטש האט געלאזט פאלן ווערטער אז הגאון ר' מאיר בראנדסדארפער האט מען אונטערגעקויפט ווייל ער איז ארויס פון זיין וועג און שיין אויפגענומען דעם וויליאמסבורגער רב. האט אים ר' יאנקעלע גליק געזאגט אז דער איינציגסטער וועמען מ'קען נישט אונטערקויפן, איז ר' נפתלי צוויבל, און וויפיל ער פרובירט גייט עס נישט...
צוריק צו ערנסט: דער ירושלימער רב וועמען דער רב האט – לכאורה – אריינגעלייגט אויף זיין פאסטן איז שוין געווארן אויס שר התורה... ר' מאיר בראנדסדארפער מיט ר' משה שטערנבוך און ר' משה האלברשטאם אויך שוין אויס שר התורה... הער איך אז דער קומענדיגער שר התורה וועט זיין ר' יוחנן וואוזנער דומ"ץ סקווירא מאנטרעאל וועלכער האט זיך באטייליגט ביי די דרשה פונעם רב... עכ"פ ביזן נעקסטן באזוך פונעם וויליאמסבורגער רב ווען דער סקווירער דיין וועט זיך דארט אויך באטייליגן...
שדים טאנץ, זעסטו מ'קען ארויסברענגען גוטע פוינטס אָן שעלטן און רעדן ווילד...
שמאזער,
די וויצן וועל איך איבער לאזן פאר דיר, איך וועל דיר ענטפערן זייער ערנסט, ר' משה מנחם איז גאנץ א וואוילער אינגערמאן, ער קען פיין לערנען און ווען ער האלט מיט מיר האב איך עם גאנץ ליב, אבער עם צו מאכן פאר א גדול הדור איז פאלג מיך א גאנג, ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א פאקט עם אן מיט אלעם, סיי מיט לערנען און סיי מיט ערליכקייט, און האט אויך די מעלה אז ער האט זיך אליין ערווארבן דעם נאמן "הפוסק הגדול" (ווי הרב וואזנער שליט"א רופט עם אן כסדר) און נישט בזכות אבות נאר בזכות עצמו, אזוי אויך הרב ר' שמעי' גרינבוים שליט"א, וואס איז מיט גארנישט אינטערשטעליג פון ר' משה מנחם, און מיר ווייסן אלע מיט וועם זיי האלטן.
נאר וואס דען זיי זענען "קאנסיסטענט" מיטן צד האמת, צד פון די ערליכע, צו איז דאס כ"ק רבינו שליט"א צו איז דאס כ"ק דער רב שליט"א, אבער ר' משה מנחם ווייסט נעבעך נישט ווי ער האלט, פאר יעדן דעסיזשאן רופט ער אן משה גבאי און בעט זיך ברחמים פאר א שטיקל הדרכה ווי אזוי ער זאל האלטן, מיטן סקול דיסטריקט אדער אקעגן דעם סקול דיסטריקט, מעג מען גיין אין קארט צו טאר מען נישט גיין אין קארט, איז ר' אברהם לייטנער כשר צו נישט, איז אהרן טייטלבוים כשר צו נישט, איז זלמן לייב כשר צו נישט, וכו' וכו' און משה גבאי דער עבד לעבדי השם ברוב רחמיו וחסדיו האט באוויליגט צו געבן הדרכה פאר ר' משה מנחם,
און וועגן איז דער קרית יואל'ער רב בכלל נישט אינטרעסירט אין קיין TRADE , יהי לך את אשר לך, זאל משה מנחם בלייבן ביי ענק און מיר וועלן בלייבן מיט אלע ערליכע רבנים וואס זענען נישט נכנע ונשפע פונעם עגל הזהב "משה גבאי", און האבן נישט מורא ארויס צו זאגן דעם אמת, אז די תורה איז א ניצחי, עס טוישט זיך נישט יעדן מאנטיג און דאנערשטיג לויט די גיסטע פון משה גבאי, וואס מען מעג זונטיג מעג מען אויך מאנטיג דינסטיג און מיטוואך, און וואס מען טאר נישט זונטיג טאר מען נישט מאנטיג דינסטיג און מיטוואך, טאמער מעג מען רופן ר' נחמן בראך אין קארט מעג מען רופן יענקל כהנא מיט שאול פויערשטיין אויך, און אויב איז ר' אברהם לייטנער אסור תשנ"ה איז ער אויך אסור תשס"ה די זאכן טוישן זיך נישט.
