חזקי בראך צושאסן פון היידפארק אויפדעקנג
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1294960
כעזקי איז ממש צושאסן פון די אויפדעקונג וואס איז געמאכט געווארן דא אויף היידפארק אז ער האלט נישט ביים מאכן אנעקסעישאן נאר ער וויל פארקויפן זיינע פראפערטיס פאר טייער געלט. די וואך איז א האלבע באריכט געווידמעט זיך צו פארענטפערן פארוואס ער מוז עס טאן.
און דא קומט א מעכטיגע סתירה: זיי שרייבן אין באריכט אויף איין פלאץ א נייעס אז ער טוט עס מכלומר'שט נאר צו "פארשנעלערן" די פראצעדור פון די ענעקסעישאן, אבער באמת גייט אלעס אן ווייטער ווי ביז יעצט און חזקי גייט בויען עפארדעבל דירות.
אבער שפעטער שרייבט חזקי א בריוו וואו ער איז זיך סותר מיט די גאנצע נייעס, און ער איז מודה אז ער טוט עס יא פאר ביזנעס און אז ער וויל פארקויפן די פראפערטי פאר פריוואטע מענטשן, ווייל די ווילידזש וויל בשום אופן נישט דורכלאזן זיין אנעקסעישאן.
דהיינו, מאנרא און וואודבארי פייגערן שטארק צו קענען דורכפירן זיין אנעקסעישאן, ווייל זיי ווילן פשוט אז קרית יואל זאל גרעסער ווערן און זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט'ן וואוקס פון קרית יואל, אבער די ווילידזש וויל עס בשום אופן נישט דורכלאזן.
מען דארף זיין א געזונטער קו אפצוקויפן אזעלכע שטותים.
איך האב יעצט געענדיגט צו ליינען דעם באריכט און איך האב הנאה געהאט צו זעהן ווי שטארק זיי רעכענען זיך מיט אינז. איך האב געקייכט פון לאכען פון די גרויסע טיפשות פון דעם זיגי.
ער מיינט טאקע אז דער עולם איז אזעלכע נערנים ווי עם אין מען קען זיי אלעס איינרעדען.
למשל ער שרייבט דארט אין זיין בריוו אז די סיבה פארוואס ער מוז פארקויפן זיין פראפערטי פאר טייער געלט פאר פריוואטע יחידים, איז ווייל ער וויל נישט האבן קיין שאדן אויף די פראפערטי וואס ער האט געקויפט (גע'גנב'עט פון ועד הקרי').
יא זיגי, ביסט כשר גערעכט, אבער די פראפערטי האט דאך געקאסט פאר דיר נישט מער פון דריי מיליאן דאלאר. יעצט ווילסטי עס פארקויפן פאר 49 מענטשן, 400,000 דאלאר פער מענטש, און מאכן 20 מיליאן דאלאר.
האסט צוגעזאגט עפארדעבל דירות, פארוואס פארקויפסטו נישט די אלע לאטס פאר נאר 80,000 דאלאר פער לאט, וועסטו צוריק פארדינען די גאנצע געלט וואס די האסט געספענט און אויך אביסל ריוח.
תוקן על ידי - באראש - 25/02/2005 9:44:15
זיגי האט זיך געכאפט אז מען קען עם נאך דאס פארהאלטען, אז אויב זוכט ער נישט צו מאכען געלט דעמאלץ זאל ער פארקויפען די פראפערטי אן קיין ריוח, איז ער געגאנגען אין זיך שנעל באווארענט אז די פראפערטי האט עם אפגעקאסט אסאך טעקסעס, אזוי שרייבט ער אין זיין בריף.
אבער געוואלד זיגי, האסט דאך נישט באצאלט קיין פעני טעקסעס.
חזיר איינער, די פראפערטי ליגט אויף א קאנגערעגשן נאמען און סהאט דיר גארנישט געקאסט אויפציהאלטען.
תוקן על ידי - באראש - 25/02/2005 9:45:31
[בילד – נישט אפגעהיט]
אויך זיגי, דערצייל אונז נאר וויפיל די האסט פארדינט פין די טרעילערס וואס מענטשן סטארידזשן אויף דיין פראפערטי און אויך פון די אפיס מאבילס.
סהאט זיך דיר שוין צען מאל אפגעצאלט וויפיל די האסט געצאלט פאר די פראפערטי.
בעט נישט קיין געלט פין ארעמע קרית יואלע אידן וואס האבן נישט קיין לחם לאכול און פלאגן זיך אזוי שטארק צו קויפן דירות.
ליינטס דעם שטיקל באריכט אין לאכטס א גוטס.
