באמבע: מסירה דאקומענטן פון אלייענס
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1286774
ווי באקאנט האט די אלייענס לעצטענס אריינגעגעבען א שרעקליכע מסירה קעגן אימשולדיגע יונגעלייט אין קרית יואל, וואס מענעזשן די עצי תמרים הייזער, און די יינגעלייט קענען יעצט פארלירן זייערע פרנסות נאר א דאנק די רשעות פון די מענטשען.
סרעדט זיך פון די עצי תמרים דירות, וואס באלאנגען און ווערען געמענעדזשט דורך א גויאישע קאמפעני "שעמראק", "שעמראק" שטעלט צי פאר די איינוואינערס פון יענע דירות אלעס וואס זיי דארפען באקומען לויטען געזעץ, אבער די אלייענס איז נישט צופרידען, זיי גייען מסר'ען יינגעלייט וואס זענען איינגעשטעלט ביי שעמראק, און אויך יינגעלייט וואס האבן אינגאנצען גארנישט מיט שעמראק, נאר כדי אפצו טאן רשעות פאר יודן.
זיי פארלאנגען אין זייערע מסירות נישט מער און נישט ווייניגער אז מען זאל צונעמען פרנסות פון די יודן וואס זענען איינגעשטעלט ביי די גויאישע קאמפעני שעמראק, און אז מען זאל ארויסווארפען אלע מתפללים פון די עצי תמרים בית המדרש, וואס וואוינען נישט אין די עפארדעבעל הייזער.
יא, די זעלבע אלייענס וואס שרייט אז ועד הקרי-ה בויט נישט גענוג בתי מדרשים. די זעלבע אלייענס וויל ארויסווארפען יודען פון א בית המדרש, ווייל זיי גייען נישט אין שפאן מיט די אלייענס.
דא גיי איך ארויפלייגן די מסירה דאקומענטן. זאל יעדער איינער זעהן מיט וועמען מען האט דא צו טון.
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
ליינטס דא וויאזוי זיי פארלאנגען אז "שעמראק" מוז זיי צושטעלען אלעס (וואס קיין שום אנדערע לענדלארד שטעלט נישט צו פאר זיין טענענט) ווי למשל געיטס פאר די פענסטערס און קלינען זייערע האלס מער ווי איין מאל א וואך (וועלכע לענדלארד קלינט אפילו איין מאל א וואך?) א.א.וו.
אויך ליינט דא די שרעקליכע מסירה קעגן דריי אימשולדיגע יונגעלייט, און זייערע שקרים אז מען פארטרייבט זיי פון די עצי תמרים שיהל
[בילד – נישט אפגעהיט]
ליינטס דא די מסירה אז מען פארקויפט זיצן אין די עצי תמרים שיהל
און די שרעקליכע שקרים אז מען לאזט זיי נישט קומען אין די שיהל, אין אז מען בלינקט אין מען לעשט אויס די לייטס ווען זיי קומען
אויך זעטס די מסירה קעגען א איידעלער יונגערמאן וואס איז א מענעדזשער פון שעמראק וועמעס פרנסה זיי ווילן צונעמען
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא פארלאנגען זיי אז מען זאל אוועקנעמען די פרנסה פון דעם יונגערמאן משה שמואל ניימאן, א חשובער יונגערמאן וואס טשעפעט נישט קיין פליג
[בילד – נישט אפגעהיט]
נאך א מסירה בריף
תוקן על ידי - באראש - 17/02/2005 16:35:57
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא קען מען זעהן פיקטשערס וויאזוי די אינספעקטערס קומען אראפ אויספארשען די מסירות
http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1279973איך האב דאס געפאסט פאריגע וואךאין יעצט וועל איך צולייגען נאך אפאר פראגעס
איך האב נאכנשיט קיין דיעטעלס וואס ווען ווי
אבער איך האב אפאר פראגעס
1)
קען מען רןפען די ווילידש צו א דין תורה?
