וויאזוי ק"י גייט אויסקוקן 20 יאר ארום
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1290483
לכבוד פורים:
לאמיר דא ברענגען לאכעדיגע משלים וויאזוי קרית יואל גייט אויסקוקן אין 20 יאר ארום פון יעצט:
אבער נאר מיט שמחה. נישט קיין שום פערזענליכע אטאקעס.
יאנקל: דו ווייסט אז די "עיס פארם געגנט" איז אמת'דיג אמאל געווען א פארם וואו ס'פלעגן זיין טשיקנס, קוען און גרויסע פעלדער פון קארן און אנדערע וועדזשטעבלס?
שמואל: אזוי? איך האב מיך טאקע אלעמאל געוואונדערט פארוואס מען רופט עס אזוי?
יאנקל: פארוואס האט מען געבויט די גרויסע בית המדרש ביים עק פון שטעטל?
שמואליק: יא, אמאל איז עס געווען אין צענטער פון שטעטל.
אדער:
יאנקל: דו ווייסט אז די קליינע ווייסע שוהלכל אויף גארפיעלד ראוד, איז אמאל געווען די גרעסטע בית המדרש אין די וועלט. היינט איז די גרעסטע בית המדרש אין די וועלט די גרויסע סאטמארע שוהל לעבן די עיס פארם געגנט.
דער באוואוסטער חרדי'שער טאון סופערווייזאר פון מאנרא, פלאנט צו לויפן פאר ארענדזש קאונטי עקזעקוטיוו
וויאזוי האט קרית יואל אויסגעקוקט 20 יאר צוריק?...
חברה הצלה ד'בלומינג גראוו האט נעכטן באהאנדלט א אינגל וואס איז געביסן געווארן פון א גיפטיגע שלאנג.
די איינוואוינער זאגן אז ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס מענטשן ווערט געביסן פון די גיפטיגע שלענג וואס דרייען זיך דארט אויף די הויכע שפיציגע בערג
די איינוואוינער פון קרית יואל המקורי אין בלומינג גראוו זענען דעמאראליזירט. זיי טענה'ן אז מען האט זיי צוגעזאגט עפרות זהב און דערווייל האבן זיי גארנישט באקומען.
זיי האבן נישט קיין וואסער (ווייל זייער ווילידזש האט געמאכט א יד אחת מיט בלומינג גראוו נישט צו לאזן אז די קרית יואל וואסער פייפליין זאל דורכלויפן בלומינג גראוו).
אויך האבן זיי נישט קיין געהעריגע סיידוואקס און ראודס. זייערע ווילידזש פירער טענה'ן אז א ווילידזש דארף נישט צושטעלן קיין סיידוואקס און ראודס, אבער די איינוואוינער טענה'ן אז מען פלעגט זיי זאגן ווען זיי האבן געוואוינט אין קרית יואל אז דאס זענען זאכן וואס א ווילידזש דארף צושטעלן.
זיי האבן נישט קיין געהעריגע פייער לעשער סערוויס. ווען ס'ברעכט אויס א פייער קומט די קרית יואל'ע מצילי אש אן סאך שנעלער ווי די לאקאלע בלומינג גראוו פייערלעשער. (זעלבסטפארשטענדליך אז די ווילידזש פירער ווילן בשום אופן נישט גרינדן קיין אייגענע פייערלעשער סטאנציע ווייל זיי זאגן אז ס'פעלט זיך נישט אויס קיין אייגענע פייערלעשער. און די סיבה פארוואס קרית יואל האט א מצילי אש איז נאר כדי זיך צו ווייזן אז מען קען אליינס אלעס האבן)
דאס סאמע וויכטיגסטע:
איך געדענק נאך ווען ר' אהרן טייטלבוים איז געווען רב אין קרית יואל
חילול השם: "דוקא" האט אנגעהויבן מיט די ווערטער:
לכבוד פורים:
לאמיר דא ברענגען לאכעדיגע משלים וויאזוי קרית יואל גייט אויסקוקן אין 20 יאר ארום פון יעצט:
אבער נאר מיט שמחה. נישט קיין שום פערזענליכע אטאקעס.
ביטע, זיי א מענטש!!
משה בער ער איז הונדערט פראצענט גערעכט
רבי מענדעלע וועט דעמאלט זיין רב אין קרית יואל
רבי אהרן וועט זיין סאטמארער רבי אין וויליאמסבורג
הערשל, די זעסט דעם בנין אויף 5 גארפיעלד דאס האט אמאל באלאנגט פאר די שונאים פין רבין שליט"א, ב"ה היינט עקזעסטירן זיי שוין נישט זיי האבן אלע עוקר געווען פינעם שטעטעל אין פארדעם איז דאס היינט דער אפיס פין וועד הכשרות, אין איך געדענק נאך די צייטן ווען קרית יואל האט געהאט צוויי מעיארס.
