ברעיקינג ניוז.
די גאנצע פלאן פון די זאלי ווילידזש האט זיך אויסגעלאזט מיט א שרעקליכע דורכפאל, און זיי האבן נאך שאדן געהאט 350,000 דאלאר.
אפדעיטס טו פאללאו.
ווער געדענקט נאך וויאזוי די זאליס האבן געוויינט אז מען האט גע'גנב'עט פון זיי עיס פארם?
ווער געדענקט נאך וויאזוי זיי האבן איינגערעדט פאר די וועלט אז זיי האבן געהאט שוין די גאנצע געלט גרייט, נאר ועד הקרי' האט זיי אויסגעכאפט?
יעצט האבן די זאליס געוואלט אפקויפן א צווייטע פראפערטי אין בלומינג גראוו, די לעיק עננע גאלף קלאב, וואס איז 900 עיקערס גרויס און שטייט שוין ליידיג יארן, און דארט גרינדן א ווילעדזש.
די זאליס האבן געארבעט במחתרת שוין א לאנגע צייט, ווייל זיי האבן נישט געוואלט אז די ועד הקרי' זאל געוואר ווערן דערפון.
פאקטיש האט ועד הקרי' געוואוסט איבער זייערע פלענער די גאנצע צייט, ווייל מען האט שוין געאפערט די לאט פאר ועד הקרי' מיט יארן צוריק, אבער זיי האבן עס נישט געוואלט אפקויפן, ווייל ס'איז גאר א שווערע געגנט, האלב דערפון איז ריזיגע בערג וואו עס זענען דא "רער ספישיס" און מען טאר נישט דארט בויען, און אויך איז עס זייער ווייט פון קרית יואל.
עניוועי, ועד הקרי' האט זיך צוגעקוקט שטיל נייגעריגערהייט וועלנדיג זען וואס עס וועט זיך אויסלאזן פון די גאנצע זאך, און צו די זאליס וועלן יעצט יא קענען צושטעלן די גאנצע געלט, נאכדעם וואס ביי עיס פארם האבן זיי נישט געקענט צושטעלן די געלט.
בקיצור מענדל שווימער און משה פריעדמאן האבן געעפנט א קארפארעישאן מיט'ן נאמען "מלכות ריעלטי" און זיי האבן באצאלט פאר די אונערס פון לעיק עננע, דעיוויד גרין און זיין ברודער, 300,000 דאלאר, אלס א דעפאזיט. יעקב יושע שווארץ איז געווען דער בראוקער.
לויט'ן קאנטראקט האבן שווימער/פריעדמאן געדארפט באצאלן 11 מיליאן דאלאר פאר די פראפערטי, אבער ס'איז אנגעקומען די דעדליין און זיי האבן נישט געקענט צוזאמקראצן די געלט, און די גוים האבן אנגעפאנגען צו סטראשענען אז זיי גייען פארלירן די פראפערטי. בלית ברירה זענען שווימער/פריעדמאן שנעל געלאפן און געגעבן די גרינס נאך 50,000 דאלאר אז זיי זאלן אויסהאלטן נאך אביסל.
ס'איז אריבער נאך אפאר חדשים און די גרינס האבן געזען אז דא גייט גארנישט ווערן, האבן זיי געזאגט פאר שווימער/פריעדמאן אז דער קאנטראקט איז בטל כעפרא דארעא, און די 350,000 דאלאר בלייבט ביי זיי.
די גרינס האבן אויך געזאגט אז די פראפערטי איז ווערד געווארן סאך מער, און אויב די זאליס ווילן באנייען די קאנטראקט דארפן זיי געבן נאך פיר מיליאן דאלאר, א סך הכל פון 15 מיליאן דאלאר אנשטאט עלף.
בקיצור ס'איז חושך ואפילה ביי די זאליס. מען הארגעט זיך ארום וועמענ'ס שולד ס'איז. מענדל שווימער לייגט די שולד אויף משה פריעדמאן און טענה'ט אז משה האט צוגעזאגט אז ער וועט ברענגען אינוועסטערס און משה פריעדמאן לייגט די שולד אויף יעקב יושע שווארץ. ס'איז לעבעדיג דארט.
יעצט זענען די זאליס דן וואס צו טון ווייטער. זאלן זיי גיין אין קאורט און פארלאנגען אז די גרינס מוזן האנערן די קאנטרעקט? וועלן דאך די אהרונים אנפאנגען צו שרייען "התגרות באומות", אבער אנדערע זאליס זאגן אז מען מוז גיין אין קאורט ווייל די 350,000 דאלאר איז אידיש געלט און מען קען עס נישט לאזן פארפאלן גיין.
האלט מיר יעצט ביי דעם אז מען האלט אין ערגעץ נישט. ס'איז נישטא קיין ווילידזש און שווימער/פריעדמאן האבן נאך שאדן געהאט 350,000 דאלאר און רייסן זיך די האר פון קאפ.
שווימער/פריעדמאן וואלטן שוין געקענט באשטיין אז "ועד הקרי'" זאל זיי אויסכאפן וואלטן זיי כאטשיג נישט שאדן געהאט די 350,000 דאלאר.
[[פון דוקא: איך האב פארראכטן די טעות פון 900,000 אויפ'ן פארלאנג פון קרית יואל'ער]]
תוקן על ידי - davka - 16/02/2005 9:16:47
האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם.
אביסל פון די פרטים איבער די לעיק עננע פראפערטי האב איך גענומען פון זשוליאני08', אין דעם אשכול:
http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1254043תוקן על ידי - קריתיואלער - 16/02/2005 4:36:14
900,000 עיקער ???
מסתמא 900 עיקער.
אגב, ווער האט דא געארבעט, דער "מסבב כל הסיבות" אדער דער "מעשה שטן הצליח"...???
קריתיואלער ביסטו זיכער אז די נייעס איז אמת?? באווייז דאקומענטען.
אין אפילו אויב עס איז יא אמת בין איך נישט אזוי זיכער אז עס איז א גוטע זאך , אפשר איז יא בעסער אז די גאנצע זאלי סאסמאן בני יואל גרופעס זאלן זיך אפטראגען פינעם הייליגען שטעטל קרית יואל, אין דעמאלטס וועט זיין שלום על ישראל.
הלוואי און ווי שנעלער אלץ בעסער