היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » א פראגע וועגן שאכטלעך טאמאטעס!

א פראגע וועגן שאכטלעך טאמאטעס!

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1286911

נבוכדנאצר » 17/2/2005 18:19

אינמיטן קלאפן דא אויפן קאמפיוטער, עס איך א שאכטל טאמאטעס. איך גלייך עס זייער. אבער יעדעס מאל איז דא כאטש 5 אדער 6 שלעכטע, אפטמאל פארדארבענע. ווערט דאס דירעקט געטון, מיטן ציהל צו פארדינען? אין ניו יארק איז די זעלבע מעשה, עס איז דא גענוג פארדארבענע, אין טאמאטע שאכטלעך און אין יאגדעס שאכטלעך, דאס פאסירט מיט די צייט, אדער מען לייגט זיי אריין דירעקט? איינער האט פארבינדונגען מיט די העכערע פענסטער?

אינגערמאן » 17/2/2005 19:45

דו נאשט טאמעטאס?? דו ביזט א העלטה-באג?
געווענליך נאשט מען טשיפס, פאפקארן, א.ד.ג.
אבער טאמעטאס? דאס איז גוט....

כ'קלער אפשר לעניית דעתי לולי דמסתפינא אז די טאמאטעס ווערן פארדארבן אין שאכטל, נישט אלע ווערן אייניג רייף אין די זעלבע צייט, ממילא ווערן עטליכע פארדארבן פריער.

אבער כ'וואלט זיך נישט געטרויעט אליין צו פסק'נן אויף אזא הארבע שאלה, אויב וועלן זיך צושטעלן נאך דריי דיינים צו מיר קענסטו מיך אויס מצרף זיין

נבוכדנאצר » 17/2/2005 20:30

אינגערמאן, ביסט דאך נאך א אינגערמאן, אודאי דארפסטו מצרף זיין נאך דריי דיינים מיט דיר. צווייטנס, איך האב נישט געשריבן אז איך נאש טאמאטעס, איך עס...

דערווייל האב איך גערעדט מיט א חברה, זיי האבן מיר געזאגט אז עס ווערט קאליע אין געשעפט, פון זיי גייט עס ארויס פריש, דארף מען זיי גלייבן?

scy4851 » 18/2/2005 00:13

מִפִּי עֶלְיוֹן לֹא תֵצֵא הָרָעוֹת ....

אינגערמאן » 18/2/2005 00:17

ר' עלטערער איד נבוכדנאצר, כ'האב א ספעציעל הנאה יעדעס מאל ווען איר זאגט מיר "דו ביזט נאך א אינגערמאן" - ס'מאכט מיך אזא גוטע הרגשה!

ווי האלט איר אויף דער וועלט, האט שויו געקנאקט בן ארבעים לבינה, אדער גאר בן שבעים לזקנה?



באראפארקער » 18/2/2005 02:09

דא אין ב"פ איז דא געשעפטען וואס טוהען איבערפאקען די פעקלעך טאמאטעס אין סטראבעריס און ווארפען ארויס די שלעכטע.

majyar718 » 18/2/2005 03:54

דאס געשענ׳ט ווען מ׳פאקט די טאמעיטאלעך און מקוועטשט זיי צאם צו שטארק ממילא רייסן זיך אויף איטליכע פון זיי אינעם שאכטעלע און זיי ווערן פארדארבן, און פארדארבן דערנאך די אנדערע.....
א מוסר השכל....


אז די רעדסט שוין פון גראסעריי געוועלב מוז איך דא ארויסברענגען א פראבלעם מיט די מילעך,
לעצטענס איז געפערליך מיט די באטלעך עס רינט פון אינטען עס רינט פון אויבן,
סקען זיין א פראבלעם מיט בשר וחלב לגבי אנדערע פראדוקטן אינעם ארדער.
ווי אויך גיסט עס אן דעם קאונטער ביים קעשיער און עס מאכט לכתחילה מילכיג דעם קאונטער לגבי אראפלייגען אנדערע פראדוקטען,

וואס איז אייער מיינונג?

באראפארקער » 18/2/2005 17:51

מאדזאר.
די באשעפער האט דיך געגעבען אויגען, נוץ עס. ווען די באקומסט אן ארדער קוק אויב די מילעך האט געליקט, און אויב יא, זעה וועלכע פעקעל איז שמוציג געווארען און וואש עס אפ.

און די זעלבע ביים סטאר