לעצטענס זעה איך ווי מענטשען ווערען מער און מער אבסעסט מיט וואשען די הענט אין בתי מדרשים.
אז איך האב ביז היינט געדארפט ווארטען ביי שלש סעודות צו זעהן ווי יעדער וואשט זיך די הענט מיט גאנצע טעפעלעך, און טריקענע הענט, און טריקענע טעפלעך, און דורך זיכטיגע וואסער, און די גאנצע סעט פין חומרות וואס ווערט נתפשט ביי כלל ישראל ווי גרויזאמע היישעריקען, האב איך נאך דערליטען. אבער לעצטענס ווערט עס שרעקלעך, נאך א פשוטע בית הכסא זעה ווי מענטשען וואשען זיך מיט דריי מאל אנפילען די טעפעל און אנגיסען מיט ווער ווייס נייע חומרות.
איז די שאלה אזוי!!
איז דא א מקור זיך צו וואשען מער ווי זעקס מאל נאך א פשוטע טוילעט?
אויב איך האב נישט א טעות האב איך כמה פעמים געזעהן עלטערע אידען פין דור הישן וואשען זיך נאר פיר מאל נאך א טוילעט. איך בין שוין מסכים אויף זעקס, מיר זענען דאך קליגער! אבער אכט צען צוועלעף? וואס עפעס?
און ווען מען וואשט זיך צו דאווענען, דארף מען מער ווי פיר? פארוואס וואשען זיך מענטשען פאר א פשוטע מנחה ווי זיי וואלטען זיך געוואשען נאך אנרירען א שטיקעל טינופות?