זיי זענען דאך א סעקולערער מוסד וואס ווען איינער האט טענות קען מען נאר גיין אין קארט אין מען דארף נישט אויף דעם קיין שום היתר בי"ד עס געהערט פאר די גאווערמענט אין נישט פאר קיין איד ממילא קלאגט מען די גאוו
2)איז עס טאקע געפירט געווארען אויף א נישט געזעצליכען אופן?
-דאס איז היינט פאר די גאווערמענט זייער גרינג זיך צו דערוויסען אן קיין שום אינווענדיגסטע אינפארמעשאן איז דאס אן אחריות פין די עקספיריענס אין רעזאלטאטען פארטיי צו טוען אומגעצליכע זאכן אין אריינשטעלען א רבים אין צרה הא גופא קשיא
3)איז דער וועד הקריה אויך פארמישט אין אינוועסטיגעשאן?
4)איז דא א היתר אז מען מעג מאסערן נאר זאלונים ווי אביגדור יאקאבאוויטש-אליעזר קעסטענבם- וויליאמסבורגער מוסדות קהל יטב לב פראוואטע יחידים אנקלאגען די שומרי משמרת הקודש אין נאך אין נאך (נישט אז איך האלט אז מען מעג וועגן דעם מאסערן ארונים אן היתר בי"ד..וואס אויפן באזיס פין המוסר מותר למוסרו
פאר יעצט איז גענוג 4 פראגעס
אבער עס איז נישט דא קיין שום רשות איינעם צו מסערען אן קין געשריבענעם היתר בי"ד....
----------------------------------------
איז עצי תמרים א שטאטישע אייגנטום אדער א קהלישע זאך דאס מיינט אז א שטאטישע זאך געהרט פאר יעדעם אייניג אן קיין שום דיסקרימינאציע?
איז דער קאנפערענץ רום אן אייגענטום פין קיטל בקר"י צו פארקויפען זיצען מאכען פארזאמאמלונגען וואס מען לאזט נישט צו קיין אנדערע וואס האבן די זעלבע רעכטען
אדער עס געהערט פאר אלע איינוואנערס אייניג?
איז ערגעץ דא א חיוב צו רופען א ווילידזש צו אדין תורה אדער איז עס אפילו ליגאל צו גיין צו א דין תורה עס געהערט פאר די גאאו אין זיי ווילען ע"פ געזעץ אז עס זאל געפירט ווערן לויט די געזעצען פין ניו יארק סטעיט אין נישט לויט די דיקאטען פין גנבים וואס ווילען צוגאנבענען זייערע רעכטען מיט שמוציגע אין פרעכער פאליטישע חשבונות אנטקעגען די טענעטנט וואס שטימען נישט מיט זייערע פאליטישער דאגמעס?
איז א טענעט וואס האט צו טוען מיט זיין מענעזמענט קאמפעני(וואס איז א גויאישער ארגעניזעשאן ווייל עס געהערט צו די גאוו)די רעכט זיך צו בפרייען פין די דיקאטען וואס גייען געגען די אפמאכען וואס ער האט געהאט מיט זיין לענלארד (אין דעם פאל ניו יארק סטעיט?
עקשטיין האסט עס מורא'דיג גוט ארויסגעברענגט.
די מענעדזשמענט קאמפאני איז א גוי'אישע קאמפאני, וואס דאס מיינט - נו פיר אויס - התגרות באומות!...
אבער וואס האקסטו אין טשייניק מיט די ווילעדזש ווען די מסירה האט גארנישט מיט'ן ווילעדזש נאר מיט פריוואטע מענטשן וואס גייען ליידן ווייל די מסירה פארלאנגט אז מען זאל צונעמען זייערע פרנסות
ווער נעמט די אחריות פאר די פרנסה פון דעם יונגערמאן ניימאן? ווער נעמט די אחריות פאר די קאנסעקווענצן וואס די מסירות קענען ברענגען פאר יואלי פריעדמאן און אברהם יושע גלאנץ און חיים ראזנפעלד.
און אגב, די קאמיוניטי רום איז א שותפות צווישן די גאווערמענט און די ועד הקרי' וואס האט געצאלט 115 טויזנט דאלאר צו העלפן אויפבויען אזא שיינע גרויסע קאמיוניטי רום, און דאס איז די סיבה פארוואס ס'איז דארט דא אזא גרויסע קאמיוניטי רום בשעת אנדערע גאווערמענט הייזער געגנטן האבן נישט אזעלכע גרויסע קאמיוניטי רומס.
