וועד הצניעות אין קאמף מיט רודפי נפשות
40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1289558
פרייטאג צונאכט הודערטטער מענטשען זענען זיך צוזאם געלאפען מיט איין געשריי אין וויליאמסבורג
()
אזוי ווי ליידער אין יעדען אידישען אין היימישען געגענט איז ליידער דא היימישע בחורים וואס פאלען ארויס פין די ישיבות אין גייען נעבעך מטה מטה עד דיוטא התחתונה אין אז זיי גייען זיך אין פארדארבען נישט אנדערע איז איין זאך
אבער אזוי ווי זיי גייען מיט הסתה אין עס ממש געקומען צו א מצב פין הפקר אין קיין שום עיצה פין אישי ציבור אין רבנים וואס האבן שוין מיט אלע וועגן פראבירט עס צו באהאנדלען אבער עס ליידער נישט אויפגעטוען
אין אזוי ווי זייהאבן זיך איינגעפירט א נייעם מנהג אפצווואטען ביי שמחה זאלען מיידלעך אין זיי נאך לאקעראן
אויף א שרעקליכען אויפן אין אלע עיצות האבן נישט געהאלפען האבן זיך צוזאם גענמען א דרייסיג אינגלייט דעם שבת ביי די זאלען אין אפגעווארט די שקצים אין באזינגען מיט די ריכטיגע טענער אין די גאס איז שווארטץ געווען פינעם עולם וואס איז זיך צוזאם געלאפען אין זיי האבן מיט זייער עזות זיך געמוזט אפטראגען (מפני תקנות הפורם קען איך נישט שרייבען די נעמען אבער דער וועד הצניעות האט איבער געגעבען די נעמען אין דיאס באזינגען איז געגאנגען מיט די נעמען
יודעי דבר זאגען אז אויב עס וועט אויספעלען וועט מען אריימישען די פאלציי אפצןשטעלן דעם השחתה למען ישמעו ויראו
גראדע איז געוועען רוב דוקא נישט פין די חאניאקעס נאר די בעסערע מענטשען וואס זיי זענען נעבעך די באטראפענע וואס האבן געשריגען נעבעך פין ווייטאג
תוקן על ידי - ekstein - 20/02/2005 6:29:58
מוצש"ק איז פארגעקומען דער אנדערע שטאפעל פין ובערת הרע מקרבך
אזוי ווי עס האבן זיך גרופירט פארשידענע בחורים פין -אלע קרייזען -וועלעכע זענען זענען ארויסגעפאלען פין די ישיבות אין זענען היינט אין א מצב פין למחצה ולשליש ולרביע וואס קומען לכתחילה באיינאכט אין די בתי מדרשים אין וויליאמסבורג איןעס הייבט זיך אן ביים שפילען קארטען אין רייכערעכן אין אסאך מאל בעצם יום השבת אין יו"ט אין עס ענדגט זיך נעבעך ביי פיל ערגערע זוהמא
אין אפילו פסח באנאכט ווען יעדער זיצט ביים סדר צו יום הקדוש
אין אזוי ווי די משחיתים פארוואנדלען די שטיבלעך אין בתי מדרשים פאר קלאבס אין זוהמא אין די שמשמים אין גבאים איבעראל שפארען שוין צו די בתי מדרשים בעוד מועד אין פארלעשען די לעקטערס אין פובליק טעלפאנען אין אזוי טוט מען זיי פארטרייבען
האבן זיי זיך גענומען צו די גרויסע בתי מדרשים וואס זענען אפען א גאנצע נאכט פארן ציבור פאר דאווענען אין לערנען אין עס מוז אפען זיין פארן ציבור האבן זיי זיך באזעצט גאנצטע נעכט אין די שטיבלעך אין די בתי מדרשים
אין אזוי ווי מען האט געבעטטען מיט שיינעם פין רבנים אין אישי ציבור אין עסקנים אין אפילו די עלטערן אין עס האט זיך נישט גענעדיגט איז פארגעקומען אן אסיפה פין די עסנים פין איבעראל צוזאמען מיט ראשי וועד הצניעות אין קרית יואל וואס האבן שוין ליידער עקספיריענס ווי אזוי צו האנדלען מיט דעם פראבלעם
אין מען האט באשלאסען צו לייגען געיטס אין פארשפארען די מקומות ווי זיי גרופירען זיך אין לייגען ווידיעא קעמרעס (אזוי ווי אין ביהמד"אין קרית יואל וואס ידען פלאץ אין ביהמ"ד קען ווערן לעת הצורך משום מעשיות שהיו צו מאניטערן אלעס וואס עס שפילט זיך אפ אין א ידען ווינקעל)
אין יעצט מוצש"ק זענען די עסקנים געקומען מיט סעקיורטי גארדס אין דעדעקטיווס אין ארויס געשיקט פין דארטען אלע לאבצעס וואס איז געוורען אנגעפירט פין איינעם לעבאוויטש
אין מען אנגעטוראגען פאר די בחורים חבירים מגידי שיעור אין אנדערע זאכן זיך אפצולאזען פין אזויליכע קרומע דרכים
דער איירבישטער זאל העלפען אז זיי זאלען מצליח זיןן וילמדו תועים בינה
ה' עמהם גבורי החיל!
