היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » דעפערעסטע זאליבאנער'ס מעמארנדאום.

דעפערעסטע זאליבאנער'ס מעמארנדאום.

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1291211

ארגינעלער » 21/2/2005 18:19

די זאליבאנער האבן ארויסגעגעבן א מעמאראנדום אין וועלכן זיי שימפן און שעלטן די פאליס.

און איז די פיר שלעגער זענען נעבעך אומשולדיג. און האבן קיינמאל נישט געשלאגן.

לייענט און האט הנאה.
אינעם ערשטן זייט שרייבן זיי איבער דעם רבי'נס התמנות פון זאלי אלס טשיף ראביי אין ווילי.
און אז קרית יואל'ער רב האט זיך אונטערגעגעבן, נאר א פאר מחוצפים נישט.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 18:24

אינעם צווייטן זיי שרייבן זיי אלע זאכן וואס עס קרענקט זיי.

די אהרונים שמירן אונטער ריכטער (הא הא הא)
די אהרונים מאכן פאלשע קאמפליענס
קויפן אונטער די פאליס.
שעדיגן פראפערטי פון קאנגרעגעישאן.
א.א.וו.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 18:45

אינעם דריטן זייטל

די אהרונים
יוסי בראך
לייביש טייטלבוים
יאנקל יאקאבאוויטש
משה אינדיג
יאקאבאוויטש, שטייט האט געריסן צעטלעך שבת פאר פסח תשס"א,

בראך טייטלבוים אינדיג און יאקאבאוויטש, ווערן באשולדיגט אז זיי צעשטערט די גענעראל פארזאמלונג פון די פורים וואלן.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 18:49

זייט 4.

מ'באשולדיגט יוסי בראך פאר'ן מאכן אומלעגאלע ראליס
און האבן נאכגעשריגן זאלי אויף די גאס.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 18:54

זייט 5.

אוי....
דער בלאט

מ'פארקויפט זיצן
יאקבאוויטש מיט בראך לאכן זיך אויס.

בראך האלט א דרשה אין ראדני.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 19:13

זייט 6.

דזאשזש שאפינג.
יוסי בראך קויפט אונטער ריכטער.
לייביש טייטלבוים האט געקלאגט שמואל קאמפאוט.
די קלאגע איז פאלש.
ער האט צוריקגעצויגן.
עזריאל מאיר קאהן האט צוריקגעצויגן.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 19:18

זייט 7.
יוסי בראך מישט אריין די עף.בי.איי.
קעגן יונה זופניק
קעגן דעם קארופטירטן זאלי ריכטער עד רייש
און ריקט אריין א דעילי ניוז ארטיקלען קעגן די זאליס.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 19:21

זייט 8
פעטשען בילדינג צרות,
אטוירני זשענעראל אריינגעמישט.
עפילאנג פון דזשאדזש באראש ווי ער וויינט אויף די צרות וואס יוסי בראך האט אים אויסגעטיילט.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 19:26

זייט 9.
די מעשה מיט דעם אונטערגעקויפט דזשעקאבי פון באראש'ס אפיס.

זיי באשולדיגן אז יצחק ראזענבערג האט אים געוואלט אונטערקויפן דורך דעם לאיער עליעאט רובין.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 19:36

זייט 10
די זאליס וויינען יעצט איבער די בילדינגס וואס מ'האט נעבעך אוועקגענומען פון זיי.

אוי וויינט זיך עס גוט מיט...

די בית החיים!
די הויז פון רבי'ן אין KJ
די ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אין ברוקלין
די הויז פון ר' מענדל טייטלבוים אין ברוקלין
מ'טינקט איין בערל פרידמאן...
מ'שרייבט וועגן די קרוין און די ארעסטן סוכות תשס"ב

שאדנס פון שמיני עצרת ראדני תשס"ה איבער 20 אלפים.


[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 19:44

טייטלבוים, בראך אינדינג און יאקאבאוויטש שטורעמען אין שול שמיני עצרת תשס"ד און פארכאפן ראדני.
לאנגע באשרייבעכץ מיט בכיות נוראות


[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 19:48

זייט 12.
פרישע נעמען צוגעגאסן.
מעני ווייזער
בערי דייטש
מ'הייבט אן וויינען, אויף די ארעסטן פון די פיר שלעגער
וועלכע ווערן גערופן FOUR DISTINGUSHIED ACTIVISTS. נעבעך ארעטירט און אנגעקלאגט דורך א גרענד זשורי...
אומשלדיגע צאדיקים'לאך.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 19:54

זייט 13.
די פאליס האט איינגערעדט די זאליס אז קיינער גייט נישט פיילן קיין קאמפלעינס. אבער די אהרונים האבן יא געפיילט במחתרת, און עטליכע טעג נאך די חתונה האט מען ארעסטירט די פיר שלעגער.

די שלוש סעודות שלעגערייען.
יעקב יאקאבאוויטש צעשטערט דעם רבינ'ס הייליגע שלוש סעודות.
די פורים קהילה שיקט זיי בריוון, ענגלישע און אידישע, אבער זיי פייפן זיך אריין.

