היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » איר זענט אלע געלאדענט...

איר זענט אלע געלאדענט...

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1290089

אהליצדיקים » 20/2/2005 17:53

http://hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1288166

ביטע גוט דורכליינען דעם ברוכים הבאים פאר איר ווילט עפעס שרייבן, ווייל עס וועט שטרענג איינגעהאלטן ווערן אלעס וואס שטייט דארט!

אהליצדיקים » 21/2/2005 16:37

לשאלת הרבים:

איך וויל זיך אנטשולדיגן פארן מפרט זיין דער פארום (נאר מעמבערס זאלן קענען אריינגיין) נאר איידער יעדער האט אפילו געהאט צייט צו קוקען דעם פארום. ווי אויך פאר די אלע וואס איך האב געשיקט אין אישית און האבן מיר צוריקגעשריבן אז מען קען נישט אריינגיין.

צוליב די סענסעטיווקייט פונעם פארום, וואס דארט קען באהאנדעלט ווערן ענינים וואס זענען נישט געמאכט צופיל צו רעדן ברבים, אדער ענינים וואס קענען צומאל אויפדעקן א אידענטיטעט פון א שרייבער, זענען מיר געווען געצווינגען דאס צו פריוואטיזירן ווי אמשנעלסטן.

די אלע וועלכע האבן ערפארנונג מיט סיי וועלכע נושאים וואס קענען "באמת" העלפן אנדערע אינעם זעלבן פראבלעם (מוז נישט דוקא זיין עניני רפואה), זענען פערזענליך געלאדענט אנטייל צו נעמען.

די הויפט תקנה וואס וועט בעזה"י גאר שטרענג איינגעהאלטן ווערן איז אז קיין נישט-חתונה-געהאטע קען נישט אריינקומען אינעם פארום, וועגן פארשטענדליכע סיבות. (אן קיין כוונה זיי מצער צו זיין באיזה אופן שיהיה). דאס ווערט באשטעטיגט דורך שאלות וואס דער וואס ווענדט זיך אריינצוקומען דארף ענטפערן.

איך וויל זיך אויך באדאנקן פארן אכסניא הרב דוקא פארן לאזן שרייבן דא וועגן די נייע פארום.

(אנדערש ווי אנדערע פריש-געגרינדעטע פארומ'ס איז דער פארום אינגאנצען נישט אינטערסירט צו קלאפן אדער קאנפערירן מיט סיי וועלכע פארום, עס איז פשוט א פארום וואס איז נאכנישט געווען ביז יעצט. א פארום פאר מענטשן וועלכע קענען נישט -און טארן נישט!- אויסליפטערן זייערע פראבלעמען ביי אפענע פארומ'ס).

ניקס וועלכע די נאמען קען מצער זיין איינעם, זענען אויך געלאדענט, דורכ'ן טוישן די ניק אויף א אנדערע נאמען.

ותקותינו שלא יצא מכשול מתחת ידינו.

און א יישר כח פאר די אלע וואס האבן מיר מחזק געווען איןדעם ענין!.

אהליצדיקים » 21/2/2005 17:15

און איידער איך פארגעס: דער פארום וועט בקרוב אריינגיין אין מסורת.

אהליצדיקים » 21/2/2005 17:36

און נאך א זאך (אנטשולדיגט פארן שרייבן אזוי סך אויפאמאל).

די אלע וואס שיקען מיר א בקשה צו תיבה אישית, זאלן ארויסשרייבן אויפן קעפל "פארום אחיעזר". ווייל איך פיר אן נאך א פארום (באהלי צדיקים - קברי צדיקים באייראפע).

אהליצדיקים » 21/2/2005 20:48

א שטיקל מיספארשטענעניש איז פארגעקומען, איך האב אויבן געשריבן:

צוליב די סענסעטיווקייט פונעם פארום, וואס דארט קען באהאנדעלט ווערן ענינים וואס זענען נישט געמאכט צופיל צו רעדן ברבים, אדער ענינים וואס קענען צומאל אויפדעקן א אידענטיטעט פון א שרייבער, זענען מיר געווען געצווינגען דאס צו פריוואטיזירן ווי אמשנעלסטן.


