היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » הייס: זיגי בראך שלאגט כפרות מיט די זאליס

הייס: זיגי בראך שלאגט כפרות מיט די זאליס

51 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 57 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1290760
בלאט: 1 2

באראש » 21/2/2005 11:02

באמבע נייעס:

נאך אלע ציגעזאגעכצער און איינרעדענישן פאר די אלייענס מענטשן אז ער גייט בויען הינדערטער עפארדעבעל דירות, אויף די לאט וואס ער האט געגנבעט פון ועד הקרי'ה, אין נאכ'ן צוזאגן פאר די זאליס אז ער גייט דארט בויען מוסדות פאר זיי, א זאל און א שאפינג סענטער וכו' וכו' וכו', אלע אנדערע דמיונות וואס איך לאז פאר א צווייטען איבערצוקייען, האט זיגי בראך געשלאגן כפרות מיט די זאליס און מיט די אלייענס און האט געמאכט שבת פאר זיך.

אין די לעצטערע וואכן איז זיגי געגאנגען בשתיקה און אריינגעגעבן פאר די טאון נייע פלענער פאר זיין פראפערטי, אהן קיין שום פלענער פון עפארדעבל דירות, אדער מוסדות אדער א זאל, אדער קיין שום אנדערע פאבליק בילדינג.

אשטאטס גייט ער צוטיילן די געגנבעטע פראפערטי אין 49 לאטס, און פארקויפן די לאטס פאר פריוואטע יחידים פאר 400,000 דאלאר א לאט, אז מען זאל דארט בויען טייערע פרייוועט הייזער, פינקט ווי די הייזער וואס מען בויט אין טאון, צוויי דירות פער לאט.

די גאסן גייען זיין פרייוועט גאסן, אז די מענטשן וואס וואוינען אין די עפארדעבל געגנט זאלן נישט מעגען דורכגיין, און דאס מיינט אז אלע מענטשן וואס וועלן דארט וואוינען וועלן מוזן צאלן צענדליגער טויזנטער דאלאר יערליך צו מעינטענען זייערע ראודס, שארן די שניי וכו'

אויך גייט ער נישט נעמען קיין וואסער פון די ווילידזש, נאר יעדער איינוואוינער וועט זיך דארפן גראבן א קוואל וואס דאס וועט עקסטער קאסטן פאר יעדן איינוואוינער טויזנטער דאלערס א יאר.

זיגי האט איינגערעדט פאר די כעלעמער אלייענס וואוטערס אז ער וויל ענעקסן זיין שטח צו קרית יואל און וועגן דעם ווארט ער, אבער אין די זעלבע צייט וואס ער האט קלאמפישט געדארפט אריינגעבן א אפליקעשן פאר ענעקסעשן, איז זיגי געגאנגען און אריינגעגעבן א אפליקעשן צו קענען בויען טייערע הייזער.

יעצט זעהט מען שוין פארוואס זיגי האט געווארט אזויפיל יאר און געלאזט זיין פראפערטי ווערן ארומגענומען מיט הייזער פון אלע זייטן, ווייל ער האט געוואלט אז די ווערט פון די פראפערטי זאל וואקסן שרעקליך און ער זאל קענען אנפילן זיינע טאשן מיט גרויסע געלטער.

פון די אינוועסטמענט פון 2.5 מיליאן דאלאערס גייט יעצט זיגי צוריקמאכען 20 מיליאן דאלערס

אין דאס איז חוץ די קאנסטראקשען וואס ער גייט פארדינען פון די לאטס ווייל יעדער איינער וואס גייט קויפען פראפערטי גייט זיך מוזען אונטערנעמען אז ער וועט בויען די הויז ביי מ.ה. שפיצער

באראש » 21/2/2005 11:07

איך לייג ארויף די צעטלעך פון די פלענער, וואס זיגי האט אריינגעגעבען פאר די פלענינג בארד פון טאון אף מאנרא.

דא זעהט מען וויזוי זיגי זאגט אז ער גייט ציטיילען זיינע 25.3 עיקער אין 49 לאטס אין אז יעדער איינער גייט זיך דארפען גראבן א עקסטערע קוואל

אויך קוקטס די "אנדערליינד" ווערטער אז די תיפלה בילדינג גייט אינגאנצן איינגעווארפען ווערען (מען גייט נישט מאכען דארט קיין זאל אדער א שאפינג סענטער)


[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 21/2/2005 11:11

דא זעהט מען די בלופרינט וואס זיגי האט אריינגעגעבען פאר די טאון

מען זעהט אז איין גאס גייט לויפען דארט ווי סאיז יעצט די זאלי סקול, די סקול טרעילערס גייען אוועקגענומען ווערען און מען גייט דארט בויען הייזער
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 21/2/2005 11:17

דא זעהט מען אז די פראפערטי באלאנגט פאר מר. זיגי בראך

אין די באקס שטייט ארויסגעשריבען פונקטלעך וואס זיגי פלאנט צו טון מיט די פראפערטי.