איז אמת אז די נישט אהרונים פון יענע געגנט ווערן דיסקרימינירט אין די קאמיוניטי רום?
יא. אסאך גייען אוועק דאווענען איעדע שבת אין די איבריגע וואס בלייבן דארפן דאווענען אויף א אלטע טיש אין א ווינקל פון בהמ"ד.
תוקן על ידי - פריעדמאן - 18/02/2005 1:16:17
זענען טאקע די אינגלייט אזויליכע שונאי ישראלים צו גיין אויסטיילען צרות פאר אידישע קינדער פאר פאליטישע צוועקען?
איז אמת אז זיי האבן געצאפט דאס בלוט פין אידן ?
איז דא א וועג דאס אפצושטעלן אנדערשט?
וועט דאס זיין א לעסען אז מען צאפט נישט קיין אידיש בלוט ?
וועט דאס פאסירען ביי א יעדע פובליק זאך פינעם ווילידזש ואס די אנשי בליעל ווילען בארויבען אידען פין זייערע רעכטען ?
איז א הפקר וועלט צו באגאנבענען אידען פין זייערע הייזער ווייל זיי באלאנגען נישט צו דער פאליטישער זייט ?
איך האף אז די ווילידזש האזינג וועט פארטיידיגען זייער שטעלונג אין שטיצען די רציחות-אזעס זאל איינמאל פאר אלעמאל אנקומען די סיוויל רייטס אנקלאגע וואס איז נישט פארענדיגט געווארען ביי חרדים?
עס איז פאליטישע צוועקען. אבער איך מיין אז עס איז מער פינאנציעלע צוועקען. איר מוזט פארשטיין אז די ווילידזש האט פארלוירן קרוב צו $2400000 וואס זיי האבן נישט באקומען פון די איינווינער וואס האבן "געווינען" א דירה א דאנק די אלייענס
צוליב דעים נעמען זיי נקמה ווי עס לאזט זיך. למשל פארוואס איז די רענט כמעט מארקעט פרייז. ווען אין ד.א. ווידער און אין די אנדערע שטאטישע הייזער צולט מען $200 - $400 ??
פרידמאן
כ'האב פאר דיר א נומבער ריף עס אן זיי וועלן דיר אפשר קענענן העלפן מיט דיינע פראבלעמן
די נומער איז...845-782-3242 עקסט..4
תוקן על ידי - getme - 18/02/2005 2:26:53
עקסטיין
לויט דיינע ווערטער
דארף מען טאקע שוין קער נעמן פון דיסקרימינעישאן אין וומס''ב.......
מסכים?
איך האב שויןאמאל געדאוונט ש"ס אין דעם ביהמ"ד, און עס האט מיר שטארק געשטערט צו זעהן ווי גוט די זאלי'ס געפינען זיך דארט.
זיי זיצן זיך ביי א באזונדערן טיש און רעדן "רזין דאורייתא".
יעצט בין איך שוין ענדליך געוואויר געווארן פארוואס זיי האבן געדארפט זיצן ביי א באזונדערן טיש...
איז דער חיים קאהן וואס שרייבט אונטער דעם מסירה דער זעלבער מ. ח. כ. וואס האט איבערגעטרעטן דעם אומשולדיגן שעפעלע וויינער
.?
אגב, איז ב"ה דאס קינד אהיים געקומען די וואך פון שפיטאל, הודו לה' כי טוב
אויב איז דאס דער כ., כאפט אן דעם איראנער, און שיקט אים ווי ער באלאנגט
און עקשטיין, קענסט שון אנגרייטן א ליגעל פאנד צו פארטיידיגן ענקער שוטה'לע כ. וואס טוט די דוירטי ווארק פאר ענק,
איך קען נאך א בהמה'לע וואס האט געטאן די שמוציגע ארבעט פאר ר. פ., און היינט האט ער שוין אפגעדינט
יא, אזוי טוט איר, מען נעמט איינעם און מען שיקט אים ארויס אויפן שלאכט פעלד, און ווען ער ווערט קאנאנן פלייש ווערן די משלחים פארשווינדן
ווי אר רעדי, איך האף אז די מתפללים אין דברי חיים, וועלן קענען הענדלען דעם צעלייגער, איך אליין וואלט אהין געגאנגן דאווענען, ווען עס נעמט נישט א האלבע שעה אהין צו שפאצירן דארט אין סעקשאן 12
תוקן על ידי - davka - 18/02/2005 7:18:39
פריעדמאן, נעם עס נישט פערסענעל, אבער ביסט א גרויסער טיפש.