דאס קען זיך אויסטייטשן ווי כאילו מען קען געוואויר ווערן די אידענטיטעט פונעם שרייבער ווען מען שרייבט דארט.

חס ושלום!, דאס מיינט נאר צו זאגן אז צומאהל ווען צוויי שרייבערס קענען זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן קענען זיי זיך צונויפטרעפן דורכ'ן אישית און מגלה זיין זייער אידענטיטעט איינער פארן צווייטן, וואס דאס טויג נישט ווען מען פאלט אריין צו א אומפאראטווארטליכע פארשוין.

אהליצדיקים » 21/2/2005 21:01

פילע פון די אנפראגעס וואס איך באקום איז וואס דער פארום איז, און אויף וואס עס איז געשטעלט. איך וועל דא דעריבער מעתיק זיין וואס עס שטייט דארט אינעם אשכול "ברוכים הבאים".


(צו זעהן בכלליות די פארומ'ס אויף "רפואה ובריאות" ווי אחיעזר ערשיינט אויף די ליסטע דריקט:
http://hydepark.co.il/hydepark/default.asp?cat_id=12
)


דער פארום האבן מיר געגרינדעט נאכן גרונטליך אנאליזירן די תוצאות וואס וועט ארויסקומען דערפון!, דער פארום וועט איבערהויפט נישט זיין קיין פארום פון זיך דורכשמועסן איבער נייעס און געשעהנישן, דא וועט מען זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן, און "נאר" ארויסהעלפן.

יעדע הודעה וואס וועט ענהאלטן א נאמען פון א געוויסע חסידות וועט גלייך אויסגעמעקט ווערן, די זעלבע וואס וועט ענהאלטן סיי וועלכע נייעס וואס אנבלאנגט נישט איןדי קאטאגאריע פון ארויסהעלפן אידן.

צו רעפלעקטירן וואספארא צורה דער פארום וועט האבן, וועלן מיר דאס מדמה זיין צו די "מעלות", א אויסגאבע וועלכע שיינט ארויס צווישן פילע אויסגאבעס צוליב איר אייגנארטיגקייט פון לאזן ערפארענע מענטשן זיך דורכשמועסן און ארויסהעלפן אנדערע אין אלע ענינים, אזא צורה וועט אי"ה אונזער פארום דא טראגן. מיר ווילן דאס בעזה"י מאכן אויפן העכסטן ניווא וואס שייך. דער פארום וועט אי"ה אריינגיין אין מסורת און ווערן פרטי. אזוי וועלן מיר בעזה"י קענען האבן די פולסטן קאנטראל און גלייך חוסם זיין איינער וואס איז נישט דא צו העלפן נאר צו ליינען יענעמ'ס צרות.

עס איז איבעריג צו באטאנען אז סיי ווער עס וועט דערמאנען לרעה א הודעה אדער א שרייבער פון א הודעה -אין א אנדערע פארום, וועט גלייך נחסם ווערן און וועט מער נישט קענען צוריקקומען דא.

האט איר עצות אויף בעטנעצן?, פראבלעמען מיט אייער קאמפיוטער?, קראנהייטן ביי אייערע קינדער?, עס זענען דא גענוג וואס האבן עקספיריענס אין די זאכן!, איר שעמט זיך נאר -אדער איר זענט פויל- צו גיין צו אנדערע!.

דא וועט איר קענען מיט א רואיגע געמיט וויסן אז:

=אייער פראבלעם און עצות וועט געליינט ווערן דורך אנדערע וועלכע ליידן אויך דערפון.

=איר וועט מעגליך באקומען א גאר פראקטישע עצה פאר אייער פראבלעם.

=אייער הודעה וועט בשום אופן שבעולם נישט אויסגעניצט ווערן קעגן אייך אין סיי וועלכע אנדערע פארום, און זיכער וועט איר נישט קריטיקירט ווערן.