געבענטשט זאלן זיין די עסקנים וואס האבן גענומען די זאך אין די הענט. עס איז שוין די העכסטע צייט צו מאכן ארדענונג איינמאל פאר אלעמאל קעגן די שקצים ורודפי נפשות!
עס גייט ארויס פון יעדן קאנטראל. דא רעדט מען פון מחנות ליידיגייער, נישט געלט נישט ביזנעס און אויך נישט נארמאלע גוי'אישע השגות גייט זיי אן. איין זאך וואס זיי ווילן איז צו פארדארבן אנדערע. מען הערט טאג נאך טאג שוידערליכע מעשיות פון וועלכן די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף.
עס גייט שוין היינט נישט מיט פייניגן יונגלעך און בחורים, עס איז שוין אריבער צו פאנגען מיידלעך, רחמנא ליצלן. אויב מאכט מען נישט קיין אתנחתא שוין און זאפארט, תוצאותיו מי ישורנה. ווער ווייסט ווי נאך עס וועט ברענגען.
זאגט מיר א איד, אז אמאליגע צייטן פלעגט ר' יחזקאל שמש ע"ה נאכלויפן באמעס אין פארריקטע פלעצער און זיי אפשטעלן. היינט האלט מען שוין נישט ביי דעם. מען בעט זיך פשוט די שקצים זאלן נישט קומען אין שול און מאכן א מערת פריצים אריינצוכאפן יונגע בחורים'לעך וואס ווייסן נישט פון קיין שלעכטס. זאלן זיי גיין צו אלע שווארצע רוחות. זאלן זיי זיצן אין בארס, אבער נישט אריינשלעפן יונגע 13 יעריגע בחורים און מיידלעך.
מענטשן האבן לשון הרע'ס קעגן וועד הצניעות. אבער מען מוז וויסן אז עס איז עק וועלט! עס רעדט זיך נישט פון צווינגען בחורים צו לערנען אדער דאווענען. עס רעדט זיך נישט פון זיי לאזן רייכערן און ארומקולעצן און שפילן קארטן (וואס ביז יעצט האט מען געמיינט אז עס רעדט זיך נאר פון דעם, האט מען זיך פארמאכט די אויגן און פארקוקט, מיט די שיטה זיי זאלן בלייבן כאטש אין בית המדרש). דא רעדט זיך פון קאנטראלירן ביליגע הפקר'דיגע יונגאטשעס. זייערע תאוות ווערן נאר אויפגערייצטער און צעשפילטער. אויב שטעלט מען עס נישט אפ וועט קומען צו א מצב אז עלטערן וועלן ציטערן צו שיקן א יונגל אדער מיידל אויף די גאס. עס איז ליידער אזוי אז די שקצים ארגאניזירן זיך אין די הויפענעס און זוכן אריינצופאנגען אין זייער נעץ אומשולדיגע נפשות פאר גארנישט און פאר נישט.