וואס האט מיט די ווילידזש צו טאן וויפיל רענט מען בעט?
די הייזער אויף ד.א. ווידער באלאנגען פאר די פעדעראל גאווערמענט און זיי בעטן פעניס. די הייזער אויף עצי תמרים באלאנגען פאר א גוי'אישע קאמפעני, און זיי מאכן אפ וויפיל רענט צו בעטן.
טיפשות האט דאך אויך א שיעור.
נ.ב. איך רוף דיך אן טיפש ווייל דו לאזט זיך ארייננארן אין זאק פון א גרופע מענטשן וואס רייטן אויף אזעלכע קליינקעפיגע מענטשן ווי דו ביסט. שטעל דיך פאר ווען די אלייענס וואלט ענק נישט געקענט איינרעדן אזא שרעקליכע אומדערהערטע טיפשות אז די ווילידזש קען אויף עפעס א וועג העכערן די רענט אין עצי תמרים, וואלט קרית יואל נישט געהאט קיין קעי דזשעי אלייענס.
אגב, אויב פאנגט מען אן צו מאכן ארדענונג אין עצי תמרים, און מען ווארפט ארויס אלע מתפללים פון אינדרויסן פון די געגנט, לאמיר נישט פארגעסן אז מען דארף אין די זעלבע צייט אויך אנפאנגען מאכן ארדענונג אין די קאמיוניטי רום פון עטרת זקנים און ארויסווארפן פון דארט אלע מענטשן וואס וואוינען נישט דארט.
אינקלודינג מעיאר שווימער פון העיס קאורט.
אלי' שפיצער האט מיר געזאגט אז ס'איז געווען פיר מסירה בריוו. פארוואס זע איך דא נאר צוויי?
איך האב געזען דערווייל נאר צוויי בריוו, אויב די זאגסט אז סאיז דא נאך צוויי וועל איך עס טרייען צו פארשאפן.
קעי דזשעי. איך מיין אז דו קענסט נישט האבן קיין טענות אויף דעם רויטן כהן, ניטאמאל ווייסט ער וואס ער האט געטאן.
ווי די ווייסט קען דער איזרעלי פרענק נישט קיין ענגליש, ווער רעדט נאך אמעריקאנער געזעצן וואס ער קוואוט נאך מיט די פונקטליכע סעיפים אין די נאמבערס וואס נאר א לאיער קען, דער וואס האט עס געשריבען האט געמיזט זיין אן אנדרייער, ווי פינקאס יאקאבויטש אין זיין חבר, די שונא ישראל מעני מענגיועל.
פינקאס וואס האט אנגעדרייט א פאר נעבעכדיגע יוקלעך אז זיי זאלן לאזן נוצן זייערע נעמען פאר די מסירה ווייל ער אליינס קען דאך פארשטייט זיך נישט מסרען ווייל ער וואינט נישט דארט.
לכבוד קריתיואלער.
די ווילידזש האט צו טאן וויפיל רענט מען בעט.
ווייל זיי האבן געברענגט די פראגראם. (האפאנדיג צו מאכן $50,000 פער דירה)
די דירות האבן געברויכט צוזיין low income housing און ווען דער געטרייער משה אליעזר האט געזען אז kj alliance האט ארייןגערוקט די נאז. האבן זיי עס געטוישט אויף middle income אז די וואס געבן איין low זאלן ארויספאלן. וועם האט ער אפגעטון? א יעדעם איינעם,אפילו זיינע מענטשן. אפילו זיין איידעם וואס האט נישט געווינען א דירה און וואוינט אויך דארט,וד"ל.