שמויזער. איך קאפי דא פין וואס איך האב געשריבן אין אנ"ש וואס איך האלט אז די מעגסט וויסן
------------------------
ברויכסט פארשטיין די חילוק צווישן די זאליס אין די ארונים
די זאליס האבן א רב שלא שנה ולא שימש קען נישט לערנענן אין קען נישט נאכזאגן גלאט א פסוק חימוש פירט זיך נישט אויף ווי עס פאסט פאר א רב בישראל וועגן דארפן זיי ביי יעדע מסיבה זיין ביזי אז דער רב איז געווען דער רב איז געווען אזוי עס זאל אויסזען אז רבנים האלטן פין אים ממילא כאטש אז זיי ווייסן אז זאלי פאר זיך איז גארנישט ווערד פילן זיי זיך גיט מיט דעם אז רבנים קימען ווייל מיט דעם ווילן זיי איינרעדן פאר די מאסן אז זייער רב איז יא א בר הכי ווייל קיק די רבנים זענענן געווען
משא"כ די ארונים האבן ב"ה א רב וואס דינט דעם באשפער לערנט פלייסיג אין קען לערנענן וועגן דעם זיכן זיי קיינמאל נישט ביי מסיבות אז עס זאל זיין א שיינע אויבן ווייל זיי זיכן נישט קיין הכשר פאר זייער רב אז מען זאל זען אז אנדערע רבנים האלטן פין אים ווייל זיי אליינס קיקן אים ארויף אין שעצן אים אין מקבל מרות פין אים
דוק ותשכח
{מהאי טעמי ווען עס קימט א שאלה ביים יהדות החרדית וויל אלץ דער נועם המדות הערן וואס לייטנער זאגט אין וואס די דינים זאגן ווייל ער ווייסט דעם אמת אז ער פארקויפט גארנישט משא"כ קרוית יואלער רב זאגט אלץ דעם דעת תורה אזוי א רב בישראל ברויך זיך פירן }
תוקן על ידי - getme - 02/03/2005 1:06:17
געטמי: ר' משה מנחם איז גאנץ א וואוילער אינגערמאן...
ר' ישראל דוד הארפענעס פאקט אים איין...
איך מוז דיר זאגן אז די ביסט ל"ע אינגאנצן. ר' משה מנחם איז פון די שענסטע תלמידים פון אונזער הייליגן רבין. ער היט זיך די אויגן, אויף אים האט קיינער נישט געקענט זאגן אז ער קוקט - צי ער חלומ'ט - אויף פרויען און מיידלעך...
דאס משוגעת איז ארויס פון די גדרים.
אויב ר' ישראל דוד פאקט איין ר' משה מנחם'ן ווי שטארק פאקט ער איין אונזער רב...
אויף אונזער רב איז נישט פאראן א מענטש אויף דער וועלט וועלכער ניצט די ווערטער "שלאפט ווי אן ערליכער איד, עסט ווי אן ערליכער איד צי רעדט ווי אן ערליכער איד.
דער מאנטרעאלער דיין ווען ער זאגט מוסר שובבי"ם איז נישט פאראן איינער וואס טראכט ביי זיך אז ער זאגט מוסר ווייל זיין ברודער אין וויליאמסבורג איז געווארן רב...
ביי אונז אין קרית יואל איז די שובבי"ם תורות פון רב א ליצנות...
קוים 600 בעלי בתים נעמען זיך די מי צוקומען אויסהערן, ווייל זיי ווייסן ביי זיך אז עס איז א דשוק...
ביטע רעדט און טראכטס מיט ריאליטעט. דער רב סטראגלט ווייל ער האט געמיינט, ביז פאר זעקס יאר צוריק, אז ער איז "שוין" בעה"ב און געטון און גערעדט ווי א דיקטאטור.