משהבערבעק
וואס האט חילול_השם שלעכט געזאגט, איך געדענק ווען דער רבי שליט"א איז געווען סיגוטער רב, און איך האב געקענט אידן וואס האבן געזאגט "איך געדענק ווען דער רבי שליט"א (זי"ע) איז געווען קראלער רב צו אורשיווער רב וכו', נו 20 יאר ארום וועט מען אויך זאגן אז מען געדענקט ווען ער איז געווען רב אין קרית יואל, אפשר איז נישט שיין צו רופן דעם סאטמארער רבי אופן נאמען ר' אהרן, מעבי.
ס'איז אלץ שענער ווי מען וועט זאגן אויף זלמן לייב "איך געדענק ווען ר' זלמן לייב דעם רבינס קליינער ברודער האט נעבעך געוואלט זיין וויליאמסבורגער רב בעפאר דער רבי שליט"א האט עם פארשאפט די מענדזשער דזשאב אין די קאך פון די מתיבתא.
איך האב נישט געמיינט קיין שלעכטס, יעדער קען לערנען פשט וויאזוי ער וויל.
בנועג וויליאמסבורג, מיר האפן אז רבינו שליט"א וועט לעבן ביז הונדערט און צוואנציג, דאס הייסט בערך ביז תשצ"ג, נו ווי קומט אזא מחשבה אז ר' אהרן וועט זיין 20 יאר ארום אין וומ"ס? עפרא לפומיה!!
איך וועל נישט זאגען קיין]נארישע פאראויסגעזעכטס
עס איז קינדיש אין בעיביש
איך קען פרעגען דריי פראגעס
האט זיך איינער פארגעשטעלט פאר 10 יאר צוריק אז אהרן טייטלבוים ווארט אין סאטמטאע מוסדות וועט זיין הוילע לופט אין קיינער וועט זיך מיט דעם נישט רעכענען
האט זיך איינער פארגעשטעלט מיט 10 יאר צוריק אז עס וועלען 13000 סאטמערע קינדער וואס ווערן נישט מחונך אינטער אהרן טייטלבויםס השפעה(וואס איז דאן געווען מושל בכיפה )
האט זיך איינער פארגעשטעלט מיט 10 יאר צוריק אז עס וועט זיין א נייע סאטמערע ביה"מד אויף ראס סטריט וואס טויזענטער אידען וועלן דארט טאנצען כ"א כיסליו מיט הגה"צ אב"ד סאטמאר אין נישט מיט אהרן
ממילא קענסטו דיך נישט פארשטעלען ווי אזוי קרית יואל וועט אויסקוקען 20 יאר ארום
ekstein
וואס מיינסטו, וויפיל מענטשן וואלטן געווען כ"א כסליו אינעם נייעם בית המדרש אויף ראס סטריט אויב דער רבי שליט"א וואלט "נישט" געווען דארט און דיין גוה"צ וואלט יא דארט געווען, און וויפיל וואלטן דארט געווען אויב דער רבי שליט"א וואלט דארט "נישט" געווען און ר' אהרן וואלט דארט יא געווען, הא?
וואלסטו דיך פארגעשטעלט 10 יאר צוריק אז כ"ו אב ביי די סעודת היארצייט פונעם רבין זי"ע וועט דער היינטיגער רבי שליט"א האבן בערך 200 מענטשן און ר' אהרן וועט האבן איבער 5000 מענטשן,
וואלסטו דיך פארגעשטעלט 5 יאר צוריק אז ר' זלמן לייב וועט מוזען אויף געבן זיין באטע געפירערעכצט ווייל קיינער וועט זיך נישט באווייזן און די קשיא פון "למה נגרע" וועט נאך אלץ בלייבן שווער,
וואלסטו דיך פארגעשטעלט 5 יאר צוריק אז פון אלע רבנים וואס זענען ארויף געשפרינגען אויפן "נועם המידות" וואגן מיינענדיג אז ער וועט ארויס דער זיגער וועלן זיך אלע אפלאזן פון עם און ער וועט בלייבן נאר מיט די פאר PAYROLL דיינים און מיט זיינע מחותנים, דער שאפראנער און דער שאפראנער ווי אויך דער שאפראנער מיט דעם שאפראנער און דער שאפראנער רב שליט"א.
וואלסטו דיך פאר געשטעלט ערב שמיני עצרת תשס"ה, אז ווען ר' זלמן לייב וועט איינשפארן דעם רבין אינדערהיים און קומען טאנצן הקפות אין גרויסן ביהמ"ד עם ממלא מקום זיין בחיים חיותו וועט נישט האבן מער צוויי דריי הונדערט אידן בשעת דער "אויסגעשפיגענער" ר' אהרן וואס "יעדער האט עם פיינט" וועט טאנצן הקפות מיט קרוב צו צעהן טויזנט אידן און טאקע "באתרא דמר".
וואלסטו דיך פארגעשטעלט 5 יאר צוריק אז נאך אויפנעמען אזוי פיל מלמדים אויסצולערנעם דיין רב זאל קענען נאך זאגן עפעס א דבר תורה וועט ער ענק פארשאפן אזויפיל בזיונות און עגמת נפש עד כדי כך אז ווען מ'איז מכבד צו זאגן א דבר תורה יאגט ער זיך דאווענען מנחה, הא?.
