היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » הורעי פארן מנהל משנה אינגערמאן!

הורעי פארן מנהל משנה אינגערמאן!

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1286932

נבוכדנאצר » 17/2/2005 18:33

עס איז בלויז עטליכע טעג, און זיין שווערע ארבעט דערקענט זיך. פון א פולע בלוט אשכולות, זענען בלויז 2 הויל פאליטיק נארישקייטן (די מיט צוויי מאל ארומגערינגלט רויט), און געציילטע וואס זענען טאקע פאליטיק, אבער אנטהאלטן כאטש עפעס נייעס.

כה לחי! דער עולם וואונטש כה יתן יכה יוסיף פון טיפן הארצן!
[בילד – נישט אפגעהיט]

אינגערמאן » 17/2/2005 21:40

כאטש איך האב נישט פיינט וואס יעדער האט ליעב, און ס'שמעקט זיך גאנץ גוט א גוט ווארט און אנערקענונג, אבער

דער קרעדיט קומט באמת פאר'ן עולם, נישט פאר מיר

ווייל איך האב נאר געהאלפן געבן דעם טאן, דערנאך האט זיך יעדער אליין צוגעשטעלט און צוגעהאלפן.

הלוואי אויף ווייטער - יה"ר לשבת הבא כן - דאס וועט מיר זיין א שכר און א כפרה אויף די ביטול תורה שעות וואס כ'האב אוועק געגעבן דא די וואך