דאס איז אין מציאות.
וואס מיינט עטץ, וויאזוי איז דאס מעגליך אויף דער וועלט , אז די וו"ב ישיבה איז איבערגעוואקסן די ק"י ישיבה מיט קרוב צו 200 בחורים, אויב איך רעכן די צעירים עידש וואס מען האט ארויפגענומען תשס"ב?...
א דאנק
יענקעלע: לאמיר זאגן אז דער וויליאמסבורגער רב – וועלכער איז אגב געווען א מגי"ש 15-20 יאר – איז א שרעקליכער ע"ה. ער קען סאך ווייניגער ווי זיין עלטערער ברודער. אבער איצט ווערט סאך שטערקער די קשיא – המאי, וויאזוי איז מעגליך אז אזא ע"ה האט ווייניגער ווי זעקס יאר גענומען זיין ברודער און זיך געטיילט מיט אים אויף יעדן פלאץ פון סאטמאר איבער דער וועלט?
וויאזוי איז מעגליך אז יעדער רב נעמט אים אויף כאילו ער איז א רבן של ישראל?
זיין ברודער דער וועלטס גאון... וואלט דאך אים געדארפט צעמאלן...
ווי אזוי איז מעגליך אז ער האט אזוי שטארק איינגענומען וויליאמסבורג. אזש, ער האט אונז דעם שמחת תורה געבראכן הענט און פיס און געפירט די הקפות אויף דעם פלאץ וואו דער רב וואלט געפייגערט צו פירן זיינע הקפות?...
יעדן קאורט געווינט דער ע"ה, יטב לב אין ארה"ק האט ער געמאכט בונדאזש מיטן קרית יואל'ער רב – ווער עס ווייסט וואס דארט טוט זיך – און מיר קרית יואל'ר אייזלען פרובירן נאך איינצורעדן אנדערע אז ער איז אן ע"ה און אונזער רב איז א פוסק הדור...
אפשר קען מיר איינער זאגן: אויף וועלכע זאך אין דער וועלט האט שוין אונזער רב גע'פסק'ט?... און אויב ער איז אזא פוסק, פארוואס קומט ער נישט ארויס מיט א היתר פאר זיין אייגענעם קאורט?... צו וואס ביי יעדע זאך וואס טוט זיך אין ק"י דארף אייביג דער דיין מיט זיצן?...
אדרבה, ענטפערט מיר, אבער ביטע נישט קיין קללות, און נאר צו דער זאך. און זאלן זיך באטייליגן אנדערע וועלכע קענען ענטפערן און מיך אפווענדן, אָן געשאסן נעמען מיט נארישקייטן...
פרעג עפעס צי די זאך וועט מען דיר ענטפערן נישט שרייב סתם ווי א נער
געטמי: ביטע ליין איבער וואס "דו" שרייבסט, וועסטו דיך פשוט שעמען.
איך האב געשריבן זאכליך און ווייל ס'שמעקט נישט מיט דיים פאליטיק האסטו געענטפערט ווי א פלאכער קאפ
איך בעט דיך איבער אויב עס טוט דיר וויי. א דאנק
ביטע ענטפערן און אוועקלייגן נגיעות.
שמויזער צים צווייטן מאל
וואס פרעגסטע כ'וועל דיר אי"ה ענטפערן די שרייבסט אין שרייבסט פאקטן מיט שטותים אויסגעמישט
"פרעג זיי מוחל קלאר אין קארץ איין קשיא אויף א מאל"איין פארגראף א קשיא
{טיטלן זיי מוחל נעם ארויס פין דיין לענגאוויטש עס מאכט דיר נאר אויסזען ווי א גרעסערע נער}
ני פרעג.
איין קשיא אויף אמאל איין פאראגרף א קשיא
פאר געטמי: איך וועל דיר איבער שרייבן די קשיות...
לאמיר זאגן אז דער וויליאמסבורגער רב – וועלכער איז אגב געווען א מגי"ש 15-20 יאר – איז א שרעקליכער ע"ה. ער קען סאך ווייניגער ווי זיין עלטערער ברודער. אבער איצט ווערט סאך שטערקער די קשיא –
1) המאי, וויאזוי איז מעגליך אז אזא ע"ה האט ווייניגער ווי זעקס יאר גענומען זיין ברודער און זיך געטיילט מיט אים אויף יעדן פלאץ פון סאטמאר איבער דער וועלט?