יעדער איינער וואס האט קינדער איז מחוייב על פי תורה און כש"כ עפ"י מענטשליכקייט, צו שטיצן די וועד הצניעות און זען אויסצוראטן די מחנות ליידיגער פון פארדארבן און אריינכאפן נארמאלע קינדער. קיינער הייסט נישט די בחורים זאלן לערנען און קיינער הייסט נישט די בחורים זאלן דאווענען. נאר וואס מען בעט זיך נאר צו זיי בתחנונים, זיי זאלן צורו לאזן אונזערע קינדער און אונזערע בחורים.
די בלוטיגע מעשיות פון עלטערן טאג נאך טאג. דא האט איינער געשיקט א אינגל אין מתמידים און אפאר שקצים האבן אים אריינגעכאפט. דא האט איינער אפגעווארט א אינגל ביי א קארנער און אים א האלבע שעה מסביר געווען די וועלט מיט שמוציגע טריפה'נע מאגאזינען. דא האבן די שקצים געכאפט א מיידל אין ויואל משה און איר אריינגעצויגן אין א קאר - רבותי דאס מוז זיך סטאפן!!! און נאר אונז קען מיר עס סטאפן און אפשטעלן!!!
אויב מען האט שכל אין קאפ מוז מען פאר יעדן פרייז אין די וועלט שטיצן וועד הצניעות אין זייער יעצטיגע מערכה. אז נישט זענען אונזערע קינדער אין א סכנה. די מעשיות פון לעצטנס ווערן ערגער און ערגער, מ'קען זיך נאכפרעגן ביי אלע עסקנים. זיי האבן הויפענעס מיט געשיכטעס וואס מאכט אויפציטערן פשוט. מען דארף דאס אויסראטן און איינמאל פאר אלעמאל דערשטיקן מיט אביסל קוראזש. זאל וויליאמסבורג נישט זיין ערגער ווי קיין שום נארמאלע גוי'אישע געגנט מ'זאל נישט דארפן ציטערן צו שיקן א קינד אין חדר און אין בית המדרש און מורא האבן ווען א קינד איז ארויס אויף די גאס איינער זאל אים נישט רויבן.
ה' איתנו אל תיראום!!!
לויט ווי איך הער, האט מען יעצט ערנסט געסטראשעט די חברה מיט ארעסט.
למען ישמעו וייראו ולא יזידון עוד, גייט מען אין די סאטמארער בתי מדרשים אינסטאלירן ווידיא קאמערעס אין אלע האלוועיס, צו סטאפן די אלע אנשיקענישן פון שקצים וואס כאפן קינדער אין האלוועיס, וואס איז אן ערנסטע קלאגע פון טשיילד מאלעסטינג.
עס איז דא אפאר ביליאן גויים, וואו די רודפי נפשות קענען גיין און טאן אלעס וואס דער יצר הרע רייצט זיי אן. אונזערע קינדער זאלן זיי לאזן במנוחה בלייבן "מענטשן" (מען רעדט שוין נישט פון אידן) און אויב וועלן זיי נישט פארשטיין מיט גוטן וועלן זיי גיין אין חד-גדיא.
מיט גויים ציטערן זיי זיך אנצוהייבן, ווייל זיי ווייסן אז זיי וועלן ארעסטירט ווערן. זאלן זיי וויסן אז אונזערע קינדער וועלן נישט ליידן מער ווייל זיי האבן אידישע עלטערן. אויב וועט מען פארדארבן קינדער וועט מען גיין אין תפיסה.
פאר ארעסט האט יעדער מורא!!!
עס איז נעבעך א רחמנות פאר די טאטעס פון די בחורים וואס באנעצן דעם קישן יעדע נאכט אויף די ירידה פון זייערע קינדער ה"י.
דער באשעפער זאל זיך מרחם זיין און אריינשיינען א רוח טהרה אין זיי.
וואס גייט דא פאר?
א נייער מכה?
ווי לאנג גייט עס שוין אהן?
איז דא אנדערע מאטיווען?
איז עס אמת?
אין ב"פ לפי ידיעותי הערט מען נישט פין אזעלכע זאכן, איז עס אמת אין ווילי?