ס'איז א בחינה פון גם לי גם לך לא יהיה
תוקן על ידי - פריעדמאן - 18/02/2005 18:52:48
קריתיואלער
וועגן ארויסווארפן פון דארט אלע מענטשן וואס וואוינען נישט דארט.
קיינער האט נישט גערעדט פון דעים.
ער שרייבט פון די וואס וואוינען יא דארטן. אז זיי האבן נישט ווי צו זיצן
פריעדמאן שרייבט:
דא האט איר איינע פון די מסירה'ס וואס דער אויבערדעמאנטער חשובער יונגערמאן מ. ש. נ., וואס טשעפעט נישט קיין פליג. ווען ער האט גערופן אין קארט 12 משפחת און זיי געוואלט ארויסווארפן מיט זייערע קינדער אויף די גאס.
((דאקומענט איבערגעלייגט און קלענער געמאכט אז די פעידזש זאל זיין ליינבאר, דוקא))
[בילד – נישט אפגעהיט]
פרידמאן, אפשר טייטשטו איבער די שרעקליכע מסירה אויף יודיש, אז יעדער זאל זעהן וואסערע שרעקליכע מסירה ער האט געמסרט.
חזיר איינער, די ביסט שולדיג 1,104 דאלאר אין רענט און 704 דאלאר פאר סאניטעשען און וואסער. זיי מוחל און באצאל, שעמראק איז א גויאישע קאמפעני אין די מאכסט א שרעקליכע חילול השם אין התגרות באומות מיטן נישט באצאלן וואס די קומסט זיי.
שעמסט דיך אפילו נישט ארויפצולייגן אזא דאקאמענט אנליין, אז יעדער זאל זעהן וואספארא חזיר די ביסט אז די באגנבעסט א גויאישע קאמפעני.
אין וואס האט שוין משה שמואל ניימאן געוואלט פון דיר אין קוירט? די זאלסט באצאלן די רענט וואס די קימסט פאר זיין באלעבאס, ווייל אז נישט וועט ער 1) דארפען באצאלען די געלט פין זיין אייגענע טאש אדער 2) פארלירן זיין דזשאב. ער איז געגאנגען אין טאון קוירט פארלאנגען אז מען זאל דיר אין דיינס גלייכען צווינגען צי באצהלען ענקער רענט.
וואס וואלט א צווייטע לענדלאר געטון ווען די ווילסט נישט באצאהלען דיין רענט. ער וואלט דיך ארויסגעווארפען פין דארט מיט שעריף.
באקומען אין תיבה אישית, איבערגעטייטשט די מסירה פין די אלייענס
דער באנוץ פון דער קאמיוניטי-שטוב איז זייער מאנעווירט אז עס איז כמעט נאר פאר טענענטס וואס זענען געטריי פאר די הויפט קהלה (יטב לב) פירערשאפט, פארשידענע טריקס ווערט געמאכט דורך די מענעזדשמענט צו מאכן זיכער אז עס איז טאקע אזוי, די שליסל צו די אלע טריקס איז דאס איבערגעבן די מאכט פון די קאמיוניטי שטוב פאר יואל פריעדמאן איידעם פון משה אליעזר ניימאן און פאר זיין פריינד חיים אברהם ראזענפעלד און אברהם יושע גלאנץ וואס זענען באקאנטע געשוואוירענע מענטשען(buddies) פאר די פירערשאפט פון די קהלה, און זייער אויפגאבע איז צו מאכן זיכער אז דער לעבן זאל זיין שווער און דערנידערט און די קאמיוניטי-שטוב פאר אלע טענענטס וואס גייען נישט און שפאן, צווישן די זאכן וואס זיין טוען איז אז זיי האבן צוזאנגעשטופט אלע אונזערע משפחות אויף איין "איינציגע" טיש, בשעת אלע אנדערע טישן זענען פארקויפט געווארן דורך קהל יטב לב פאר אנדערע משפחות אריינגערעכענט פאר אזעלכע וואס וואוינען נישט און די עצי תמרים, די לעקטערס פון די בילדינג ווערט געבלונקט און פארלאשן ביי די מעין יוטילטי שטוב ווען משפחות וואס גייען נישט און שפאן קומען זיך צוזאם און קאמיוניטי רום.
