היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » CD WRITER לייענט אבער שרייבט נישט

CD WRITER לייענט אבער שרייבט נישט

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1294505

נער_תמים » 24/2/2005 19:17

איך האב פראבלעמען מיט מיט מיין CD WRITER עס לייענט אבער שרייבט נישט, כ'האב שוין געטוישט CD מערערע מאל אבער ס'ארבייט נישט

נבוכדנאצר » 24/2/2005 19:22

איך האב שוין געהאט דעם פראבלעם מערערע מאל עס האט בדרך כלל צו טון מיט די ברענד פון די סי די אויב הסאטו געקויפט די רייטער פון א איד פרעג אים, אויב פון א קאמפאני קען זיין אז זיי וועלן וויסן צו ענטפערן (אויב עס איז HP, קענסטו זיין זיכער אז רוב סי די'ס וועלן נישט ארבעטן)

נער_תמים » 24/2/2005 19:35

עס איז א

LG-CD-RW - CED-8080B

אויף א דעל סיסטעם עס האט געארבעט פיין, ביז לעצטענס

איך טראכט עס איז א דרייווער אדער קאנפליקט פראבלעם, אבער גיי ווייס


HELP !!!!!!

תוקן על ידי - נער_תמים - 24/02/2005 19:40:11

נער_תמים » 24/2/2005 21:00



איינער קען מיר העלפן דא

worldwar » 24/2/2005 22:58

עס ווענט זיך אויך וואסערע פראגראם די נוצט
מיט ווינדאס אליין איז די בעסטע
איך האב גיהאט א שרייבן פראגראם וואס האט נישט גיארבעט ווען איך האב גיהאט א צווייטע

נער_תמים » 25/2/2005 01:42

איך נוץ ווינדאוס אליין, און דארט מאכט דאס מיר די צרות

איינער האט א פארשלאג וואס דער פראבלעם קען זיין, בבקשה

ןוינדאוס עקס פי האום, מיט 1 און 2 SP אריינגעלייגט

worldwar » 25/2/2005 02:21

ספעסיפיי די פראבלעם אויב עס ווייזט נישט די שרייבן פראגרעס (ווינדאס זאגט נישט וואס עס באדערט אים) אפשר זוך א אנדערע שרייבן פראגראם למשל אלקאהאל 120 אויב עס ווייזט יא און די קענסט נישט ליינען דעמאלטס איז עס אדער די מידיא אדער די רייטער

נער_תמים » 25/2/2005 03:47

עס הייבט אן די פראסעס און בלייבט שטיין ממש נאך אפאר סעקונדעס

מאירקע » 25/2/2005 04:05

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1278455


גיי אריין צו דעם לינק אין בחדרי
דארט איז דא איינער "פיפציג"
זייער א פיינער ער וועט דיר העלפן