איבערגעטייטשט אויף יודיש:

דער עפליקענט (זיגי בראך) וויל ציטיילען זיין פראפערטי אין 49 רעזידענשעל לאטס. די איבריגע פראפערטי וועט בלייבן ליידיגע ספעיס. די ראודס וועלן געבויט ווערען לויט די טאון סטענדערטס אין א אסאסיעישאן וועט געגרינדעט ווערן קעיר צו נעמען מיט די מענטענענס פון די פרייוועט רוידס
[בילד – נישט אפגעהיט]

גוטזאגער » 21/2/2005 12:13

א געפערליכע מעשה א שרעקליכע שייגעץ שטיק א לאט וואס מוואלט געקענט בויען 400 דירותאוןבעסטן געגענט גייט צוליב א סעלפיש מולטי מיליאנער וואס האט זיך פארגליסט צו שארן גאלד פארוואנדלט ווערן אלס א רייכע דעוועלאפמענט פון בלויז 98 דירות

און איך האב מיך נעבעך איינגערעדט אז איך וועל דארט
באקומען א דירה פאר ביליג חלום חלמתי

געשמאק » 21/2/2005 16:50

ווער סקען ארויפלייגן זיגיס בריוון אויף די פאסט און אין באריכט ווי ער האט אנגערעדט זיינע יעצט אנטוישטע אנהענגער אז ער וועט קעמפן פאר זיינע אידישע ברידער און ער וועט בויען ביליגע דירות פאר 198000 דאלער תהא מבורך









תוקן על ידי - געשמאק - 21/02/2005 17:04:05

תוקן על ידי - געשמאק - 21/02/2005 17:08:31

קריתיואלער » 21/2/2005 21:17

אז מען קוקט גוט אויף די מאפע זעט מען אז די תיפלה פראפערטי גייט אריין היבש אינ'ם וואלד אריין.

דא שטעלט זיך נאכאמאל ארויס די שקר פון די זאליס, אז די זאלי סקול טרעילערס ליגן מכלומר'שט אויפ'ן לאט פון יו. טי. עי.

קוקטס גוט וועט עטס זען אז דארט וואו די טרעילערס ליגן איז נאך די תיפלה פראפערטי.

גוטזאגער » 21/2/2005 23:13

רבותי אפאר חידות איז מיר קלאר געווארען
1) פארוואס די זאליס זאגן כסדר אז די מיידל סקול איז אויף די לאט פון די ישיבה וואס לויט דעם קומט אויס אז זיגי האט באקומען דעם נאמען אויף די מאיעסטעטישע גיגאנטישע בנינים (דאס איז וויאזוי דער באריכט האט דאס כמה פעמים באטיטלט) בלויז פארן לאזן דורכפארן און פארקן די באסעס
אח און וויי פאר א מוסד אז מבאקומט א נאמען פון א בילדינג פארן לאזן פארקן באסעס
2) פארוואס ממאכט א רד, פון
ליזענסק 3)פארוואס זיגי האט געמאכט דע שנאר אקציע יעצט איז אלעס קלאר מגייט בויען אויף די גאנצע לאט און אנצוקומען צו די טרעלארס וועט מען מוזן פארן פון ליזענסק די זאליס האבן געמיינט אז זיגי וועט עס צאלן אבער ער האט נישט געהאלטן דערביי צו מאכן דעם רד, האט מען דאס געמוזט צאמשנארן אין בארא פארק

געשמאק » 22/2/2005 03:32

מיר איז עפעס אנדערש פארענפערט געווארען וואס עס איז מיר געווען פארדעכטיגט פארוואס דער באריכט האט לעצטענס געמאכט א שווייג פון זיגיס ביליגע דירות
יעצט קומט ארויף די גאנצע קאנספיראציע וויאזוי צו מאכן די שטיק מיטן עולם מוועט שיקן בריוון אנפאנג ווינטער אז מוויל בויען פאר ביליג און פסח וועט מען שרייען אז די וויליזש מיט מאיר הירש האבען נישט געלאזט וואספארא פרעכקייט


תוקן על ידי - געשמאק - 22/02/2005 3:37:49

גוטזאגער » 22/2/2005 14:23

דער באריכט די וואך איז אויף געהאקטע צרות שרייבט מען יא איז וויאזוי מען שרייבט איז בושות און חרפות ווייל דאס ענעקסן האט מען דאך שטילערהייט אפגעלאזט (מגעט נישט אריין די ענווייראמענטאלע אימפאקט פאפירן וואס מאנרא און וואדבארי האבען פארלאנגט)איז וויאזוי מעלדט מען פאר די אנגעזעצטע אנהענגער אז מהאט זיי מיאוס אויסגעשפילט ווידער אויב ממאכט א שווייג איז דאס זייער פארדעכטיגט

גוטזאגער » 23/2/2005 05:03

דער גרעסטער אנזעצער פערזענליך פון זיגיס יעצטיגע חיה-שטיק . איז יעקב יואל באנדא

ווייל זיגי האט עם געהאט אויף זיין ענעקסעשאן אפליקאציע. אבער יעצט האט ער עם געלאזט אויפן וואסער נעבעך נעבעך

תוקן על ידי - גוטזאגער - 23/02/2005 5:08:30

געשמאק » 24/2/2005 02:50

הייסט דאס איז פארוואס דער באנדא איז אזוי ווילד לעצטנס too bad for him


תוקן על ידי - געשמאק - 24/02/2005 2:56:41

באראש » 24/2/2005 17:47

נאכען ליינען אויף היידפארק די שאדערליכע בגידה פון זיגי בראך, זענען די זאליס געלאפן צו עם מיט שרעקלעכע קולות היתכן, וויזוי קענסטי עס טאן פאר אינז, די נעמסט דאך אוועק א וויכטיגע עלעקשען אישו פון אינז.

