וואס גייט פאר מיט קאשוי רב ?
[בילד – נישט אפגעהיט]
ער איז שוין באלד צוויי וואכן אין שפיטאל, נעכטן האט ער געהאט הויך פיבער
נעכטן איז ארומגעגאנגן א "טעל. קאל" פאר אלע תושבי קרית יואל אז מען זאל "איינרייסן" פארן געזונט פון קאשוי רב לרפואה שלימה בקרוב!!
רפאל בן גיטל לרפו"ש בתושאח"י
הרב משה בער
איך קען נישט מחליט זיין, ווי וואוינסטו מאנראו אדער מאנסי?
וועגן קאשויער רב, איז באקאנט ביי זיינע חסידים. אז ער האט באקומען אן הבטחה פון זיין רבי'ן ר' שאול בראך, אז ער וועט דערלעבן משיח'ן. וואס זאגט איר דערצו?
גרעסערע אידן, האבן צוגעזאגט גרויסע זאכן, פאר גרעסערע מענטשן, און זיי זענען נישט שטענדיג פארווירקליכט געווארן.
איינער זאגט מיר אז עס איז געווען קאמפליקאציעס מיט זיינע קישקעס?
זאל הקב"ה העלפן ער זאל האבן א רפו"ש בתוך שאר חולי ישראל און זאל דערלעבן משיח'ן בקרוב ממש, אמן.
נבוכדנצר, פארוואס פעלט אויס צו געבן אזא תגובה וואס שמעקט מיט בזיון ת"ח און בזיון צדיקים און כפירה?
מיר גלייבן בכל יום שיבא
משיח איז שוין אט דא. ער קען קומען יעדע מינוט
קאשויער רב שליט"א קען און וועט אי"ה דערלעבן משיח'ן אינאיינעם מיט אונז אלע, בקרוב ממש.
תוקן על ידי - davka - 25/02/2005 6:37:01