2) וויאזוי איז מעגליך אז יעדער רב נעמט אים אויף כאילו ער איז א רבן של ישראל?
3) זיין ברודער דער וועלטס גאון... וואלט דאך אים געדארפט צעמאלן...
4) ווי אזוי איז מעגליך אז ער האט אזוי שטארק איינגענומען וויליאמסבורג. אזש, ער האט אונז דעם שמחת תורה געבראכן הענט און פיס און געפירט די הקפות אויף דעם פלאץ וואו דער רב וואלט געפייגערט צו פירן זיינע הקפות?...
5) יעדן קאורט געווינט דער ע"ה,
6) יטב לב אין ארה"ק האט ער געמאכט בונדאזש מיטן קרית יואל'ער רב – ווער עס ווייסט וואס דארט טוט זיך – און מיר קרית יואל'ר אייזלען פרובירן נאך איינצורעדן אנדערע אז ער איז אן ע"ה און אונזער רב איז א פוסק הדור...
7) אפשר קען מיר איינער זאגן: אויף וועלכע זאך אין דער וועלט האט שוין אונזער רב גע'פסק'ט?...
8) און אויב ער איז אזא פוסק, פארוואס קומט ער נישט ארויס מיט א היתר פאר זיין אייגענעם קאורט?...
9) צו וואס ביי יעדע זאך וואס טוט זיך אין ק"י דארף אייביג דער דיין מיט זיצן?...
אדרבה, ענטפערט מיר, אבער ביטע נישט קיין קללות, און נאר צו דער זאך. און זאלן זיך באטייליגן אנדערע וועלכע קענען ענטפערן און מיך אפווענדן, אָן געשאסן נעמען מיט נארישקייטן...
שמועסער לאמיר דיר פרעגן 10 קשיות
ווען האט דער אומפארגינער טירנויער געזאגט קריטיק פאר ח"א קאהן
ווען האט דער עקסטרעמיסט טירנויער מודה געווען אז דער רבי זי"ע איז געווען גערעכט און ער איז נישט געווען גערעכט
ווער איז געווען דער רבי'לעס טירנויער, ערשטער שווענצעלע, [מ.י.י.ב.]
ווען האט דער מחוצף טירויער אנארקענט, די רבנות פון סאטמאר מאנטריאלע רב שליט"א
וואס האט דער אויסגעפילטער טירנויער געזאגט, ווען משה גבאי האט איבערגעהאקט די הוק-אפ ביי זיין דרשה ביי זאלי'ס הקטרה
וואס האט דער געלט גייציגער טירנויער געזאגט פאר די עסקנים, ביי די ערשטע מסיבה אין וויליאמסבורג, פאר זיין ישיבה, פאר ער וויל נישט אז מען זאל רופן זאלי בם
פארוואס איז דער חכם טירנויער צופרידן מיט קרית יואל ראט און טאט, ווען עס קומט צו קריטישע האקעלע ענינים
פארוואס לייקענט דער תמימות'דיגער טירויער, אז דער רבי שליט"א, איז שוואך אינעם ענין פון זכרון, ווען א מינוט שפעטער לייקענט ער
פארוואס איז דער אויבער חכם טירנויער געקומען אויף ניו יארק זונטאג נאכט, און אנטלאפן כגנב במחתרת, אינמיטן נאכט און נישט פארבליבן אויף זיין שווערס יארצייט
פארוואס וויל נישט דער צעלייגער טירנויער זאגן פארוואס דער סקול דיסטריקט, איז ביי יא, נישט, אפשר כשר, געוואנדן אין ווער עס פרעגט אים
און "שמועסער" וויל נעבעך מיינען אז די אהרונים באדערט אז מען איז פטור געווארן פון אים
אזא יאר אויף די אלע בייזע רוחות
..........................