זיגי האט זיי געענטפערט באראיגטס ענק, אין באריכט די וואך וועט עטס שוין זעהן אלעס, אז איך האב נאהר אריינגעגעבן די פלאן אלס א בעקאפּ אין קעיס די ענעקסעשען פאלט דורך.

יא, זיגי זייער פיין און זייער וואויל, אבער אפשר קענסטו אינז ענטפערן, אויב איז עס טאקע אזוי ווי דו זאגסט, אז די פלאן איז נאר א בעקאפּ, פארוואס האסטו נישט אריינגעגעבען קיין ענווייראמענט אימפעקט סטעטמענט פאר די ענעקסעשען פלאן, אבער די האסט יא אריינגעגעבען א ענווייראמענט אימפעקט סטעטמענט ביי די בעקאפ פלאן

ווי יעדער ווייסט איז א ענווייראמענט אימפעקט סטעטמענט א שווערע פראצעדור, וואס מען מאכט נאר פאר מען האלט ערנסט ביים בויען,

די ענעקסעשן פון זיגי איז דורכגעפאלן נאר פאר איין ריזען, ווייל ער האט נישט אריינגעגעבען קיין ענווייראמענט אימפעקט סטעטמענט, יעצט זעהט יעדער אז זיגי האט געמאכט אזא ענווייראמענט אימפעקט סטעטמענט (סאיז נישט אז ער האט נישט געוויסט דערפון) נאר ער האט עס פשוט נישט אריינגעגעבען מיט זיינע ענעקסעשען פלענער ווייל ער האט געוואלט אז די ענעקעסעשען זאל דורכפאלן, כדי ער זאל קענען בויען טייערע טייערע דירות

זיגי, דיין בלאף איז אויפגעדעקט געווארען

באראש » 24/2/2005 17:51

דא קען מען זעהן אז זיגי האט אריינגעגעבען א ענווייראמענט אימפעקט סטעטמענט פאר זיין יעצטיגע פלאן.

איך האב דאך געמיינט אז עס איז נאר א בעקאפ פלאן.
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 24/2/2005 18:02

אבער ביי זיין ענעקסעשען האט ער נישט אריינגעגעבען קיין ענווייראמענט אימפעקט סטעטמענט אין וועגען דעם איז עס דורכגעפאלען

Board: Annexation petition incomplete

The Woodbury Town Board has deemed "incomplete" a petition by a group of Hasidic landowners to annex 87 acres from the town into the Village of Kiryas Joel.
The petitioners needed to attach an environmental assessment form with their paperwork in order to be in compliance with state environmental regulations, Woodbury Supervisor Sheila Conroy said yesterday. "Until they file the form, things will have to be put on hold," she said.
The town has sent a letter to the petitioners' attorney, Terry Rice of Suffern, informing him of its decision. Rice couldn't be reached yesterday.
The annexation petition is one of two filed last month by the same group. The other is a request to annex 97 acres from the Town of Monroe into Kiryas Joel.


http://www.th-record.com/archive/2004/09/15/brf767.htm

תוקן על ידי - באראש - 24/02/2005 18:06:33

קרית_יואל » 24/2/2005 23:51

באראש ביסט א קליינער ידען.
אן ענווייראמענטאל אימפעקט סטאדי האט גארנישט צו טאן מיט אנעקסעישאן. די מאנראו טאון האט בכלל נישט פארלאנגט אזא סטאדי ביים אנעקסעישן אפליקעישאן.
אזא סטאדי מוז מען מאכן ווען מען אפלייט צו קענען בויען און מען גיט אריין דעם סייט פלען.
דאס זעלבע איז נישטא קיין בעק אפ פלאן.
הרב בראך זאגט קלאר, וועט דער ווילעדזש אדער ועד הקרי' באשטעטיגן דעם אנעקסעישאן וועט זיין נאך הונדערטער ביליגע דירות אין קרית יואל, אויב נישט וועט ער בויען לויט די מאנראו טאון זאונינג רעגולעישאנס.
ער וועט נישט דערלייגן זיין געלט צוליב איין יחיד.
אבער די הונדערטער תושבי קרית יואל וועלן יא דערלייגן צוליב דעם איינעם יחד המשתלט על הציבור וועלכער מיינט בלויז זיינע אינטערעיסן און נישט דעם ציבור'ס.

באראש » 25/2/2005 01:06

עקשטיין, פאר וועמען פארציילסטו דיינע שקרים.

מען דערקענט אז די קענסט נישט קיין ענגליש רעדסטי פאר פייער אין פאר וואסער.