די באריכט שרייבערס זאגען אז חזקי האט אריינגעגעבען די סאב דיוויזשען פלענער ווייל ער וויל "פארשנעלערען" די פראדצור פין די ענעקסעשן ער זאל קענען בויען עפארדעבעל דירות
יעדע חדר יונגעל ווייסט אז מען קען נישט בויען קיין עפארדעבעל דירות אויף 49 עקסטערע לאטס, כדי צו בויען עפארדעבל דירות מוז מען מאכען א קאנדא פין איין ריזיגע לאט, וואס באלאנגט פאר אלע איינוואוינערס ציזאמען, אזוי ווי אלע בויערס טוען שוין היינט אין קרית יואל ווי יודי גאלדבערגער, יאנקי סופר, יואליש שווארץ אין חיים נחום וועצבערגער.
א קאנדא איז שרעקלעך שווער צו מאכען, סקאסט ממון ודמים דאס צו מאכען אין סדארף באקימען די עפראוועל פין סטעיט אטארני דזשענעראל עליאט ספיצער, און דעריבער איז נישט מעגליך צו מאכן 49 עקסטערע קאנדאס.
בקיצור,
אויב וויל ער בויען עפארדעבל דירות קען ער נישט מאכען קיין סאב דעוויזשען
אויב מאכט ער סאב דעוויזשען קען ער נישט בויען קיין עפארדעבל דירות
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
דע אלע שקרים אז ער וויל בויען ביליגע דירות, איז נאר וועגן זיינע 25 עקער אין מאנרא, אבער געוואלד דער
זיגי האט נאך א שטח אין וואדבארי פון צענדליגער עקער,
וואס דער שקרן לייקנט אינעם יעצטיגן באריכט, פארגעסנדיג אז ער האט שוין געשריבן דערפון, אין זיין אפענע בריוו פון "קרית יואל-בארא פארק" , ווי אזוי זאגט מען א ליגנער דארף האבען א גיטן זכרון , ווי אויך די אנדערע הונדערטער עקער .
דארט איז מען מודה , אן קיין טראפן בושה , אז מען גייט שארן "צענדליגער מיליאנען" פונעם פארפלאגטען ציבור
תוקן על ידי - געשמאק - 25/02/2005 13:49:11
איך האב שוין לאנג געוואוסט אז די אהרונישע דארפישע קינדער זענען בהמות, אבער יעצט זע איך עס נאך בעסער.
סאב-דיוויזשאן מיינט צוטיילן א גרויסן לאט אויף מערערע לאטס.
יעדע שטאט האט א רעדזשיסטער וואו עס איז פונקטליך פארצייכענט די בלאקס און די לאטס דערויף.
עס קען נישט זיין איין גרויסער לאט וואו עס גייט זיין גאסן זאל זיין פארצייכענט אלס איין גרויסער לאט.
א סוב-דיווידזשאן טיילט איין דעם גרויסן לאנד אויף מערערע לאטס, אין פאל פון הרב בראך איז דאס 49 לאטס.
ווען מען וויל בויען הייזער איז עס געוואנדן אונטער וועלכן טאון אדער ווילדזש מען איז.
אויב בלייבט עס ביי מאנראו, וועט ער קענען בויען א קנאפע 100 דירות.
אויב גייט סע אונטער קרית יואל וועט סע זיין הונדערטער דירות.
און יעצט קענסטו ווייטער שעלטן און שימפן וויפיל דו ווילסט.
קרית יואל, איך שעלט נישט און שימף נישט, איך בין זייער זייער זייער אויפגעלייגט [\-/]
און דו מיט דיין נערנות מאכסטי מיך נאך סאך סאך סאך מער אויפגעלייגט
ווייל יעצט פארשטיי איך שוין וויזוי די באריכט קען ארויסקומען יעדע וואך און פארציילן אזעלעכע באפקעס, ווייל זיי ווייסען אז די זאליס וועלן עס שנעל אפקויפען.
Now, for your information
יעדע יעדע איינציגסטע פראיעקט וואס ווערט היינט געבויט אין קרית יואל ווערט געבויט ווי א קאנדא, אפילו צוואנציג גאסן אויפאמאל, חוץ אויב סאיז א פרייוועט דירה.
