היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » א בילד ווי די קלויזענבורגער גיט האנט ב"ג

א בילד ווי די קלויזענבורגער גיט האנט ב"ג

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1293710

דישיגוטער » 24/2/2005 03:32

צו האט איינער א בילד ווי די קלויזענבארגער גיט די האנט פאר בן גוריון

tzvibp28 » 24/2/2005 04:14

פאר אמעריקאנע אפיקורסים מעג מען אויך נישט, צו מען מעג יא?

וד"ל

דישיגוטער » 24/2/2005 04:32

דער שאלה איז געאייניגט פאר די אלע וואס לייקענען ס'דא אזא בילד

זיי האבן צייט 24 שעה זיך צוצוגרייטן צו דעם בילד וואס וועט דא ארויפגעלייגט ווערן

תוקן על ידי - דישיגוטער - 24/02/2005 4:35:47

yohcee718 » 24/2/2005 06:56

יוסף 90 האט דעם בילד ער האט עס געפוסטעט א לאנגע צייט צוריק אין 'בחדרי חרדים'

ליכטיג » 24/2/2005 09:35

נאריש צו זאגען אז איינער לייקנט דעם בילד.

פארוואס זאל מען עס לייקענען? אפשר וועט מארגען איינער לייקענען אז דער חזון איש האט אויפגענומען בן גוריון?

עס איז א באקאנטע בילד, איך ווייס נישט פארוואס דער סיגוטער האט זיך יעצט אויפגעוועקט.

תוקן על ידי - ליכטיג - 24/02/2005 9:39:20

דישיגוטער » 24/2/2005 18:32

נו אדרבה לאמיר זעהן צו איר האט דעם בילד

די קלויזענבארגער לייקענען
נאר אז ער האט זיך געטראפן נישט געגעבן די האנט


תוקן על ידי - דישיגוטער - 24/02/2005 18:54:11

ליכטיג » 24/2/2005 20:51

סיגוטער

בויסט א הנחה אז איינער לייקנט א פאקט אין דערנאך מאכסטו א פייער?

אפשר האסטו געטראפען א אינגעלע וואס לייקענט, די קלויזנבורגער שעמען זיך נישט מיט זייער רבי זצ"ל, אין אוודאי נישט מיט זיינע דעות אין הנהגות.

אין דער בילד איז געווען געדרוקט אין א צייטונג בשעתו ווי קלוזענבורגער רבי זצ"ל גיט דעם האנט פאר בן גוריון.

וואס יא אין דער בילד זעט מען אז ער קוקט אים נישט אין פנים אריין, אפשר וועגען "אסור להסתכל בפני אדם רשע"

איןהכינמי » 3/3/2005 05:45

דישיגוטער שרייבט

א בילד פון מיין שוואגער מיט בן גוריון.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןהכינמי » 3/3/2005 05:47

נבוכרנצר שרייבט


דער בילד זאגט גארנישט.

A_Jew » 3/3/2005 11:16

דער בילד הענגט אויפען וואנט אין בן גוריון'ס צריף (הייזקע) אין שדה בוקר. דער קלויזענבורגער האט נישט געטראגען זיין הוט און האט געגעבן צו פארשטיין אז עס האט דער זעלבע דין ווי איינער וואס גייט אריין אין ביה"כ.