קוק די ווערטער

The petitioners needed to attach an environmental assessment form with their paperwork in order to be in compliance with state environmental regulations, Woodbury Supervisor Sheila Conroy said yesterday. "Until they file the form, things will have to be put on hold


יעצט טייטש עס איבער אויף יודיש, און נאכדעם זאג צו ער האט יא אדער נישט געדארפט געבען אזא ענווייראמענט סטעטמענט.

קרית_יואל » 25/2/2005 01:55

דער שטח איז אונטער מאנראו נישט וואודבארי.
וואודבארי רעדט זיך איבער אנדערע אידישע שטחים.

גוטזאגער » 25/2/2005 03:36

זיגי"ס לגיונות זאלסטו לאזן
אין באריכט , דאס איז א קלארע
סטעיט געזעץ ,
און סיי מאנרא ,
און סיי וואדבארי ,
מוזען דאס פארלאנגען







תוקן על ידי - גוטזאגער - 25/02/2005 3:41:40

תוקן על ידי - גוטזאגער - 25/02/2005 3:42:28

קריתיואלער » 25/2/2005 07:46

עס פאר עס איי נאו האט נאך זיגי אפילו אין מאנרא אויך נישט אריינגעגעבן קיין ענווייראמענט עסעסמענט, אפילו יעצט ווייל ווי אר טאקינג, כאטש וואס ער פארקויפט די וואך אין באריכט אז יא.

ער האט שוין אריינגעגעבן אזא אסעסמענט פאר די סאב דיוויזשאן וואס ער וויל בויען מיט אפאר וואכן צוריק אבער ער האט נאכנישט אריינגעגעבן קיין ענווייראמענט אסעסמענט פאר די ענקעסעישאן פראפאזעל.

אויב וואלט ער געוואלט ענעקסן זיינע פראפערטיס וואלט ער שוין אריינגעגעבן אזא ענווייראמענט אסעסמענט פון לאנג צוריק.

דער מענטש האלט נישט ביים ענעקסן זיינע פראפערטיס. אזעלכע שעפסן ווי קרית יואל קויפן אפ זיינע נארישע ליגנטס אין באריכט פאר גוט געלט.

זשוליאני08 » 1/3/2005 16:33

ווי ס'קוקט אויס האט חזקי געליינט קרית יואלער'ס תגובה, ווייל ער האט שוין ענדליך אריינגעגעבן די ענווייראמענט עסעסמענט פאריגע וואך פרייטאג, ערשט נאכדעם וואס ער האט געשריבן אין באריכט אז ער האט עס שוין אריינגעגעבן.

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1298013

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 01/03/2005 16:37:38

זשוליאני08 » 1/3/2005 16:40

לויט ווי איך הער עפנט די ווילידזש א קאמף, צו צווינגען זיגי אז די גאסן פון די לאקזשערי געגנט וואס ער פלאנט יעצט צו בויען, זאלן נישט זיין קיין פרייוועט ראודס.

אין זיינע פראפאזעלס פאר די טאון, האט חזקי געשריבן אז די גאסן פון זיין פראפערטי גייען זיין פרייוועט. ער האט דאס דירעקט געטאן מיט אן אויסגערעכנטע רשעות כדי אז די איינוואוינער פון עפארדעבל שטעטל זאלן נישט קענען אריבערגיין דורך די גאסן, און זיי זאלן מוזן גיין אן אומוועג פון צוואנציג מינוט צו קענען אנקומען צו זייערע הייזער.

לויט ווי מען שמועסט גייט די ווילידזש זיך פארבינדן, אדער האבן זיי גאר שוין זיך פארבינדן מיט די טאון און געווארנט אז פאר זיגי'ס פראפאזעלס ווערן באשטעטיגט מוז ער זיך אונטערנעמען אז די גאסן זאלן זיין פאבליק ראודס וואו יעדער איינער וועט קענען דורכגיין. אויך גייט ער מוזן בויען א וועג פון פארעסט ביז ניקלשבורג אז מאמעס מיט פיצלעך קינדער זאלן קענען דורכוואקן און זיך נישט דארפן שלעפן א מייל.

גוטזאגער » 2/3/2005 04:15

ס'וואלט אינטערעסאנט געווען מער פרטים,ווער עס ווייסט ,ביטע מעלדן.

באראש » 4/3/2005 23:31

שרעקלעכע איבערקערענישט אין התגרות באומות אין טאון


א שטארקע איבערקערעניש קומט פאר אין טאון, נאך דעהם וואס גויאישע משפחות וואס וואוינען ארום קרית יואל האבען באקומען א בריף פון די טאון, אז מען האט אריינגעגעבען א אפליקעשען צי ענעקסען זייער לאט

די שכנים שפרינגען אין פארפירען געפעהרלעך, ווייל די אלייענס האט די גאנצע צייט געהאט איינגערעט די גוים און אויך די רעקארד אז זיי ווילען נאר ענעקסן לאטס וואס באלאנגען שוין עניוועי פאר יודן, אבער יעצט ווערן זיי געוואר אז מען האט אינקלאדעט אין די ענעקסעשען פיהל מיט גויאישע לאטס.

