היינט צופרי אין מקוה אין ביהמ"ד אין קרית יואל האב איך געהערט פון איינע פון די גרויסע מקוה דרשנים אז דער "רבי" וועט פלאנט צו קומען אויף קר"י דעם שבת וואס דער "רב" פאר אויף לאנדאן
ווייסט איינער דערפון?
איך פארשטיי אז די זאליס ווילען בכל כוחם מבטל זיין די נסיעה פרשת פקודי, לאזען זיי ארויס די סארט שמועות.
נעבעך. ער מוז קומען קיין קרית יואל ווען זיין זון, דער רב שליט"א איז נישט דארט.
איז דאס גבורה אדער איז דאס לוזערישקייט?
און אויך וואו גייט ער דאווענען? אין סאסמאן?
נאך 25 יאר מכהן זיין ברבנות דארף איך געוואר ווערן אז ער איז נישט אין קאנטראל פון מער ווי א קליין בית המדרש'ל וואו עס גייען אריין ווייניגער ווי א פראצענט פון קרית יואל'ער איינוואוינער.
משה גבאי טייערער, אזא לוזער צו זיין? דו זעסט נישט וואספארא חוזק דו מאכסט פון אים?
ער איז דאך דיין רבי פונקט ווי ער איז אונזערס. פארוואס זאלסטו אים מאכן פאר א פורים אין גאס?
פאר עי טשעינדזש מאך אים אויסקוקן ווי א הייליגער און גרויסער איד. איך ווייס עניוועי אז ער איז דאס, אבער פארוואס זאל עס די גאס נישט וויסן.
תוקן על ידי - קריתיואלער - 25/02/2005 7:39:08
וואס טוט זיך? וועלן מיר האבן די זכיה מקבל פנים צו זיין כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פרשת פקודי אין קרית יואל?
אמת עס וועט א ציפ טאן ביים הארץ אז דער רבי וועט נישט קענען איינשטיין אין זיין אייגענע הויז וואס מען האט אים צוגענומען, און ער וועט מוזן דאווענען אין "קהל ויואל משה", אבער דאך, צו האבן די זכיה אז דער רבי שליט"א זאל זיין מיט אונז אויף א שבת, איז דאס ווערד אלע עגמת נפש'ן.
רצונינו לראות את מלכינו !!!
ווען האט מען צוגענומען דעם הויז פונעם הייליגן רבין?
נישט לאנג צוריק פלעגן זאלי בחורים דארט מאכן א מנין אויף צו דאווענען (אדער צו טאן אנדערע זאכן, וד"ל)
פאריאר ווען ר' זלמן לייב איז דא געווען האט ער געדאוונט מעריב אין רבינס הויז
סא טייערער גארפיעלד, ביטע זאג עס אונז, ווען האט מען צוגענומען דעם הויז פון הייליגן רבין? הא?