עס קען זיין אמת, איך ווייס נישט, אבער דאס אז די פאר פארברעכער זאגען אזוי מיינט נישט אז דאס איז אמת.
דאס זענען א גרופע פארשאלטענע פארברעכער וואס איין טאג שנארן זיי פאר א מערכה כבידה קעגען עירוב, ארטיסטען, אבער אז מארגען איז נישט דא קיין מערכה דארף מען פארשאפען איינס.
ממילא אלעס קען זיין אבער מען דארף עס הערן פון א באגלייבטע מקור פאר מען לאזט זיי צאפען בלוט.
מענדלדרעי
אודאי האלט מענדלדרעי אז מען דארף עס מברר זיין.
א שקרן האלט אז אלעס איז שקר.
נאכ'ן אנפילן דעם פורום מיט שקרים האלט ער באמת אז אלעס דא איז שקר!
עס קען זיין אז די מצב איז ביטער מיט די מושחתים ,
אבער איחודמעמבר/ EKSTEIN דריי נישט קיין קאפ ,
קודם רעד אויפן שייעם וועג צו דיינע נאנטע פריינד אין בעט זיי אז זיי זאלן אויפהערן ,
דערנאך בעט דיינע פריינד דא אויף היידפארק אז זיי זאלן דא אויפהערן רעדן געמיינע ניבול פה וואס גוים שעמען זיך אפי צו זאגן ברבים ,
אין נאכדעם וועלן מיר הערן וואס עס קוועטש דיר
911 זאליס
די סעקיורטי גארדס האבן פינקטליך געטעיפט די בחורים אבער ווי פארשטטיט זיך אז ביז דערווייל אין מגלין אותו(איך וועל עס נישט אריינמישען אין פאליטיק)
עס האבן זיך נישט געפינען דערויף ב"ה ר....
אזהרה! גילוי שמות איז זייער א הארבע עבירה על פי תוה"ק ולהבדיל לויט די תקנות הפורם!!!!
הערט אויף!!!!
תוקן על ידי - אינגערמאן - 12/04/2005 1:43:33
עס איז נאריש אריינצומישן פאליטיק אין אזא אשכול, אינדערצייט וואס יעדער איינער ווייסט אז דער פראבלעם איז ליידער שכיח ביי אלע שיכטן און קרייזן, און קיינער קען נישט זאגן אז ער איז פריי פון דעם פראבלעם.
און יא, ליידער בעוה"ר איז היינט שוין געקומען צו א מצב, אז מען דארף זיך בעטן (און אפשר אפילו מער ווי בעטן... זענען די ווערטער דא באקאנט פאר עמיצן ???
פאר א רמז - זיי פרובירן זיך און יענעם איינצורעדן אז זיי זענען די שענסטע קהילה היינט...) ביי די מושחתים אז זיי זאלן גיין וואו די אויגן טראגן זיי און נישט זיצן אין די בתי מדרשים.
און אויב די מערכה וועט קאסטן געלט, וועל איך מיט דער גרעסטער פרייד ארויסנעמען דעם בערזל און באצאלן וואס עס קאסט, בתנאי אז עס וועט זיין א קאמיטע פון ערנסטע בעלי בתים.
עקשטיין
איך ליין דיין באזארגט קייט אויף די לאבוסעס
דו קענסט נישט זאגן אני את נפשי הצלתי
דו מיט דיינע חברים טראגן דאס אחריות אויף דעם געמיינעם מצב אין וויליבי
אין טאקע נאר ביי ענק,
ווען אימער עס איז געוועהן א מחלוקת ביי יידען האט דאס געשאט פאר דעם קומעדיגן דור דור יונגווארג
היסאריקער זאגן אז דייטשלאנד'ס פאלען איז געוועהן די מחלוקת קעגן ר"ר יונתן.
ליטא'ס פאלען איז געוועהן די מחלוקת קעגן חסידים.
מזרח גאליציע, די מחלוקת קעגן דברי חיים
(אונגארן אין רומעניע זעהט אויס זענען געוועהן סתם בעלי תאוות...)