דזשאנעטען סווילער, פון די הויפט העצערס קעגען קרית יואל, האט געעפנט א ווילדען קאמפעין קעגן זיגי בראכ'ס ענעקסעשען, לויט ווי סווילער זאגט האט זיגי אינקלאדעט די גויאישע לאטס ווייל ער וויל פארסן די גוים אז זיי זאלן מוזען פארקויפען זייערע לאטס פאר די אלייענס. אין אימעלס וואס ער שיקט ארום פאר אלע גוים סטראשעט ער מיט גאר געפערלעכע זאכען קעגען קרית יואל.

די מצב איז שרעקלעך אנגעצויגן, עס הערשט א התגרות באומות אויפן ערגסטען פארנעם.

ליינטס דא די באריכט וויאזוי נאך די וואך האט זיגי איינגערעט אז די פראפערטיס באלאנגען נאר פאר יודן אין נישט פאר גוים.
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 4/3/2005 23:34

דא קען מען זעהן די פראפעטיס פון גויאישע איינוואוינערס פין מאנרא וואס זיגי וויל ענעקסען
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 4/3/2005 23:36

די מעפ ווי די מענטשען וואינען
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 4/3/2005 23:38

דא זעהט מען די גואישע שכנים פין וואדבערי וועם זיגי וויל ענעקסען אהן זייער רשות

(ברכה ריעלטי, די ערשטע אויף די ליסט, איז אויך זיגי בראך)

תוקן על ידי - באראש - 04/03/2005 23:42:48
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 4/3/2005 23:41

די מעפ ווי זיי וואינען
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 7/3/2005 08:00

איך הער אז אפילו פון די אידישע נעמען, האבן רוב אידן נישט אונטערגעשריבן אויף די אנעקסעישאן, און נאר דריי אדער פיר משפחות (מיט אלע זייערע קינדער און אייניקלעך) האבן געסיינט די אנעקסעישאן צעטלעך.

באראש » 7/3/2005 17:58

אה, א פרישע חכם פון באריכט האט זיך אנגעריקט.

גראדע איז די נאמען אנאנים זייער ציגעפאסט פאר דיר

ווייל דו ביסט א ציגעלע פונקט ווי אלע אלייענס ציגעלעך וואס לאזן זיך פיהרן אין באד אריין פון זייערע פיהרערס.

גדיא, סאיז נישט קיין קונץ צוריקצושיסן די זעלבע קוילן, האסט נישט עפעס בעסערס?

זשוליאני08 » 8/3/2005 20:58

הייסע נייעס:

די טאון גייט שוין דורכפירן א הירינג איבער יחזקאל בראכ'ס סאב דיוויזשאן פלענער היינט נאכט

אין דעם באריכט האבן זיי איינגערעדט דעם ציבור אז די סאב דיווידזשען פלענער האבן זיי נאר אריינגעגעבן צו זיין גרייט אין קעיס אוו עמוירדזשענסי, אויב די אנעקסעישאן פאלט דורך.

אבער די אנעקסעישאן וואס מען האט אריינגעגעבן מיט אפאר חדשים צוריק האלט נאך אלס אין ערגעץ נישט און די סאב דיווידזשאן פלענער גייען שוין דיסקאסד ווערן היינט נאכט

יחזקאל בראך האט געלייגט פרעשער אויף די טאון אז זיי זאלן שוין יעצט דורכפירן די הירינג אויף זיין סאב דיוויזשאן פלענער. דאס מיינט אז ער וויל שוין ממש בקרוב אנפאנגען צו פארקויפן די לאטס פאר יחידים וועלכע וועלן דארט בויען טייערע הייזער.

די בייגעלייגטע פעקס, האבן באקומען אלע בילדערס פון קרית יואל און מאנרא, קוקטס די שורה וואס איז היילייטעד.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרית_יואל » 8/3/2005 23:22

דו האסט עס אפשר געליינט אין זשורנאל אדער בולעטין...
ווייל אין באריכט איז קלאר געשטאנען אז די סוב-דיווידזשאן האט גארנישט צוטאן מיט אנעקסעישאן. דאס איז א פרעסידזשער וואס הרב בראך וועט מוזן דורכגיין אדער אונטער מאנראו טאון אדער אונטער ק"י ווילידש.

זשוליאני08 » 8/3/2005 23:57

איך האב געליינט נאך זאכן אין באריכט וואס זענען נגד המציאות און נגד השכל, אבער איך גיי מיך נישט יעצט נעמען דיסקאסן מיט דיר א זאך וואס מען האט שוין דא מיט דיר דיסקאסט אויף די לענג און די ברייט און דיר אויפגעוויזן אז דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט.

אבער אדרבא, אפשר ענטפערסטו מיר, פארוואס האט יודי גאלדבערגער נישט געדארפט מאכן קיין סאב דיוויזשאן אויף די עפארדעבל דירות וואס ער האט געבויט?

קריתיואלער » 9/3/2005 03:00

יחזקאל בראך גייט פול פארס מיט זיין מולטי-מיליאן דאלאר פלאן.