די מישט אויס די יוצרות אין מען זעהט קלאר אז די ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט דיר, יעדע קאונטי האט א אפיס וואו סאיז פארשריבן פאר די רעקארד די SBL (סעקשאן בלאק און לאט) זיי האבן גארנישט מיט קיין סאב דעוויזשאן. סאב דעוויזשאן איז א זאך וואס האט סטריקטלי צו טאן מיט די פלענינג בארד פון יעדע טאון און ווילידזש וואס זיי געבן זיך אפ מיט די זאנינג
אויב חזקי מאכט סאב דעוויזשען האלט ער נישט ביים בויען קיין עפארדעבעל דירות, סאיז נישט קיין מציאות, פרעג יעדען וואס קען זיך אויס אין קרית יואל ריעל עסטעט וועסטו הערען די זעלבע זאך
אויב וויל ער בויען עפארדעבל דירות קען ער נישט מאכען קיין סאב דעוויזשען
אויב מאכט ער סאב דעוויזשען קען ער נישט בויען קיין עפארדעבל דירות
תוקן על ידי - באראש - 25/02/2005 19:51:50
גאב"ד קעי.דזשעי. פלעגט אלעמאל זאגן:
נזכה, ונחי' ונראה...
קרית יואל, וויאזוי טייטשט מען איבער גאב"ד קעי דזשעי אין אידיש?
נישט "דער רב פון גאנץ קרית יואל"?
רוף אים וויאזוי דו ווילסט, אזוי לאנג ווי דו ביסט מודה אז ער איז רב אין קרית יואל.
מאנרא וואודבערי גייט מאכן א מיליאן דאלער אין טעקסעס פון די 98 דירות וואס מען גייט בויען דארט (2 דירות פער לאט, 10,000 דאלער פער דירה) וויל ער אונז איינרעדן אז מאנרא וועט גרייט זיין צו פארלירן די מיליאן דאלאר א יאר דורך לאזן ענעקסן זיין פראפערטי.
אין אנדערע ווערטער, מיטן אריינגעבן די אפליקעשן פאר 49 סאב דיוויידעד לאטס האט יחזקי נאר זיכער געמאכט אז די ענעקסעישאן זאל קיינמאל נישט דורכגיין אין טאון, און פאר זיינע קיעלעך וויל ער איינרעדן אז דאס האט גאר פארשנעלערט די אנעקסעשן.
ווי יעדער זעט גייט אן א קאץ-און-מויז-שפיל צווישן ועד הקרי' (רוף עס אן: הירש) מיט הרב בראך.
לויט די תגובות פון די אהרונים אין דעם אשכול קוקט אויס אז הרב בראך איז נישט אינטערעסירט צו ענעקסן זיין לאט צו ק"י ווייל ער וויל נישט בויען קיין עפאורדעבל, און וויל ענדערש בויען 98 "רייכע" הייזער וואו ער זאל קענען מאכן א סאך געלט.
אויב אזוי וואס איז דער פראבלעם?
איצט האט דאך די ועד הקרי' א געלגענהייט גוט צו צופיקסן הרב בראך מיט'ן באשטעטיגן זיין ענעקסעישן, און אים גוט אויסשפילן אז ער וועט נישט האבן א "תירוץ" פארוואס צו בויען דוקא טייערע דירות און נישט עפאורדעבל דירות???
נו לאמיר זען...
פארדריי נישט די מעשה ,פארוואס שקר'נט זיגי אז ער צאלט טעקסעס ,און פארוואס וויל ער נישט בויען כאטשיג 98 ביליגע דירות פאר זיינע אידישע ברודער???? פארוואס???
הרב בראך איז א פריוואטער מענטש און איז נישט מחוייב צו דערלייגן געלט צוליב די ועד הקרי' עקשנות.
די ועד הקרי' וועלכע האט געשארט מילאנען אויפ'ן חשבון פון ציבור, זע דארף צושטעלן דירות פאר נאן-פראפיט!
הרב בראך וועט צושטעלן אי"ה עפאורדעבל דירות אובי ועד הקרי' וועט ענעקסן זיין לאט, אויב נישט וועלן הונדערטער אידן אין ק"י דערלייגן!!!
קרית יואל, וואס פלאפלסטו ארום ווי א נאר? דו רעדסט ווי גלייך אלעס איז שוין גרייט צו די ענעקסעישאן, מען ווארט נאר אויף ועד הקרי'ס אונטערשריפט, ווען פאקטיש האלט בראך נישט אין ערגעץ מיט זיין ענעקסעישאן.
מאנרא האלט נישט דערביי צו ענעקסן קיין איין איינציגסטע פראפערטי וואס איז נישט יעצט אונטער קרית יואל.
ס'גייט מער נישט פארקומען קיין שום ענעקסעישאן אין קרית יואל אן א מעכטיגע קאורט פייט, און חזקי ווייסט דאס גוט ווייל ווען ער וואלט דאס נישט געוואוסט וואלט ער גענומען א לאיער אונטערצושרייבן זיינע ענעקסעישאן פאפירן און נישט יואלי ליבערמאן.
