דער רב פארט נישט קיין לאנדאן
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1291225
געווארן נעכטן נאכט אז דער קרית יואל'ר רב פארט נישט קיין לאנדאן שבת פקודי, ר"ח אדר ב' שבת שקלים!
ווער עס האט פרטים, ביטע לאזן וויסן
איך הער אז ס'הייסט אז דער רב וועט פארן אויף פ' קדושיםץ ד.ה. א שבת נאך פסח.
וויליאמסבורגער לצים ווערטלען זיך: אז וויבאלד א' שמות קען אויסקומען פ' בא אדער פ' כי תשא, וועט היי יאר פ' קדושים אויסקומען פ' פקודי...
אמת ויציב, קרית יואל'ער רב פארט נישט קיין לאנדאן שבת פקודי, ווייל אזוי האט זיך דער טאטע שליט"א געפירט, און אויך דער פעטער זי"ע, דער זיידע דער עצ"ח זי"ע ולמעלה בקודש אז מען פארט נישט אום שבת, ער פארט בעזהשי"ת ביום ג' פקודי, ווי עס וועט אי"ה זיין א צוזאמענקונפט פון טויזענטער אחים וריעים חסידי ותלמידי אנ"ש סאטמאר ווי דער רב שליט"א וועט בעזהשי"ת מאציל זיין מתורתו וקדושתו און אריין בלאזן א רוח חיים לכל אנ"ש,
יא, לעזער קעסטענבוים האט זיך געשוואוירן די פאריגע וואך אז (ר') אהרן וועט נישט פארן, אבער ליידער מעשה שטן הצליח, און (ר') אהרן נעמט נאכנישט קיין אנווייזונגען ביי לעזער, ופני הזאלונים חפו.
שמויזער:
שרייב כאטש צי "דא לאכט מען"
אז מען זאל כאטש וויסען אז די מאכסט א געלונגענע וויץ
שמוזער, דמיון נישט אזוי סאך.
ווילסט מען זאל נישט רעדן פון דעם שקל שלום פלאפּ פון זלמן לייב נאו פראבלעם, אבער פארוואס קומען מיט דמיונות?
דער פלאן אז דער רב גייט נישט פארן איז אפגעמאכט געווארן נעכטן נאכט אויפ'ן בוידעם, נישט דורך די לאנדאנער ראשי הקהלה אדער דורך דעם רב'ס שטוב מענטשן.
פארוואס פארציילסטו אבער נישט די אמת'ע מעשה אז די לאנדאנער קהלה האט געשיקט א בריוו צו זלמן לייב, אז ער זאל נישט קומען יעצט, ווייל זיי ווארטן שוין אזוי לאנג אז קרית יואל'ער רב זאל קומען, און ס'איז נישט יושר אז זלמן לייב זאל זיך אנרוקן ווי א בעיבי אז ער וויל קומען א וואך פריער, כדי צו ווייזן אז ער איז נאכנישט אינגאנצן אויסגעשפיגן אין לאנדאן.
צוויי זאכן: איינס אז דער קרית יואל'ר וועט נישט זיין (אזוי הייסט עס איצט) אין לאנדן אויף שבת פקודי תשס"ה.
צווייטנס: בוידעם אהער בוידעם אהין, איר קענט מיר אלע אריינפליקן בשעת איך האב קיינעם נישט געטשעפעט זייט איך שרייב. אבער לאמיר זיך באנעמען צום מציאות:
די וויליאמסבורגער הנהלה האט באקומען א בריוו געשריבן דא אין ניו יארק אבער געשיקט פון לאנדאן...
לויט ווי עס זעט מיר אויס, לאכן זיי אין די פויסטן פון יענעם בריוו אוו דער קרית יואל'ר רב וועט געבן חיזוק פארן אייראפעער אידנטום הערשט – פ' קדושים...
ווערטס געוואויר פאר איר שרייבט.
שמויגער סטאפ צו דמיונ'ען
דו ביסט דאך א זאלי. פארוואס זאלסטו דיך אפילו איינרעדן אז דו ווייסט בעסער פון אן אהרוני ווען אונזער אייגענער רב פארט קיין לאנדאן?
נאכאמאל: אלע פלענער זענען פונקט ווי ס'האט געהייסן פון אנפאנג און דער רב פארט פונקט ווי געפלאנט, על אפך וחמתך.
און דיין מעשה'לע איבער דעם בריוו פון וואו עס איז געקומען, איז פונקט אזוי אמת ווי דיין מעשה אז דער רב פארט נישט.
דער אמת איז, אז ביז דער בלאט וועט ערשיינען די וואך דאנערשטאג, וועט דער רב אויך נישט וויסן אויף זיכער צי ער אליין פארט
פריער ביסטו געווען זיכער אז דער רב פארט נישט.
יעצט זאגסטו אז מען ווייסט נישט ביז ווען דער בלאט קומט ארויס
בקיצור דו פאנגסט שוין אליינס אן צו פאנפענען, אדער כאפסטו אז דו האסט דיך געלאזט פארפירן פון א פאר זאליס אין די זאליס בית המדרש וואו דו דאוונסט און וועגן דעם דרייסטו מיטן צינג.