שמויזער כ'האב הנאה ציבסליך הערסטע וואס מען רעדט צי דיר אבער נאך נישט איגאנצן ווייל איך האב געבטן איין קיא אויף אמאל אבער כוועל דיר ענטפערן
קשיא איינס} איז זייער פשוט ער האט זיך נישט געטיילט מיט זיין ברידער די אלע וואס זענענן געווען ק"י רב'ס חסידים אין חסידים פין זיין טאטע זענענן געבליבן זיינע ק"י רב'ס חסידים ער האט נאר גענימען זיי טאטעס שונאים געדנקסט נאך ""אהבה מוסתורות""קיינער פארלאנגט אז שונאים פין זיין טאטע זאלן זיין זיינע חסידים
קשיא צוויי}פאר 50 דאלער קענסט דיך פאסטען א פיקטשער מיט יעדן רב אדרבה פראביר
קשיא דריי"איך כאפ נישט וואס די פרעגסט אפשר איז עס איינס מיט קשיא 2
4}שמחת תורה ווייזט אויף זיין גרעסטע שוואכקייט אז ער האט געמיזט איינשפאריין זיין אלטן טאטן אלעס צי ווייזן אני אמלוך איך וואנדער מיר פארוואס די שעמסט דיך נישט דערמיט אין ביסט מודה אז ער האט געהאט לכל היותר 500 שטריימליך וויל איך דיר זאגן אז זיין טאטע האט מער שונאים פין דעם
קשיא 5678סארי באט איף כאפ נישט וואס די פרעגסט
תוקן על ידי - getme - 02/03/2005 3:23:10
שמועסער לאמיר דיר פרעגן 10 קשיות
ווען האט דער אומפארגינער טירנויער געזאגט קריטיק פאר ח"א קאהן
ווען האט דער עקסטרעמיסט טירנויער מודה געווען אז דער רבי זי"ע איז געווען גערעכט און ער איז נישט געווען גערעכט
ווער איז געווען דער רבי'לעס טירנויער, ערשטער שווענצעלע, [מ.י.י.ב.]
ווען האט דער מחוצף טירויער אנארקענט, די רבנות פון סאטמאר מאנטריאלע רב שליט"א
וואס האט דער אויסגעפילטער טירנויער געזאגט, ווען משה גבאי האט איבערגעהאקט די הוק-אפ ביי זיין דרשה ביי זאלי'ס הקטרה
וואס האט דער געלט גייציגער טירנויער געזאגט פאר די עסקנים, ביי די ערשטע מסיבה אין וויליאמסבורג, פאר זיין ישיבה, פאר ער וויל נישט אז מען זאל רופן זאלי בם
פארוואס איז דער חכם טירנויער צופרידן מיט קרית יואל ראט און טאט, ווען עס קומט צו קריטישע האקעלע ענינים
פארוואס לייקענט דער תמימות'דיגער טירויער, אז דער רבי שליט"א, איז שוואך אינעם ענין פון זכרון, ווען א מינוט שפעטער לייקענט ער
פארוואס איז דער אויבער חכם טירנויער געקומען אויף ניו יארק זונטאג נאכט, און אנטלאפן כגנב במחתרת, אינמיטן נאכט און נישט פארבליבן אויף זיין שווערס יארצייט
פארוואס וויל נישט דער צעלייגער טירנויער זאגן פארוואס דער סקול דיסטריקט, איז ביי יא, נישט, אפשר כשר, געוואנדן אין ווער עס פרעגט אים
און "שמועסער" וויל נעבעך מיינען אז די אהרונים באדערט אז מען איז פטור געווארן פון אים
אזא יאר אויף די אלע בייזע רוחות
אלייענס על ראשון ראשון ועל האחרון אחרון: איך וועל פרובירן דאס בעסטע כאטש וואס דו האסט געשריבן ווי א פארצווייפלטער...
1) איך בין נישט קיין מאנטרעאלער ממילא קשיא 1 קען איך נישט ענטפערן
2) מיר קרית יואל'ער רב'ס מענטשן "קענען" ארויפברענגען קיין שום שמוץ אויפן מאנטרעאלן דיין ווייל מיר האבן אים גוט גענוצט ביי צענדליגער געששענישן ביזן קרית יואל'ער סעפ. וו ווען ער האט באשלאסן צו נעמען אן אנדערן באן...
