היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » דאס קלאטשן פון רב...

דאס קלאטשן פון רב...

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1285279

shmoozer » 16/2/2005 03:58

דאס איז נאר פארן רב'ס מענטשן צו שרייבן.
האלט איר אז דער רב זאל שוין אויפהערן מיטן געקלאטשעכץ? איך פיל אז דער עולם לאכט זיך גוט אונטער און יעדער האלט אז עס איז שוין צייט פאר א טשעינדש.
עס האט מיר געזאגט אן אלץ-ווייסער, אז תוא"י חסידים וואונטשן זיך, אז דער תוא"י רבי זאל אויפהערן טאנצן און ארפאפאלן... און קרית יואל'ר חסידים וואונטשן זיך, אז דער רב זאל אויפהערן קלאטשן און מאכן הדלקה'ס...
איך בעט איבער, סיי ווער עס פילט זיך געטשעפעט. איך שמועס מיך נאר אויס, ווייל ווי נישט ווי, איז עס מיין נאמען...

shmoozer » 16/2/2005 04:05

ביטע שרייבן זאכליך און שטעכן - איר מעגט און איר זאלט – האבן מיינונגס דיפערענצן, אבער דאס בארעכטיגט נישט צו רעדן שטותים...
וועלקאם צום דיסקוסיע...

קריתיואלער » 16/2/2005 04:24

שמוזער, איך גיי נישט זאגן מיין מיינונג איבער די קלאטשן, אבער איך גיי זאגן וואס איך טראכט איבער דיר.

איך טראכט אז דו ביסט א זאלי.

האב איך גוט צוגעטראפן?

איך וויל דיך ח"ו נישט טשעפענען ווייל ווי איך זע טשעפעסטו נישט אנדערע גולשים און דו ביסט זייער א נארמאלער מענטש און א פריינטליכער שמועסער, אבער דאס איז מיין פערזענליכע מיינונג.

לאמיר בלייבן גוטע פריינט.

shmoozer » 16/2/2005 04:35

קרית יואל'ער: זייער אינטערעסאנט אז דו פרעגסט מיך וואס איך בין באמת, און איך דייקא הנאה צו ענטפערן. איך בין לכאורה דיין טאטנ'ס עלטער (איך האלט אז דו ביסט אין דיינע 20'ער יארן), איך געדענק נאך זאכן וואס דו וועסט קיינמאל נישט וויסן...
עס איז זייער שווער פאר מיר צו זיין איינעמ'ס חסיד, ווען איך האב נאך געהאט עפעס ערנסטער'ס וואס די רבי'ס היינט-צו-טאגס אפפערן...
אבער איך בין אינער וואס ליינט אסאך און כ'האב א מיינונג איבער אלעם...
איך האלט נישט אז דער קרית יואל'ר רב איז אזוי געפערליך ווי זיינע שונאים האלטן, און איך האלט נישט אז דער וויליאמסבורגער רב איז איין טראפקעלע ווייניגער ווי זיין עלטערער ברודער אין סיי ווועלכער הינזיכט.
צום הסבר: קיין איינע פון די צוויי וואלטן נישט געווארן רב אין זייערע אנטירנדע קהילות אויב זיי וואלטן נישט געבוירן געווארן צו וועמען זיי זענען געבוירן געווארן...
ד.מ. אז זיי זענען נישט רב ווייל דאס כלל ישראל האט איינגעזען אז די צוויי פארמאגן עפעס ספעציעל... פארשטייסט שוין ווער איך בין? קענסט מיך אנפרעגן סיי וועלכע פראגע בנוגע חסיד'שע פאליטיק און איך דאראנטיר, דיר צו געבן אזא סארט מיינונג וואס א נראמאלער בר דעת וועט צושטימען דערצו! אדרבה, פרוביר און פרעג.
ישר כח נאכאמאל פארן פרעגן

שדים_טאנץ » 16/2/2005 04:41

אויף די פראגע צו שמוסער איז א זאלי

די --- האט אים פארראטן

איר קענט נאך איינעם אויסער עקשטיין וואס שרייבט כסדר
אזוי? (למשל: איך-בין-א-שטאקיגער-בהמה-וואס-די-וועלט-האט-נאכנישט-געזען)

shmoozer » 16/2/2005 04:44

קריתיואלער: נאך איין זאך, און טראכט אריין דערין גוט. איך געדענק נאך ווען מ'האט געמיינט אז מיטן געבן א צונאמען צו בני יואל, צום שארמאשער רב און צו וועמען נישט, וועלן די באטרעפענדע אונטערגיין.
דאס זעלבע, איך לאך שוין יארן פון דעם נאמען זאלי, עס האט נישט געדויערט א טאג און דער נטצען ארוני איז אויפגעקומען. ביידע זענען שרעקליך בעיביש און אפגעריסן. די מחלוקה איז נאך סאך ערגער פון די פריערדיגע, ווייל קיינער איז נישט אונטער די קוליסן, יעדער שפילט אם אפענעם קארטן ממילא איז א צונאמען א פארגאנגענער מיטל...

shmoozer » 16/2/2005 04:47

שדים טאנץ: ביטע רעד איידל, איך האב קיינעם נישט וויי געטון און אויב דו "האלטסט" אז איך האב מיט דיר א מיינונגס דיפערענץ, בין אויך בארעכטיגט, אבער דאס בארעכטיגט נישט צו רעדן שטותים אדער שטעכיג און נישט זאכליך. ביטע מיר זענען ווייטער פריינט

זאליweaky » 16/2/2005 05:08

איך גלייך בדרך כלל נישט זיל אריינצומישן אין אזעלכע אשכולות וואו נאר נארמאל עמענטשן רעדן צווישן זיך.