היינט זעהט מען דאס בחוש
צו סאיז סאטמאר צו וויזניץ,
דאס איז סם המות פאר יונגווארג. ווען א בחורל הערט די שמדשטיק וואס מטוט אפ איינער דעם צווייטן, ווי קען ער נאך דרך ארץ האבן פאר א רבין, און ווי קען ער גלייבן אין די תורה!
ווער איז דא דער ROLE MODEL? אהרון - זלמן לייב- שלמה לייב - פיליפ?
צו ישראל- מענדל?
אויף קריגן זיך איז אויך דא א תורה!
און אז נישט, איז נוצר תאנה יאכל פריה.
YOU MESSED UP! YOU PAY FOR THE CLEANUP!
ekstein
טאקע פין דעם רעד איך אז מען האט ר' .......... נישט געטראפן אויף די טעיפס אבער אז מען האט נישט געטראפען ........... איינקלעך דארט קענסטו אויך זאגען מיט א זיכערקייט ?
תוקן על ידי - אינגערמאן - 12/04/2005 1:44:44
איך רעד פין הרה"ח ר' .......... אייניקלעך וואס זענען שיק יונגלעך פאר משה פריעדמאן ,
אין יעצט וועלן מיר מכבד זיין די אנדערע האנט זיינער [איחוד מעמבער] מיטן ארויסהעלפן ,
אזהרה! גילוי שמות איז זייער א הארבע עבירה על פי תוה"ק ולהבדיל לויט די תקנות הפורם!!!!
הערט אויף!!!!
תוקן על ידי - 911zalis - 12/04/2005 1:34:03
תוקן על ידי - אינגערמאן - 12/04/2005 1:45:21
תוקן על ידי - אינגערמאן - 12/04/2005 1:46:14
אין א אויסערארדענלכע אסיפה איז פארופען געווארען היינט נאכט אן אסיפה דארעך וועד הצניעות פאר אלע מאמעס עלטערן אין די בתי חינוך לבנות אין וויליאמסבורג וואס האט אקיימא לן פין אריבער 9000 מיידלעך אין אלע מוסדות הקדושים אויפצקלערן פאר די עלטערן דעם חיוב וואס עס ליגט אויף זיי אפצוהיטען די טעכטער פין די גאס וואס איז פיל מיט השחתה כה יתן ה וכה יוסיף
ווי אזוי זאגן חז"ל ביי ברכת כהנים וישמרך בבנות
נב.אין אנדערע נייעס פין וועד הצניעות אין די מערעכה אנטקעגן די די וי די אין די געשפטען איז אינטערגענומען געווארען א אריינבליק צו איינע פין די געשעפטען איז דער פורץ גדר אין פארקויפט דאס אינטערן טיש (וואס אן ארבעטער וואס האט מורא פאר זיין פרנסה האט האט עס איבערגעגעבן אנאים) אין די וועד למען טוהר מחנינו קוקט גאר ערנסט אריין דערין....
עקשטיין
איך טוה שטארק סימפאטירען מיט אזעלכע חשובע אקציעס צו ראטעווען אידישקייט,
אבער זאג נאר,
אזא מערכה קומט דען נישט צו זיין תחות עינא פקיחא פון חשובע רבנים?
און אויב איז עס יא אזוי, מי ומי ההולכים?
(אנאנאמישע נעמען נישט עקסעפדעד--עיין ערך עירובין בוויליפעסט).
בהוקרה,
דזשיד
עס האט מיר איינער פארציילט אז די וואך האט מען געמאכט אין וויליאמסבורג נייע חשובע תקנות קעגען דעם נגע ממאיר.
ווער וויל ברענגען מער פרטים במה המדובר.?
קורפיו פאר מיידלעך נאך 10:15
װאס עפעס דעם זמן, די בעלי עבירה שלאפן ביז 10:15?
וואס איז ווען מען האט שמחות?
אפשר וועט דאס העלפען אז מען וועט ווייניגער שלעפען ביי שמחות.
בכלל איינער האלט אז דאס איז א עצה? א קורפיו? מען קען היינט איינעם איינטילען צו גיין אויפן גאס אדער נישט? מעט וועט זיי ווארפען פון שולע?