=איר וועט זיך מעגליך קענען פערזענליך פארבינדען מיט אנדערע וועלכע ליידן אויף אייער פראבלעם, דורך זיך דורכשמועסן אין תיבה אישית. און מעגליך אויך זיך קענען רואיגערהייט אידענטיפיצירן פאר יענעם.

אלזא, קומט זייט מהנה אנדערע אין א ערנסטע פאליטיק-ריינע אטמאספערע!, אין א געשמאקע היימישע אטמאספערע!.

לטובת הציבור: א ניק וואס וועט נישט שרייבן אינעם פארום פאר צוויי - דריי וואכן אין א ציה, וועט נחסם ווערן אויטאמאטיש. ווארום דא איז א פלאץ צו העלפן אנדערע און נישט צו זעהן וואס אנדערע מאכן אלץ מיט!.

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז די בעסטע זאך וועט זיין אשכולות אויף ספעציפישע ענינים, וו.צ.ב.ש. איינער קען זיך אויס גוט אין אויגן פראבלעמען זאל ער/זי עפענען א אשכול מיטן אנטראגן אז ווער עס האט א שאלה אין דעם ענין זאל זיך שפירן היימיש צו פרעגן, און איר וועט ענטפערן.

ווי אויבנדערמאנט איז דאס נישט קיין פלאץ פאר סיי וועלכע אנדערע ענינים, יהיה מה שיהיה, אפילו תורה'דיגע חקירות און נייעס איבער חסידות'ן קרייזן, אדער בכלליות'דיגע נייעס וואס איז נוגע גאנץ כלל ישראל.

לטובת הענין פלאנען מיר פון אנהויב צו פאררעכטן תגובות אויף א שיינעם אופן, ד.ה. יעדע ענטפער מוז זיין מיטן גרעסטן מאס רעספעקט וואס שייך צום פריערדיגן. דעריבער וועלן מיר פון אנהויב פאררעכטן יעדע תגובה וואס איז נישט געשריבן מיטן פארלאנגטן רעספעקט...

א ניק וואס דער נאמען דערפון איז מצער סיי וועמען וועט נישט טאלערירט ווערן!

איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק!.

מיטליעריגע » 23/2/2005 02:27

איך וויל זיך עפנטליך באדאנקן פאר אהלי צדיקים פארן באווייזן א זאך וואס קיינער האט נישט געקענט, מיין וואונטש וויל איך דייקא אויסדריקן ברבים (נישט אינעם פארום אחיעזר) אז ער זאל זוכה זיין צו די ברכה פון המזכה את הרבים שאין חטא בא על ידו!.

(איך בין פון די וואס האבן זיך געטוישט די ניק, צוליב דעם וואס עס איז מצער א צווייטן).

דער פארום איז ב"ה הערליך מצליח אזויווי יעדער קען זעהן אין די מספר תגובות (ביי די ליסטע פון די פארומ'ס ביי רפואה ובריאות). וממנו ילמדו וכן יעשו!.

חזק ואמץ!

אהליצדיקים » 25/2/2005 20:05

נאך א גרויסע פארלאנג פון די חברי הפורום, איז די פארום אריבער צו "אקטואלי' וחדשות".


http://hydepark.co.il/hydepark/default.asp?cat_id=4


נאך די גרויסע הצלחה וואס אונזער פארום האט בעזה"י זוכה געווען, ארויסהעלפנדיג אסאך אידן מיט אלעס וואס שייך, שפיר איך פאר וויכטיג נאכאמאהל צו רופען סיי ווער עס האט ערפארנונג אין ספעציפישע נושאים, און קען ארויסהעלפן אנדערע. זאל זיך אנשליסן אלץ חבר הפורום, אזויווי צענדליגע ניקס האבן שוין געטוהן.

אהליצדיקים » 27/2/2005 05:27

און יעצט קומט די נייעס אז דער פארום איז בעזה"י אריין אין מסורת:

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/default.asp?cat_id=4