די סאב דעוויזשען פלענער האט ער אונטערגעשריבן מיט ריזיגע לאיערס און זיכער געמאכט אז יעדע זאך זאל קלאפן, ביי די ענעקסעישאן האט ער גענוצט דעם ליבערמאן (וואס יעדער וואס ס'קען ליבערמאן ווייסט אז ער איז נישט א מענטש וואס מען נוצט אונטערצושרייבן פעיפערס, ואכמ"ל) און דערצו האט ער פארגעסן אריינצוגעבן וויכטיגע פעיפערס, וואס האבן געגעבן א תירוץ פאר מאנרא און וואודבארי ארויסצואווארפן די ענעקסעישאן פארלאנג. סא האק נישט אין טשייניק אז ענעקסעישאן איז דער עיקר און סאב דיוויזשאן איז דער טפל.
יא, איין טשענס איז דא אז די מאנרא טאון באורד וועט יא מסכים זיין צו ענעקסן נאך פראפערטי קיין קרית יואל, אויב האבן זיי פאר סאם ריזאן, חשק צו פארלירן די קומענדיגע עלעקשאנס דורך אויפרעגן אלע אלע גויאישע שכנים, אבער דערווייל קוקט נישט אויס אז זיי ווילן פארלירן די קומענדיגע וואלן.
לכבוד פורים
קרית יואל שרייבט:
"הרב" בראך
אנטשולדיגט, ביטע שרייבט הרב בראך שליט"א אדמו"ר מק"ק בני אלעזר ..................
די ק"ק בני לוזער איז געעפנט געווארן על שמו וזכרו פון מעיאר לוזער שווימער...
ביזדערווייל איז ער א לוזער אין זיין נייע בני זואל ביה''מ אין ב''פ וואס איז ליידיג אין אלע מתפללים לאכען אין די פאָסטען פון זיגי בראך
דערציילט מיר איינער אז זיי ווייסען וויאזוי עיהם ארויס שלעפען געלט
אזוי ווי ער האט א געפערליכע איגאָע אין ער ווערט געפערליך דזעלעס טאמער מען זאגט עיהם אז למשל ר׳ ח י באבאד האט אפגעקויפט א גרויסע ריעל עסטעיט דיעל מיז ער שוין איבערצייגען אז ער קען קויפען א גרעסערע דיעל
אין די זעלבע אויב מען רעדט עיהם איין אז דער אין דער נגיד וויל געבען א גאר גרויסע נדבה פאר א מפורסםדיגע צוועק זאגט ער צו נאך מער אין אזוי שלעפט מען פון עיהם געלט,
אויך די אלע קליינע רבילעך אין שיינע יודען ווייסען צו זאגען אז ער באצאהלט זייער גיט פאר א ביסעלע כבוד
יעצט סטראשעט ער מיט נקמה אויף ר׳ אלעזר הארוויטץ ווייל ער האט נישט געלאזט אויסריפען זיין דארעכגעפאלענע דינער פון זיין בני זואל ביה''מ
נישט פארגעסען אז
אלעס איז נאר לשם שמים
איך קען די בראַך משפחה לענגער ווי איר אלע...
סאטמארער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט א בראַך און ביטער דערלייגט אויפן געשעפט...
קרית יואל'ער רב האט אנגעהויבן מיט א בראַך און דערלייגט, און נאך ווייט פון פארטיג...
ער וועט נעמען אין קאורט גאנץ וועד הקרי' אויפן היתר וועלכעס ליגט ביים ווינער רב אין שופלאד...
און ווער עס קען דעם עסק ווייסט, אז וועד הקרי' און מאיר הירש קענען נישט אפילו שמעקן א קאורט רום...
לכאורה וועט ער ווערן געאנקסירט און האבן דעם לעצטן לאך...
שמועסער
די נעם לעגאלע ראט ביי זיגי
און איך וועל נעמען לעגאלע ראט, ביי דארפמאן לינטש, און דזשעקאובעוויץ און גוביץ, די ערשטע לויער'ס פאר וועד הקרי' און די לעצטע די לויער'ס פאר די ווילידזש
איך ווייס נישט צו די ווייסט, - נישט אלע "אהרונים" ווייסן דאס.........- אבער דער ווילידזש און אויך וועד הקרי' זענען שוין דארך סיי פעדעראל קארט ווי אויך סטעיט קארט
אדרבה, זאל זיגי גיין מסר'ן, און מיר וועלן טוען ווי דער הייליגער רמא -סימן שפ"ח סעיף ט' - שרייבט, "ואם מסרו מותר למסרו" און דערנאך זעהן ווער עס קען בעסער געזעהן
אדרבה, זיגי, פיני, שמועזער, "יו אר וועלקאם, באט לעטס ביגין"
תוקן על ידי - KJalliance - 28/02/2005 2:40:37