אײנמאל דער קורפיו גײט ארײן אין קראפט, װאס דארף מען טוען װען מען זעהט א מײדל אויפן גאס נאך די צײט,
1) דארף מען איר נאכגײן אהיים צי זעהן װער זי איז און איר מסר׳ן פאר דעם װעד הטינוף?
2) דארף מען זיך נעמען איר נאכשרייען חצופה (אדער גאר שבת!) ביז זי נעמט זיך אהײם לויפן?
3) אדער זאל מען פראסט און פשוט צוגײן צו איר, און פרעגן איר נאמען און אדרעס און די נאמען פון איר שולע און מנהלת און איר מסר׳ן דעם קומענדיגע פרימארגן?
און אפשר גאר לאזן װיסן אלע שדכנים דערװעגן
ווארט נאר א יאר צוויי, וועט נאך ווערן איינגעפירט, ווען מ'זעהט א מיידל נאך 10 ביינאכט, וועט מען שרייען פון אלע פענסטער'ס, אויף די העכסטע טענער:
זונה!! זונה!! זונה!!...
TA-LI-BAN
TA-LI-BAN
איך ווינטש פאר די אלע אידן וועלכע מאכן חוזק פון אזא הייליגן ועד, און בפרט פון אט די לעבנס וויכטיגע תקנה ווען די שמוציגע יונגען וועלן ארויסגיין אין גאס, זאלן זיי אנטרעפן דוקא אייערע טעכטער !!!
דערנאך וועלן מיר זען וויאזוי איר וועט רעאגירן.
(און יא, עטץ קענט'ס רואיג זאגן אז איך בין דער בעל הקללות אין דעם פארום)
תוקן על ידי - אינהכינמי - 26/05/2005 2:08:29
זאליוועקי
ביי אונז פלעגט מען זאגן ווער עס קען נישט בענטשען קען נישט שעלטן.
ממילא שעלט אוועק קיינער מאכט זיך מילא נישט וויסענדיג.
געשריבן אין א אנדער אשכול, אבער איז נוגע דא אויך
קוטשעמע
איי עם וויט יו, אלל די וועי
עקשטיין מיט איחוד מעמבער'ס שרייבערייען, דאס איז די סימפטאם
דהיינו
כולי עלמא מודי - איך רעד נישט פון די שקצים - אז עס מוז זיין גודרים און עסקנים
נישט דאס איז די פראגע, און נישט דאס איז די קרענק
די ריכטיגע קרענק און פראבלעם איז
"ווער" און נאכאמאל "ווער" זענען די עסקנים
און לאמיר קלאר שטעלן מיין מיינונג, כמעט "אלע" עסקנים פון אלע פארטייען, זאלי, אהרוני, נייטראל, וומ"ס, ב"פ, קרית יואל, זענען שמוץ קערער
און ווען איינער ווי קוטשמע האט די חוצפה עס צו זאגן, וואס מיינט איר געשעהט, מען הייבט אן שרייען
שגץ, עס איז דא געפערליכע שקצים אינגן און מוידן ליידער ליידער, און די רעדסט נאך, אזעלעכע און ענליכע תירוצים הייבן אן צו פליען
יא, אמת ואמת, און פארדעם איז די בראך אזוי גרויס, טאקע ווייל עס איז דא "ערנסטע" פראבלעמען, דארף מען האבן "ערענסטע" 'עסקנים' נישט די שטאט,ס ליידיגייער
איך גיי נישט זאגן אז זיי טוען גארנישט אויף, אוודאי טוען זיי אויף פון צייט צו צייט, ושכרם ישולם מן השמים
אבער, זיי מאכן 'פיל' מער שאדן, מיט זייערע ווילדע שטיקן, קרומע קעפ, פארדארבענע מיינונגן
נעמט א ביישפיל הצלה, עס איז קלאר פאר יעדע בר דעת, וואס אזא 'קענסעלעישאן' ברענגט פאר די יוגנט, וואס מיינט איר, אז די בחורים און מיידלעך שמועסן נישט, פארוואס מען האט דאס אפגעשטעלט, אדרבה מיט דעם מישט מען און מען פארשפרייט דעם פראבלעם, און דאס גיסט נאר צו אויל צו פייער