די נייעס אז מען פארט נישט איז געבוירן געווארן אין בוידעם. אפשר האסטו זיך גאר פארמישט מיט א צווייטן רב און זאלי איז גאר דער וואס פארט נישט.
קרית יואלער: איך גלייב אז איך האב די רעכט זיך צו קלאר מאכן.
נעכטן ביינאכט איז געבליבן אז דער רב פארט נישט. אבער היינט אינדערפרי ווען מ'האט געזען אז ס'איז געווארן א גאנצע שמחה אין וויליאמסבורג, ווייל זיי האבן דאס אויסגעטייטשט כאילו דער רב איז א פחדן און ער וויל נישט זיין קיין פורים האט מען באשלאסן אז פאר די קינדער קען מען דאס נישט טון. איז איצט למעשה ווארט מען אויפן בלאט וואס וועט שטעלן דעם סוף פסוק
קרית יואלער: לאמיר זאגן אז ס'איז אמת אז מענטשן פון לאנדאן האבן געשיקט א בריוו צום וויליאמסבורגער רב. נו, איך דענק אבער נאך צוויי בריוו 1) אז גאנץ סאטמאר נעמט אויף קרית יואל'ן רס אלס "רב דקהילות קדושות" חוהמ"פ תשנ"ט (סעפטעמבער 11 פארן קרית יואל'ער רב). און 2) דעם בריוו וואס ר' חיים אליעזר גראס האט ארויסגענומען און געוויזן פאר רבינו שליט"א אז "גאנץ" סאטמאר שרייבט, אז זיי ווילן נישט צעטיילן סאטמאר.
איצט וואס האבן אויסגעמאכט יענע בריוו...
דער בריוו קוקט אויס פונקט ווי למשל וויזשניץ, קלויזענבורג, בעלז אדער סיי וועלכע אנדערע קרייז זאלן שרייבן א בריוו אז דער רב שליט"א זאל נישט קומען צו פארן קיין לאנדאן.
יעדער פארשטייט אז דאס איז אבסורד, נאכדעם וואס לאנדאן איז א גרויסע אפענע שטאט וואו יעדער קען קומען.
אלא מאי? זיי קענען זאגן קום נישט צו מיר אין שוהל.
די סאטמארער קהילה אין לאנדאן איז שוין סיי ווי צעטיילט, און די ערשטע שוהל וואס איז נתייסד געווארן דורך רביה"ק זי"ע איז נישט אונטערגעווארפן צו גאב"ד קעי.דזשעי. זיי האבן איינגעלאדענט דעם רב שליט"א אויף שבת.
און דער רב שליט"א האט סיי ווי נישט געהאלטן ביים גיין אויף קלעפטאן אין די אהרונישע שוהל.
נו, וואס איז דא זיך צו טענה'ן דערוועגן?
אין פאל דער ראש הקהל פון קהל יטב לב ד'סאטמאר קעיזענעוו ראוד הרבני הנגיד ר' בעריש בערגער שליט"א זאל שיקן אזא בריוו וואלט יעדער פארשטאנען אז מען מוז זיך רעכענען דערמיט.
שמוצער איך ווייס,
ביינאכט האבן עס די זאליס אפגעמאכט אין בוידעם
בייטאג זענען די קיען עס געקומען פארקויפן אין די בתי מדרשים, אבער די אהרונים האבן אלע געלאכט פון זיי האבן זיי געמוזט טוישן ווערזשאן
ס'איז קיין איין איינציג מאל נישט געווען אפילו קיין שפעקולאציע נישט צו פארן, כאטשיג דער בעיבי זלמן לייב האט באשלאסן צו פארן א וואך פריער, כדי אויסצוכאפן זיין עלטערן ברודער (א זאך וואס מען האט קיינמאל נישט געזען אין סאטמאר און נישט ביי קרית יואל'ער רב, אז מען זאל טאן עפעס כדי יענעם צו ווייזן)
קרית_יואל שרייבט: דער רב שליט"א האט סיי ווי נישט געהאלטן ביים גיין אויף קלעפטאן אין די אהרונישע שוהל
קענסט אים פאר אזא איי[נ]ער?...
אינטרעסאנט
וועם באדערט מער צו פאר די אהרונים אז ר' זלמן לייב פארט א וואך פריער צו פאר די זאליס אז ר' אהרן פארט א וואך שפעטער
איך מיין אז פאר די וואס שרייען העכער טוט מער וויי
האט ר' זלמן לייב יא מצליח געווען מיט דעם שריט
עס איז נאריש צו זאגן אז די החלטה ביי די זאליס איז געווען צו פארן דוקא א וואך פאר ר' אהרן וויבאלד ביידע האבן עס געמאלדן אין די זעלבע וואך און עס איז נישט מסתבר אז די החלטה ביי די אהרונים זאל האבן פאסירט צופיל פריער ווייל "דער בלאט" איז ווייט נישט באקאנט מיט איינהאלטן נייעס אין זיך