אלע מענטשן וואס האבן טרעילערס, טראקס און מאובילס אויף זיין לאט, האבן סוף פאריגע וואך באקומען א נאוטיס אז זיי מוזן זיך פאקן פעק און אפטראגן פון דארט, ווייל מען דארף האבן די פלאץ תיכף ומיד.

קריתיואל, אפשר ענטפערסטו מיר, די אנעקסעישאן האלט דאך אין ערגעץ נישט, פארוואס מוזן אלע מענטשן אוועקנעמען זייערע טרעילערס זאפארט?

די ענטפער דארפסטו מיר נישט זאגן, איך ווייס עס אליינס.

תוקן על ידי - קריתיואלער - 09/03/2005 3:05:01

זאליweaky » 9/3/2005 04:01

חד-גדיא:
דו ביזט א אהרוני אדער א זאלי ???

אויף וויפיל מיינע אויגן זאגן מיר פארלאנגט דא די ווילעדזש אז יחזקאל בראך זאל זיך לעגאל פארפליכטן צו בויען עפארדעבל דירות.
דו ווילסט ווייזן אז די אהרונים ווילן העלפן פאר בראך נישט צו דארפן האבן קיין נסיונות שפעטער, און ער זאל טאקע בויען עפארדעבל דירות ???

זשוליאני08 » 9/3/2005 05:44

זאלי לוזער, ער האט נישט וואס צו רעדן כאפט ער זיך ארויף אויף לופט.

אין די גאנצע בריוו פון די ווילידזש האב איך נישט געזען קיין איין ווארט אז זיי ווילן סטאפן די אנעקסעישאן. איך האב נאר געזען אז זיי ווילן זיכער מאכן אז ער האלט איין זיינע הבטחות צו בויען עפארדעבל דירות, און אז ער שפילט נישט ארום מיט'ן ציבור.

יעצט איבער די פארלאנגען פון די ווילידזש:

בערל מיטלמאן איז גענוג א גרויסער אהרוני און מען האט אים געצווינגען אוועקצוגעבן פראפערטי, כדי צו קענען ברייטער מאכן עיקערס ראוד לטובת הציבור.

יעדער איינער וואס גייט בויען עפעס אויף עיקערס, פארעסט בעיקערטאון אדער מאונטעין ראוד, גייט מוזן אוועקגעבן א שיינע פאר פוס אז מען זאל קענען אויסברייטערן די ראודס און סיידוואקס לטובת הציבור

אונז האמיר ב"ה א ווילידזש וואס שטעלט זיך ארויס פאר די רעכטן פון די ארימע און פשוט'ע מענטשן קעגן די מאכטפולע און רייכע בילדערס, קאנטראקטערס און ריעל עסטעיט עידזשענטס, כאטש די געלט ליגט ביי זיי און נישט ביי די פשוט'ע מענטשן.

איך רעד שוין נישט וואספארא רשעות ס'שטעקט אין דעם אז חזקי וויל פארמאכן דעם וועג פאר די איינוואוינער פון די עפארדעבל דירות (אינקלודינג זאליס) אז זיי זאלן נישט קענען דורכגיין זיין פראפערטי נאר זיי זאלן מוזן ארומגיין גאנץ מאונטעין ראוד, וואס איז א שלעפ פון ווייסעך ווי לאנג, כדי צו קענען אריינקומען אין שטעטל.

יעצט וועט אים די ווילידזש צווינגען צו עפענען א וועג פון פארעסט ראוד ביז עפארדעבל געגנט.

אויך די אנדערע זאכן וואס מען פארלאנגט פון אים איז זייער שכל'דיג און אויסגעהאלטן און וועט נישט נאר זיין גוט פאר קרית יואל איינוואוינער נאר אויך פאר די מענטשן וואס גייען דארט וואוינען (ווי למשל דאס וואס מען גייט אים צווינגען צו מאכן די ראודס פאבליק, וואס אזוי וועט די טאון מוזן שארן די שניי און קעיר נעמען פון די ראודס, אדער דאס וואס מען גייט אים צווינגען צו נוצן מצילי אש פייערלעשער אין פאל פון א פייער.)

זאליweaky » 9/3/2005 05:53

מעגסט אויך דערמאנען דעם רשעות'דיגן אקט פון בראך ביים אפשפארן דעם שאורט קאוט פון זיין לאט.
באגלייט מיט מסירה און מלשינות אקעגן אומשולדיגע יונגעלייט ווי י.י.י. און נאך.

און אלעס אין נאמען פון די "תורה", וואס דער אויבערשטער האט געגעבן ספעציעל פאר ז"ל פילאפף און די שפיצער ברידער.