3) איך קען נישט לינען דעם ר"ת פון זיין שווענצעלע און אויך ווייס איך נישט וואס די פראגע איז, ממילא פראגע 3 נישט געקענט ענטפערן
4) מחוצף פאר אן אדם גדול איז נישט שיין, און וועגן דאס רבנות, נישט באוואוסט קיין אפענע מחלוקת
5) אויסגעפילט?... איל קען נישט ענטפערן דערויף אבער איך זע אז ער איז נישט ברוגז אויפן גבאי'ן
6) אנטשולדיג פארן פשוט נישט פארשטיין דיין פראגע...
7) וואס איז די פראגע און וואס איז דאס נוגע. און בכלל וואס מאכט אויס אויף די גאנצע מחלוקה, צי דער רבי שליט"א לעבט שוין בכלל נישט ח"ו. די זאך איז מער ווי צעטיילט און ס'וועט נישט העלפן אויב דער רבי וועט היינט נאכט ווערן 120.
8) איך קען אים אויף אזויפיל אז ער האט קיין מורא נישט. און ווער אין די וועלט האט נאך היינט-צו-טאגס מורא פארן קרית יואל'ער רב? דער קארטן איז אן אפענער און קיינער איז נישט במחתרת
9) ביים סקול דיסטריקט האט אים דער קרית יואל'ער רב אויסגעניצט ווי מ'ניצט אויס א שמאטע
10) (א שווערע ארבעט אראפגעלייגט, ביז נומער 1...) פאר סיי וועלכן ערנסטן מענטש ארט געפערליך וואס דא איז געשען מיט ר' משה מנחמ'ן
און איצט ענטפער מיר אויף מיינע פראגעס אבער אויך רואיג און געלאסן
געטמי: איז דען מעגליך אז האלב סאטמאר זענען שונאים פארן רבין און בנו בכורו? און אויב יא, האלטסטו, אז מען דארף דעם אנדערן חלק סאטמאר לאזן פאלן? למעשה ביסטו מיר מודה אז ר' זלמן לייב האט זיי "אויפגעפיקט" נו, פארוואס איז נאך איינער דערקעגן? אז אזויפיל מענטשן האלטן אז ר' אהרן זאל נישט זיין זייער רב, איז דאך זייער נארמאל אז אויב ווילן זיי דעם אנדערן זון פון רבי'ן דארף מען דאס זיי צושטעלן.
אגב, איך האב נישט געשריבן וועגן פינף הונדערט שטריימלעך. דאס איז געם קרית יואל'ער רב'ס א סטעיטמענט וואס ער האט געזאגט ביי ר' בערל פריעדמאן אינדעהיים פאר פיר יאר צוריק אז "פינך הונדערט שטריימלעך" זענען ביי זיינע באטעס...
פאני אז היינט איז נישטא קיין פופציג...
שמועסער שרייבט:
אלייענס על ראשון ראשון ועל האחרון אחרון: איך וועל פרובירן דאס בעסטע כאטש וואס דו האסט געשריבן ווי א פארצווייפלטער...
1) איך בין נישט קיין מאנטרעאלער ממילא קשיא 1 קען איך נישט ענטפערן
מען דארף נישט זיין קיין מאנטריאלער פארדעם, יעדער וואס ווייסט אביסל, ביי איז קלאר, אז ער פאלגט ח"א קאהן, ווי וואוילע אינגעלע, ווי למשל, ווען דער אלטער קאהן זאגט אים, חתונה מאכן אין מאנטריאל מאכט ער חתונה דארט, ווען ער הייסט אים חתונה, אין וויליאמסבורג מאכט ער דארט חתונה
אגב, די איינציגע לימוד זכות, אויף הרב טירנויער, איז אז די אלע זאכן טוט ער בכפי' פון זיין נותן מימיו, לחמו, פשתו וצ
2) מיר קרית יואל'ער רב'ס מענטשן "קענען" ארויפברענגען קיין שום שמוץ אויפן מאנטרעאלן דיין ווייל מיר האבן אים גוט גענוצט ביי צענדליגער געששענישן ביזן קרית יואל'ער סעפ. וו ווען ער האט באשלאסן צו נעמען אן אנדערן באן...