וואלסטו דיך פארגעשטעלט אז פון די בערך 400 בחורים וואס לערנען אין קווינס וועט ר' אהרן האבן 4 מאל אזויפיל חסידים ווי ר' זלמן לייב, הא?. טאמער גלייבסטו נישט פרעג דיך גיט נאך.
אינמיטן די הערליכע הקפות תשפ"ה אין גרויסן סאטמארען בית המדרש אויף ראס סטריט, רופט זיך ר' יואלי אן צו זיין זון מושי און זאגט אים:
"מושי, קענסט עס גלייבן? מיט 20 יאר צוריק האט דא זלמן לייב, דעם רבי'נס ברודער, געפראוועט א כ"א כסלו."
מושי זאגט צוריק פאר זיין טאטן:
"טאטי, עס קען נישט זיין. דער לא יוצלח, וואס האט היינט קוים דריי מנינים אידן אין זיין קליינעם אויסגעשפילטן בית המדרש, יענעם עק וויליאמסבורג האט אנגעפילט דעם ריזיגן בית המדרש?"
"אוי מושי מושי," זאגט דער טאטע צוריק. "ס'איז געווען אמאל א וועלט. א שלעכטער חלום וואס האט אנגעהאלטן פאר אפאר יאר. דער היינטיגער נעבעכדיגער אויסגעשפילטער זלמן לייב איז געווען דעמאלטס ארומגענומען מיט אפאר הונדערט אידן, שונאים פון סאטמאר, וואס האבן זיך געפרייט צו זען וויאזוי דער עם הארץ מאכט חרוב סאטמאר, אבער הנה לא ינום ולא ישן, דער גרויסער באשעפער האט צושטערט זייערע פלענער ווי דו זעסט אוודאי אז מיר טאנצן דא די הייליגע הקפות צוזאמען מיט'ן הייליגן רבי'ן שליט"א."
"אבער טאטי," זאגט מושי צוריק, "מיט אפאר הונדערט אידן. וויאזוי האט ער געקענט אנפילן אזא גרויסן בית המדרש?"
"הא הא הא," צולאכט זיך דער טאטע, "דו מיינסט זיי האבן אנגעפילט דעם בית המדרש? די בית המדרש איז נאך ניטאמאל געהעריג געשטאנען. זיי האבן אויפגעבויט א נארישע קליינע טענט אויף א קליינע חלק פון דעם שטח וואו ס'שטייט יעצט די בית המדרש. נאכדעם האבן זיי געמאכט א ווילדע פראפאגאנדע און צוזאמגעשלעפט נאך א 100-75 נייגעריגע אידן פון וויליאמסבורג און צוזאמען מיט די קינדער און בחורים האבן זיי באוויזן אנצופילן א חלק פון טענט."
"און וואו זענען היינט די פאר הונדערט מענטשן וואס זלמן לייב האט דעמאלטס יא געהאט?" פרעגט מושי ווייטער.
"האלב פון זיי," ענטפערט ר' יואליש, "האבן געזען אז פון זייער גאנצע חלום חרוב צו מאכן סאטמאר האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם, און זיי זענען אריינגעפאלן אין א שטארקע מרה שחורה און אינגאנצן איבערגעלאזט סאטמאר. די אנדערע האלב האבן געמאכט א בגידה אין זלמן לייב'ן און אין זיין זון חיים הערש און אנשטאט זענען זיי געגאנגען צו זלמן לייב'ס צווייטער זון יעקב בער און אים געקרוינט אלס זייער רבי."
"יעקב בער? דער גרויסער שטריק? דער גרויסער לאו לייף? אים האבן זיי געמאכט אלס זייער רבי?"
"20 יאר צוריק האב איך געהאט די זעלבע קשיא אויף זיין טאטן זלמן לייב'ן. ווי ס'קוקט אויס וועסטו אויך דארפן ווארטן 20 יאר צו באקומען אן ענטפער אויף דיין שאלה..."
יעקב בער איז אסאך א גרעסערער מומחה פון זיין טאטן אין הלכות גניבה.
פאר ווער עס געדענקט נאך "גנב בן גנב"...
איך קען בלויז צולייגן א מאמר חז"ל:
משחרב בית המקדש ניתנה נבואה לחרש שוטה וקטן... (כ'געדענק נישט גענוי דאס לשון איצטערט).
שמעק,
ליידער האט עקשטיין גארנישט פארגעזאגט, ער האט נאר געוואלט רעדן פונ'ם עבר.
אפשר עפענען מיר אים אויף דאס מויל, ער זאל אנפאנגען צו זאגן אביסל נביאות.
איך רעד פון "שדים טאנץ", נישט פון עקשטיין. דער לעצטער האט נישט געזאגט קיין נביאות; שדים טאנץ יא.
נו צוריק געשמועסט, אויב שדים_טאנץ איז א חרש, א שוטה אדער א קטן שטייען די אהרונים זייער גוט.
דאנט יו טינק סאו, שמעק טאביק?