לאמיר פרעגן, וואס וואלט געווען ווען מען נעמט ווען א 50 עסקנים וואס זאלן שטיין על המשמר, און אכטונג געבן אז "וזר" לא יתערב, איז עס דען אזוי שווער,
דאס גורם זיין 'דירעקט' אז די גאנצע יונגט, זאל מישן די טינופת, אז: פארדעם און פאר יענץ, האט מען עס געמוזט אפשטעלן, דער האט דאס געטאן, יענע האט דאס געטאן, און טאקע בפרטיות און פרטי פרטיות, און אויב ווייסט מען נישט קיין פרטים, מאכט מען און מען דמיון'ט אויס פרטים, און דאס טוען די גרויסע און ערוואקסענע בעסער ווי די קינדער,
אבער, שא, וואס הייסט, עס איז דא פראבלעמען, יא, און פארדעם??? פארדעם גיסט מען צו אויל צום פייער
ליידער, דער צוזאם שטעלן, דאס אז אזויפיל בחורים זענען היינט אן ישיבות, אזעלעכע שמוציגע עסקנים - איך ווייס וואס מען וועט מיר באגיסן דא פאר דאס זאגן - דאס און נאר דאס איז שולדיג אין דעם פראבלעם און נישט וואס קוטשמע און אנדערע זענען מפקפק אויף זיי
די פראגע איז נישט אויב עס איז דא א קרענק
יא ליידער איז דא,
אבער די פראגע איז, ווער זענען די דאקטוירים, און וואס פארא רפואות ניצט מען
איין זאך, איך האף אז מער ערענסטע מענטשן, ווי אונז דא, וועלן טאן צו דער זאך, ווייל אז נישט וועט מען אין א יאר ארום קענען שרייבן דא, אסאך גרעסערע הספדים
תוקן על ידי - kjalliance - 26/05/2005 2:17:16
איך ווינטש און די אלע וויליאמסבורגער תושבים צו טרעפען עסקנים מיט ישוב הדעת, צו פארשטיין וואס איז וויכטיג פארן יישוב.
און אז דער אייבישטער זאל חונן דעת זיין די אלע עסקינים זיי זאלען האבען שכל וואס יא און וואס נישט.
זאלwacky, עס איז באקאנט די מאמר חז''ל "כל המתפלל בעד חברו והוא צריך לאותו דבר, הוא נענה תחילה"
וחילופיהם בגולם אָאָפס... במקלל
פדן:
איך בין נישט אזוי זיכער אויב ביי דיר איז דאס א קללה.
רוף מיך צוריק װען די ביסט שוין זיכער
א אסיפת רבנים איז געווען? ווער האט געמאכט די החלטה? וואס נאך תקנות האט מען ארויסגעגבען?
מיין ווייב זאגט מיר, אמאל ווען איך בין געגגאנגען אליינס אויפן גאס ביינאכט בין איך געווען ראויג ווען א מאן האט שפאצירט אויף יענעם בלאק, היינט אבער האט זי מער מורא.....
די מצב איז ממש
geferlich
זאג נאר, געפערליכער, די וואוינסט אפשר אין מונסי? ווייל אין די טריי סטעיט איריע קענט איר גאנץ רואיג זיין.
למען האמת וועל איך דיר דאס מאל ענטפערן:
אין וואוין נישט אין מונסי נאר אין מאנראו...
אז דו וואונסט אין מאנרא, ביסטו טאקע א געפערליכער...
ווי איך האב געהערט איז נעכטן געווען נאך א אסיפה אין וויליאמסבורג וועגען דעם מצב.
ווער וויל ברענגען מער פרטים?
צו ווייסט איינער אויב דאס האט א שייכות מיט דעם גאנצען ענין, מיין חבר האט מיר דאס אריינגעשיקט אויף אי-מעיל
[בילד – נישט אפגעהיט]
די אסיפה איז געווען מאנטיג נאכט אין ויואלמשה.