קודם מאכסטו מיר לאכן, ווי איך דיין גאונישן ברייטן מח, חלומ'סטו נאך, אז מען מיינט אז די ביזט א אהרוני/נייטראל, יא מיר גלייבן דיר
יעצט, מיין פראגע, איז, ער אלץ חבר פון די "שווארצע" וואס ער איז קליגער געווען בשעתו פון רבינו הקוה"ט זי"ע, נו, וואס איז די וואונדער, אז ער איז יעצט קלוגער פון קרית יואל רב, אגב, וואלט איך אים געוואלט פרעגן, פון וואו ווייסט ער אז ער זיך נישט טועה, פונקט ווי דעמאלטס, האט ער איינגעזעהן אז ער האט געמאכט א טעות אפשר יעצט איז די זעלבע זאך, א חוץ, אז דו וועסט זאגן, אז ער האלט נאך היינט, אז ער איז גערעכט געווען, ואם כן......... פיר די אויס
3) איך קען נישט לינען דעם ר"ת פון זיין שווענצעלע און אויך ווייס איך נישט וואס די פראגע איז, ממילא פראגע 3 נישט געקענט ענטפערן
איך ווייס אז דו קענסט נישט ענפערן, אבער פרעג דיר נאך ביי די מאנטריאלע, וועסטו הערן, אז חיים אביגדור טשאטשקעלע "מ.שה י.עקב י.וסף ב.ראך", איז געווען דער וואס האט די "ערשטע" גע'ארבעט אויף צו בויען דער רב טירנויער, און רובא דרובא פון זיינע ספרים איז געקויפט געווערן פון בראך'ן, אדרבה, פרעג דיר נאך, הפנים עס זעהט אויס, אז כח הפועל בנפעל ארבעט, אויף דעם הוה, און "אויך" אויף דעם 'עתיד'
4) מחוצף פאר אן אדם גדול איז נישט שיין, און וועגן דאס רבנות, נישט באוואוסט קיין אפענע מחלוקת
על אחרון קודם, פאר די רעדסט פון רב טירנויער בפרט, און מאנטריאל בכלל, וואלט איך דיר גע'עצה'ט, זיך אביסעלע נאך פרעגן, וואס גייט דארט פאר צווישן רב און דיין, וואס אגב, נעכטן האסטו שוין אביסל ארויסגעוויזן דיינע קענטעניסן מיט די שוהל, אז עס איז דא "5" בענק בעפאר דעם באלעמער, וואס דאכט זיך אז איז דא אינגאנצן "6" רייעס אין די "גאנצע" שוהל
והשנית, על ראשון, אוודאי קען איך און דו נישט זאגן אויף א אדם גדול, אבער עס איז נאך דא אזא מרחק פון אים ביז רביה"ק, ווי צווישן מיר און אים, דעריבער, ערלויב איך מיר צו זאגן מחוצף פאר איינער וואס האט זיך געהאלטן קלוגער פון רביהקוה"ט זי"ע,
5) אויסגעפילט?... איל קען נישט ענטפערן דערויף אבער איך זע אז ער איז נישט ברוגז אויפן גבאי'ן
וויאזוי וואלסטו זיך געפילט ווען דו האלסט אז דרשה, און אינמיטן, די דרשה ווערסטו געוואור, אז די הוק-אפ איז שוין לאנג אפגעהאקט, די הנאה איז דאך געוואלדיג
גערעכט, מיט דיין קשיא, די גמרא ביי בלעם, פארענטפערט שוין די קשיא, אז: שנאה מקלקלת את השורה..
6) אנטשולדיג פארן פשוט נישט פארשטיין דיין פראגע...