די גאנצע מעשה האט זיך אנגעהויבן צוליב עפעס א נארישער טעות ביים אונטער שרייבן דעם קאנטראקט, וואס צולעב דעם ווילן נישט די זאלי'ס, וועלכע זענען באשאפן געווארן נאר צו נעמען און נישט צו געבן, באצאלן דאס וואס אלע אנדערע טענענט'ס באצאלן געהעריג.
און לעבוד דעם שעמט זיך נישט דער בלוט זויגער, דער נארוואס געקרוינטער "סעיפטי קאארדינעטאר"..., צו גיין מסר'ן אומשולדיגע יונגעלייט, מיט די האפענונג אז אפשר וועט אים געלונגען איינעם צו שאדן מאכן עפעס (ער ווייסט זייער גוט וואס ער האט געטאן).
די גאנצע מעשה מיט די טענענט'ס וועלכע מען האט געוואלט ארויסווארפן, האט צו טאן מיט די ביל'ס וועלכע זיי האבן נישט געוואלט באצאלן, און דער יונגערמאן ניימאן האט פשוט געטאן זיין ארבעט אויפן באפעל פון די אמפאני (אויב ער שיקט ווען נישט דעם בריוו וואלטן זיי אים אויפגעזאגט).
און די יעצטיגע מסירות איז ריין רשעות לשם רשעות, און האט נישט קיין שייכות מיט דעם וואס מען האט זיי פאר איבער א יאר צוריק (דעצעמבער 03' !) געוואלט ארויסווארפן.
דאס יעצטיגע רשעות און די דעמאלסטדיגע רשעות זענען איינס!
פריעדמאן, איך וועל עס איבערזאגן נאכאמאל און האפנטליך וועט עס יעצט אריינגיין אין דיין קעפעלע.
ס'איז דא אזא זאך ווי גאווערמענט סאבסידייזד הייזער, וואס ווערן באצאלט דורך די גאווערמענט, און נאכדעם איז דא אזא זאך ווי גאווערמענט טעקס קרעדיט הייזער וואס די גאווערמענט באצאלט נישט קיין פעני פאר זיי, נאר טשארדזשט פשוט נישט קיין טעקס פאר זיי. סך הכל נאר א מניעת הריוח פאר די גאווערמענט אבער זיי געבן נישט גארנישט דערפאר.
די בילדינגס פון עצי תמרים זענען טעקס קרעדיט הייזער. זיי זענען געבויט געווארן דורך א גויאישע קאמפאני, וואס האט זיך אונטערגענומען צו בעטן ביליג רענט פון די איינוואוינער און בשכר זאת דארפן זיי נישט צאלן קיין טעקס.
די גויאישע קאמפאני איז די וואס דיסיידט וויפיל די טענענטס זאלן צאלן. און וויבאלד זיי זענען א פריוואטע לענדלארד זענען זיי נישט מחויב צו טאן גארנישט וואס אן אנדערע לענדלארד אין קרית יואל טוט נישט פאר זיינע טענענטס. זיי דארפן נישט קלינען די האלוועיס אפילו נישט איין מאל א וואך, און זיי דארפן אוודאי און אוודאי נישט בויען געיטס און באצאלן די וואסער און סאניטעישאן פון די איינוואוינער און די אנדערע משוגענע פארלאנגען וואס די נארישע אלייענס איינוואוינער בעטן.
די זעלבע זאך איז מיט די בילדינגס פון ישראל זופניק דר. וואס באלאנגען אויך פאר א גויאישע קאמפעני. אויך דארט באצאלען די איינוואוינער גרויס געלט. דער חילוק איז נאר אז דארט איז קלענערע דירות צאלט מען ווייניגער. עצי תמרים איז גרויסע אכט רומיגע דירות צאלט מען מער.