קרית_יואל » 9/3/2005 16:58

אהרונישער לוזער
ווען דער ווילעדזש שליסט א גאס אדער זייערס א שאורט קאט קענסטו האבן טענות. ווען א פריוואטער מענטש שליסט זיין פריוואטן שטח פאר'ן ציבור האט ער די פולע רעכטן דערצו.
וועסטו דאך פרעגן פארוואס?
וועל איך דיר דאס מסביר זיין.
ווען איינער פאלט אויף דער גאס און ליידט דערפון פיזיש, קען ער קלאגן דעם ווילידזש אדער די רעגירונג וואס איז רעספאנסעבל פאר דעם.
דער שטח פון הרב בראך איז דערווייל נישט אנטוויקעלט. מען קען זיך דארט זייער לייכט שעדיגן און פאלן. און ער איז נישט גרייט צו ליידן פון קיין לאו-סוטס וואס פריוואטע מענטשן וועלן אריינגעבן קעגן אים פארלאנגענדיג אסטראנאמישע סומעס ווי עס איז איינגעפירט.
ווען מענטשן וואלטן דאס פארשטאנען און געוואוסט אז זייער דורכגיין דעם שטח איז אויף זייער אייגענעם אחריות, וואלט ער בכלל נישט פארשלאסן דאס פלאץ פאר דורכגייער. אבער וויבאלד מען האט ליידער צוטאן מיט מענטשן וואס רעכענען זיך נישט דערמיט און טוען נאר וואס עס איז גוט פאר זיי, האט ער געמוזט טאן דאס וואס עס איז גוט פאר אים.
אגב, עס האלט נאך בכלל נישט ביים בויען. אזוי ווי עס הויבט זיך איצט אן דער סוב-דיוויזשאן פרעסידזשער טאר נישט זיין אויף דעם לאט קיין שום פרעמדע טרעילערס אויסער זיין אייגענע בנינים.

זשוליאני08 » 9/3/2005 17:40

שטותים און נארישקייטן

אסאך מענטשן אין קרית יואל האבן שארט קאטס וואו יעדער קען דורכגיין. מען לייגט ארויף א סיין פאר די מענטשן אז זיי גייען אויף זייער אייגענע אחריות און דאס איז עס

איך מיין אז ס'איז גרינגער צו לייגן א סיין "וואק עט יור און ריסק", ווי צו צאלן פאר א טרעקטער און זאמד טראק אהינצולייגן א ריזיגע בארג מיט זאמד און שטיינער אז מען זאל נישט קענען דורכוואקן.

יעדער איינער ווייסט קלאר פארוואס יחזקאל האט עס געטאן, ווייל ער האט געוואלט אפטאן די אהרונים וואס וואוינען דארט (כאטש זאליס ליידן פונקט אזוי, אבער ס'איז גם לי גם לך לא יהי')

און עפעס פלוצלינג האט יחזקאל געמוזט אנפאנגען אוועקצורוקן די טרעילערס? פארוואס ווען ער האט אריינגעגעבן די אנעקסעישאן פעיפערס האט ער נישט געדארפט רוקן די טרעילערס אבער ביי די סאב דיוויזשאן מוז ער יא?

גוטזאגער » 10/3/2005 02:46

ווייסט איינער, וואס איז געווען ביים טאון מיטינג ,ווי מען האט געזאלט רעדן, וועגן זיגיס סוב-דעוויזשאן?.

time101 » 10/3/2005 02:55

זשוליאני שרייבט
לויט ווי איך הער עפנט די ווילידזש א קאמף, צו צווינגען זיגי אז די גאסן פון די לאקזשערי געגנט וואס ער פלאנט יעצט צו בויען, זאלן נישט זיין קיין פרייוועט ראודס.

אין זיינע פראפאזעלס פאר די טאון, האט חזקי געשריבן אז די גאסן פון זיין פראפערטי גייען זיין פרייוועט. ער האט דאס דירעקט געטאן מיט אן אויסגערעכנטע רשעות כדי אז די איינוואוינער פון עפארדעבל שטעטל זאלן נישט קענען אריבערגיין דורך די גאסן, און זיי זאלן מוזן גיין אן אומוועג פון צוואנציג מינוט צו קענען אנקומען צו זייערע הייזער.

לויט ווי מען שמועסט גייט די ווילידזש זיך פארבינדן, אדער האבן זיי גאר שוין זיך פארבינדן מיט די טאון און געווארנט אז פאר זיגי'ס פראפאזעלס ווערן באשטעטיגט מוז ער זיך אונטערנעמען אז די גאסן זאלן זיין פאבליק ראודס וואו יעדער איינער וועט קענען דורכגיין. אויך גייט ער מוזן בויען א וועג פון פארעסט ביז ניקלשבורג אז מאמעס מיט פיצלעך קינדער זאלן קענען דורכוואקן און זיך נישט דארפן שלעפן א מייל.


זשוליאני
זיי מיר מסביר אויף א געהעריגן אופן וואס איז די חילוק צווישן חזקי בראך אין וועד הקרי'-ווידלעש

פארוואס פאר די אידן פין די נייע גענגעטער טשעאנאבעל ריזשין ועוד דארף די ווידלעש אדער הקרי' נישט צישטעלן די שארט-קאט פין טשערנאבעל צי סקונעמענק קעגן מרדכי שעהר?
פארוואס דארפן זיי יא וואקן שעות אריכות מאמעס מיט קליינע קינדער?
פארוואס ווען חזקי בראך פארשפארט זיי אייגענע גאס איז ער א רשע אפלוי ער האט נישט געמאכט קיין פעני פין די אלע דירות משא"כ הקרי' וואס האט יא געמאכט געלט מעג לאזן מאמעס מיט קליינע קינדער וואקן א האלבע שעה?
פארוואס איז הקר' נישט די זעלבע רשעים אז זיי געבן נישט קיין שארט-קאט פאר יענע אידן?
א פרוי פין יענע גאס וואס קען נישט גיין דרוך די ישבה דארף וואקן איבער א האלבע שעה!!אנציקימען אין שטעטעל

פארוואס די זעלבע זאך ווען די קרי'-ווידלעש טיט עס זענען זיי גערעכט אבער בראך טיט עס איז ער א רשע?