מיין קשיא איז: אז ביי זיין ערשטן גרויסן דינער, האט ער אנגעזאגט די עסקנים, אז מען רופט נישט קיין שום רב, און ווען זיי האבן אים איבערגעפרעגט, האט ער מסביר געווען, אז ער מיינט טאקע ידיד נפשו, זאלי בם, און מען האט אים למעשה נישט גערופן, טראץ דעם איז זאלי בם יא אנגעקומען, און די בזיונות, פאר זאלי איז געווען געוואלדיג
און נאכאמאל, אז די קענסט נישט די מאנריאלע ענינים, נעם נישט קיין שטעלונג, חוץ אויב אין אלע אנדערע ענינים, ביזטו פונקט אזוי באהאווענט
7) וואס איז די פראגע און וואס איז דאס נוגע. און בכלל וואס מאכט אויס אויף די גאנצע מחלוקה, צי דער רבי שליט"א לעבט שוין בכלל נישט ח"ו. די זאך איז מער ווי צעטיילט און ס'וועט נישט העלפן אויב דער רבי וועט היינט נאכט ווערן 120.
די פראגע, איז אז אויב איז ער נישט קיין פאלנע "היפאקריט" -וואס אגב איז ער דאס אין פריוואטן לעבן אויך, ואכמ"ל- דעמאלטס פארוואס ווען עס לוינט זיך אים, צופייערט ער זיך, אז דער רבי, איז 150% געהעריג, און ווען מען זאגט אים פארקערטע מימרות, ווערט ער פלוצים געוואור דעם רבי שליט"א'ס מצב
8) איך קען אים אויף אזויפיל אז ער האט קיין מורא נישט. און ווער אין די וועלט האט נאך היינט-צו-טאגס מורא פארן קרית יואל'ער רב? דער קארטן איז אן אפענער און קיינער איז נישט במחתרת
איך רעד פון א פריוואטן ענין, וואס שפילט זיך אפ די טעג, וואו ער פארלאזט זיך גענצליך, אויף די סייעתא דשמיא, תורה'דיגע מיינונג, געלט, וכו' פון קרית יואל רב, און אויף דעם קשיא, פרעג נישט איבער, ווייל עס רעדט זיך פון יחידים, און אויב עס פארלאנגט זיך הסברים, צוה איך צוריק מיין קשיא, טראץ דעם וואס דער היפאקריט טירנויער, ווי געשמועסט פארלאזט זיך "גענצליך" אויף קרית יואלע רב שליט"א
9) ביים סקול דיסטריקט האט אים דער קרית יואל'ער רב אויסגעניצט ווי מ'ניצט אויס א שמאטע
דאס האט נישט מיט מיין קשיא, מיין קשיא איז, וויאזוי שפילט ער ארום ווי א פורים רב, אז איין טאג, איז די סקול דיסטריקט אייביג אסור געווען, און א אנדער טאג, איז עס נאך היינט מותר, און א דריטן טאג, איז עס לעצטענטס אסור, געווארן, וחוזר חלילה, יעדן טאג, עס ווענד זיך מיט וועם ער רעדט, הפנים, עס ברענגט כבוד פאר די תורה, ווען א רב א דיין, פירט זיך אזוי אויף, עכ"פ, פון זאלי איז ער נאך אלץ ווייט
10) (א שווערע ארבעט אראפגעלייגט, ביז נומער 1...) פאר סיי וועלכן ערנסטן מענטש ארט געפערליך וואס דא איז געשען מיט ר' משה מנחמ'ן
זאג נאכאמאל, פארוואס האט ער זיך אויפגעפירט ווי א בעיבי און שוואכלינג, אנטלויפענדיג קיין ניו יארק, מכלומרשט צו זיין שווער'ס יארצייט, און צוריק לויפענדיג אנהייב נאכט, מעיקרא מאי קסבר, ולבסוף מאי קסבר, און אויב איז טאקע געווען זיין שווער'ס יארצייט - ווייסט איינער ווען זיין שווער איז אוועק, און ווען זיין יארצייט געפאלט אויס??- עס ווייזט , אז חוץ אלע זיינע אנדערע מדרגות, איז ער א חכם און א מתון
און איצט ענטפער מיר אויף מיינע פראגעס אבער אויך רואיג און געלאסן
יעצט "שמועסער" גיי דיינע ידידים, און פרעג זיך אביסלע בעסער נאך, און קום צוריק, מיט דיינע "נייטראלע" דברי "חכמה"