וויינט אלע מיט

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 19:58

זייט 14

ווידער מיט די בריוון וואס די פורים קהילה האט געשיקט.
די פאליס מאכט זיך נישט וויסנדיג.

ווייזער ארעסטירט
נאך א שייגעץ שטיק פון די אהרונים
בעני ווייזער, האט גע'גנב'ט תפילין, און יאקאבאוויטש האט אים געלאזט ארעסטירן.

[בילד – נישט אפגעהיט]

הכשר » 21/2/2005 20:01

ארגינעלער :

YOU MAKE MY DAY

אבער פאר וועם שיקען זיי???
אין פאר וועם האבן זיי עס געשריבן???
אין וואס ווילן זיי פין עס???

ארגינעלער » 21/2/2005 20:03

זייט 15

פאליציי איז קארופטירט
יצחק ראזענבערג האט געזאגט אז אדאנק אינדיג ווערט קיינער פון די בראכ'ס גרופע נישט ארעסטירט.

די פאליס איז קארופטירט ווייל זיי האבן נישט ארעסטירט בראך ווען ריכטער באראש האט געהייסן און געפאדערט.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 20:08

זייט 16.

אוי...
די פאליס וויל נישט אננעמען די זאלי לעיזאנס (מ'פארציילט נישט אז מ'האט זיי גאר גע'זרק'ט...).

די פאליס דעפארמענט מוז איבעררעכענען וואס זיי טיען און נישט זיין גענויגט לטובת די אהרונים!

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 20:12

זייט 17.

אלע עבירות פון יוסי בראך.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/2/2005 20:14

זייט 18.
אלע עבירות פון לייביש טייטלבוים
[בילד – נישט אפגעהיט]

סיני_ארי » 21/2/2005 20:36

מן_הסתם
פארוועמען האט מען געשיקט די בריוו'ן


אין פארוואס גייט פאר אין די לעצטע וואכן אויספארשונגען אין די ברוקלין פאליציי ?

נאך פראגעס וועל איך שרייבן שפעטער

מן_הסתם » 21/2/2005 20:56

90.

1) ארגינעלער האט עס געפאוסט נישט איך.
2) די אינוועסטיגעשאן אין די פאליס דעפארמענט איז אויב זאלי מעג זיצן אויף יוסי בראכ'ס פלאץ.
3) ווען די שרייבסט וד"ל, ווער איך זייער דערשראקן.
4) אבער נאכנשיט אזוי פארלוירן צי שיקן א מעמאראנדום וואס באשטייט פון א קינות פון 18 זייטלעך.


סיני_ארי » 21/2/2005 21:24

מן הסתם

1) אלעס פיין אין וואויל, אבער כדי צו פארמיידן זאלי פון זיצן אויף יוסי בראך'ס פלאץ, דארף מען נאכנישט אויספארשן דעם טשיף פון ברוקלין פאליס, אויף דעם קען מען אויספארשן שאול פערלשטיין.

2) איך האב נישט געשריבן וד"ל, זעט אויס אז די חלומ'סט.

מן_הסתם » 21/2/2005 21:52

אינגערמאן.

דעם קינות-מעמאראנדום האבן די זאליבאנער ארויסגעגעבן, כדי אזוי ארום זאל די גרענד זשורי ארויסווארפן די קלאגעס קעגן די פיר אנגעקלאגטע שלעגער.
געהאלפן האט עס א מאַקינאָ!

דער פאקט איז אז אויב זיי גייען צום טרייעל, קענען זיי צולייגן נאך 280 זייטן מיט קינות און שטותים... אבער עס וועט זיי נאר פירן אין חד גדיא.

די פיר איידעלע אקטיוויסטן וועלן איינציג ווייז שמאכטן אין טורמע אויב זיי וועלן זיך נישט ברעכן און איבערבעטן די וואס זיי האבן געשלאגן.

זיי מעגן שרייבן אז אז יוסי בראכ'ס האספיטאל רעקארד איז פאלש. זיי מעגן שרייבן אז אינדיג קויפט אונטער די פאליס.
אז יאקאבאוויטש האט אריינגעשריגן פאר די הייליגע גרענד ראביי, און אז טייטלבוים האט געמאכט א פאלשע סעקשועל קלאגע קעגן שמואל קאמפאוט / אלעס איז "דאמירן בעלמא"

דאס געזעץ זאגט אז פאר'ן ציברעכן הענט און פיס קען מען זיצן. / און מ'האט זיי אנגעקלאגט אויף 2 פעלאניס יעדער איינער.

KJAlliance » 21/2/2005 22:26

אויף אזא אייגענע אפשאצונג איז גילטיג דאס פאלגענדע

"קאמענטארן זענען איבעריג"

...................

מן_הסתם » 21/2/2005 22:34

ליצים זאגן אז ס'איז נאר א אומדירעקטער באווארענונגס מיטל.

majyar718 » 22/2/2005 00:28

אין רייקערס איילאנד קען מען אויך רייכערן אזוי ווי אין ניינטי פריסינקט?
סתם נייגעריג צו וויסן...


http://www.hydepark.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=1156530&whichpage=11