תוקן על ידי - time101 - 10/03/2005 3:04:11

time101 » 10/3/2005 03:09

זושליאני \

1}א שארט-קאט איז געווען דארט איז טייטש אז הקרי' איז אויך מודה אז עס איז ווייט

2}מען האט געזאגט ביים פארקויפן די דירות אז עס גייט זיין א שארט-קאט סוי לויט דיר זענענן זיי סיי רשעים אין סיי ליגענערס

זשוליאני08 » 10/3/2005 07:23

אה יא? גרויסער צולייגער, וואו זאל מען מאכן די שארט קאט?

צווישן די עפארדעבל דירות און די איבעריגע שטעטל טיילן אפ צוויי פראפערטיס, איינס באלאנגט פאר יחזקאל בראך און די אנדערע באלאנגט פאר 82 לי עוועניו.

סאו וואו ווילסטו אז ועד הקרי' זאל מאכן די שארט קאט אויף בראכ'ס לאט אדער אויף 82'ס לאט?

ווייל ועד הקרי' שטייט שוין גרייט מיט טרעקטארס און גלאטערס אויסצוגראדן א וועג. זיי ווארטן נאר אז איינער פון די צוויי בעלי בתים זאל געבן רשות.

ועד הקרי' האט געצאלט פופציג טויזנט דאלאר צו מאכן סטעפס ביי מעזשבוש אז די איינוואוינער זאלן דורך דארט קענען אריינגיין צום שטעטל, ווייל חזקי האט נישט געוואלט לאזן אריבערגיין א שארט קאט דורך זיין לאט.

אדרבא, אפשר ארלעדיגסטו ביי אשר אלימלך מייזעלס אדער ביי יחזקאל בראך אז זיי זאלן אוועקגעבן לאט פאר ועד הקרי' מיט שיינעם, אז מען זאל דארט קענען בויען א שארט קאט.

אבער זיי נישט אזוי באזארגט, ס'וועט זיין א שארט קאט דארט נישט לאנג ארום. אז ס'וועט נישט גיין מיט גוטן וועט עס דארפן גיין מיט בייזן, אבער א שארט קאט וועט זיין. מען קען נישט שטויסן ווי א מיעוד און אפטאן רשעות פאר אזויפיל הונדערטער משפחות, און נאכדעם אנשטעלן א פנים פון א תם און זאגן עה, איך? נישט איך בין עס.

זאליweaky » 10/3/2005 17:26

בקרוב וועט זיך אי"ה ענדיגן די קאורט, און דאן וועט מען בע"ה קענען געהעריג מאכן א שאורט קאוט ביי די לאט פון 82...

time101 » 10/3/2005 20:26

אנטשולדיגעט כ'האב געמיינט עס געהער פאר וועד הקדי'

אבער וואס איך פארשטיי נישט איז
זאל הקרי' מאכן די שארט-קאט אויף 82 לאט אין אויב 82 וועט וועלן וועלן זיי קענענן ריפן הקרי' צי דין תורה אדער אין קארט אין סיי ווי אזוי וועלן די ארונים נישט דערלייגן

תוקן על ידי - time101 - 10/03/2005 20:35:49

זשוליאני08 » 10/3/2005 21:10

גאנץ א קלוגער איינפאל.

ברעך זיך איין ביי יענעם אינדערהיים און העכסטנס וועט מען דיך ארעסטירן.

איך פארשטיי אבער נישט פארוואס דו ביזט דאס נאר מציע פאר די 82 לאט און נישט פאר יחזקאל בראכ'ס לאט.

time101 » 10/3/2005 22:59

פארוואס פארשטייסטע נישט. 82 לאט האלטן די ארונים אז עס איז זייערס נאר זיי ווילן עס נישט שלעפן אין קארט ממילא אויב די זאליס שלעפן עס אריין אין קארט וועלן די ארונים האבן ריוח

גוטזאגער » 10/3/2005 23:40

אנטשולדיגט אבער דו אהרונים זענען "מוחזק",אין קארט דארפן גיין די זאליס זיי ארויסצוווארפן.

באראש » 16/3/2005 15:55

די הירינג איבער זיגי'ס סאב דיוויזשען, איז נישט פארגעקימען פאריגע וואך וועגען די שניי, סגייט פארקימען די וואך דאנערשטיג.

זיגי גייט ווייטער מיט זיין פלאן צי מאכען אסאך געלט פין זיין פראפערטי.

גוטזאגער » 23/3/2005 02:21

איך לייג דא דעם לינק וואס ס'איז למעשה פארגעקומען אין טאון ביים מיטינג ,וועגן זיגיס דעוועלעפמענט פלענער.

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1318360
בלאט: 1 2