די הייזער אויף דוד ארי' ווידער באלאנגט פאר די פעדעראל גאווערמענט (האד) און וועגן דעם דארפן די איינוואוינער דארט נישט באצאלן מער ווי א שיבוש.
האפנטליך וועסטו עס יעצט פארשטיין, און אויב ביסטו איינער פון די איינוואוינער וועסטו וויסן אז דו דארפסט אויפהערן צו מאכן א חילול השם, און זיך צו שלאגן מיט א גוי'אישע קאמפאני, ווייל דו טוסט נישט אפ די ווילידזש אדער משה אליעזר ניימאן נאר די גויאישע קאמפאני שעמראק און די פריוואטע יונגעלייט וועלכע זענען איינגעשטעלט ביי זיי.
שולדיג אין די אלע משוגענע פארלאנגען פון די אלייענס איינוואוינער אין די עצי תמרים בילדינגס, איז דער אלטער שסר מאיר דייטש וואס האט איינגערעדט זיינע מענטשן אז די וואס גייען געווינען דעם גורל פון יענע דירות, גייען קיינמאל גארנישט דארפן צאלן. יעדע איינציגסטע זאך גייט באצאלט ווערן פאר זיי דורך די גאווערמענט.
שעמראק און אויך די סטעיט האוזינג אגענטורן האבן שוין מיליאן מאל חרטה פאר'ן בויען יענע דירות. זיי האבן אזעלכע קאפווייטאג אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן.
די מענטשן זענען אויפ'ן טעלעפאן בייטאג און ביינאכט און קאלן ארום יעדע סטעיט עידזשענסי וואס זיי קענען נאר, און מאכן איבערקערענישן אז מען זאל זיי געבן דאס און געבן יענץ.
זיי פארלאנגען אז מען זאל פעינטן זייערע הייזער יעדע פאר חדשים (וואס קיין שום נארמאלער בעל הבית אין קרית יואל טוט נישט), מען זאל מאכן געיטס אויף זייערע פענסטערס, מען זאל קלינען זייערע טוילעטס און אזוי כהנה וכהנה, משוגענע פארלאנגען.
ווער ס'גלייבט נישט קען פרעגן דעם יונגערמאן מ.ש.נ. אז ער זאל זאגן וואס זיינע גוי'אישע בעלי בתים זאגן אים וועגן זייערע טענענטס, און ווי דיסעפוינטעד זיי זענען אין אידן בכלל און אין קרית יואל בפרט. ס'איז א חילול השם איום ונורא.
און פאר די אלייענס מענטשן זאג איך אז זיי זאלן בעסער איינרוען ווייל שעמראק וועט איין טאג דיסיידן אז זיי דארפן נישט די גאנצע העל און פארקויפן אדער אפילו איבערגעבן די בילדינגס פאר א פריוואטן מענטש, א איד אדער א גוי און יענער וועט קענען טאן מיט זיי וואס ער וויל, און זיי וועלן קענען קלאגן צום דעוויל אליינס אבער ס'וועט זיי גארנישט העלפן.
קרית יואלער. איך האב דיר געוואלט פיקסן צוויי קלייניגקייטן.
קודם מאכסטו א שטיקל טעות. די הייזער אויף ישראל זשופניק באלאנגען נישט פאר א גויאישע קאמפעני, און ווערט יא אנגעפירט דורך די קרית יואל האוזינג.
נאך א וויכטיגע זאך וואס ס'קוקט אויס אז דו ווייסט נישט: די מענטשן פון עצי תמרים באצאלן אויך פעניס פאר זייערע דירות, ווייל זיי האבן אלע סעקשאן 8.
אבער אפילו זיי באקומען אלעס פאר חצי בחנם, דאך פארפירן זיי און דרייען איבער א וועלט אז מען איז זיי אלעס שולדיג, כאילו זיי זענען עפעס גרויסע שטייער צאלערס, מיט וועמען די רעגירונג מוז זיך עפעס שטארק קימערן.
אז מרעדט שוין פון שטאטישע פראגראמען אפשר ווייסט איינער דו היסטארי פון די איין פראצענט מארגעדזשעס און די אכציגער יארן
תוקן על ידי - געשמאק - 21/02/2005 6:12:18