אבער קיין ליגן גלייך איך אויך נישט...

איך ווייס נאך נישט ווי אלט דו ביזט (פוון מיין זייט ביז די הונדערט און זיבעציג געזונטערהייט), אבער דאס איז זיכער אז דו קענסט נישט זאלי און נישט זיין ברודער.

עס איז מעגליך אז זאלי איז נישט אזא עם הארץ ווי ער זעהט אויס, און אז אחיו הגדול איז נישט אזא תלמיד חכם ווי ער זעהט אויס.
אבער צו זאגן אז ער איז מיט גאר נישט אונטערשטעליג, איז פאלג מיר א גאנג.
אכצן שורות ווייסע האר קען מען באקומען איבער נאכט, אבער צוואנציג יאר לערנען גייט נישט צופיס.

שמעק_טאביק » 16/2/2005 05:10

שמועסער,

פארוואס ווערן דיינע תגובות אפט גדעדאפלט צוויי מאל? איך האב עס שוין באמערקט אין מערערע אשכולות.

אדער אפשר בין איך גאר שיכור און כ'זעה אלעס דאפלט? כ'וועל זיך מוזן אונטערזוכן. למעשה ס'איז דאך חודש אדר ווען מ'איז בארעכטיגט צו טרינקען...

[[פון דוקא: איך האב אויסגעמעקט שמועסער'ס דאפלטע תגובה]]

תוקן על ידי - davka - 16/02/2005 9:10:13

majyar718 » 16/2/2005 07:26

רבותי איך האב א שאלה
איז "אטענשען געבן" א חסד?
אדער מען מוז נישט געבן

למשל אז איד דארף אטענשען דארף מען צו אים שמייכלן און צוריק ענטפערן?
אדער מען קען אים איגנארירן

א תשובה פליז,

שמעק_טאביק » 16/2/2005 16:07

מאזיאר,

1) וואו קומט אהער דיין קשיא דא אין דעם אשכול?

2) פארוואס פרעגסטו דעם קשיא? ווייסטו דען נישט אליין דעם תירוץ דערויף?

3) איך האלט אז יא, ס'איז א גרויסער חסד, אבער מ'דארף וויסן ווי איין און וואו אויס. געווענליך ווען א מענטש זוכט אטענשאן, ווייזט עס אויף צובראכנקייט אין הארץ.

קענסט קוקן דעם אשכול, קוק וואס איך שרייב צום סוף:

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1246092

אודאי אויב מיינסטו בדרך ליצנות ארויסצוברענגען אז איינע פון די שרייבערס דא וואס געפעלט דיר נישט "זוכט אטענשאן" דעמאלס האב איך גארנישט געזאגט.

אומדירעקט » 16/2/2005 19:58

כל זמן זלמן לייב איז אן עם-הארץ וועט קרית יואל'ער רב קלאטשען און איך וועל מיטקלאטשן
אז זלמן לייב וועט אויפהערן צו זיין אן עם-הארץ וועט קרית יואל'ער רב אויפפהערן צו קלאטשן.
געמאכט דעם דיל?

shmoozer » 16/2/2005 20:43

אומדירעקט: האסט געשריבן ווי א נאר, זיי מיר מוחל, מ'רעדא צי דאס קלאטשן קריכט פון דער נאז. און דערווייל האסטו געענטפערט אז זלמן לייב איז אן ע"ה...

getme » 16/2/2005 23:53

shmoozer שרייבט

אומדירעקט: האסט געשריבן ווי א נאר, זיי מיר מוחל, מ'רעדא צי דאס קלאטשן קריכט פון דער נאז. און דערווייל האסטו געענטפערט אז זלמן לייב איז אן ע"ה...
----
שמויסער מען רעדט דא "נישט" פין קלאטשן ווייל אויב די באמרקעסט ענפערט דיר "קיינער נישט"אויף דיינע סטויפיעד תגובות

שמויסער. נעם ארויס די ווארט. נער. שוטה. איי קיו. פין דיין לענגאוויטש אפשר אזוי וועט מען נישט זען ווי נישט קליג די ביסט

שמויסער. פין היינט מאל האלט איך זאלסט אנהייבן שרייבן בערך אזוי...
איך האב פיינט קר"י רב איך פלאטץ פאר קנאה איך פלאטץ צי זען ווי חשוב יעדער ערליכער איד האלט אים אין ווי גיט ער בויט זיך ..ווער קען מיר העלפן



תוקן על ידי - getme - 16/02/2005 23:58:03

וואסענייעס » 17/2/2005 00:01

געטמי ! איי עם וויט יו ! איך האב שוין לאנג נישט געזען איינעם וואס זאל אזוי גיט ארויסברענגען אזאך

shmoozer » 17/2/2005 00:09

קיינער פלאצט נישט, איך ארבעט מיט עטליכע פון ר' זלמן לייב'ס מענטשן, זיי לאכן פון אלעם וואס מיר האלטן אז מיר שטייען ווער ווייס ווי גוט. זיי אינטערעסירט אים די לינקע נאז-לאך זייערער צי דער רב וועט פארן קיין לאנדאן אפילו מיט א מיליאן מענטשן. און איך ווען דו וואלסט מיך געקענט וואלסטו זיכער געוואוסט אז איך פלאץ נישט פון רב'ס קלאטשן...

yosefelye » 17/2/2005 01:00

איך ארבייט מיט עטליכע זאלונים און זיי פלאצן יעדעס מאל ווען זלמן לייב טאנץ'ט אויף חתונות, זיי מאכן פון עם ליצי ליצנות פארוואס ער קען נישט טאנצן ווי א נארמאלער רב, ער לויפט ווי א צודרייטער עד כלות הנשמה ער קען זיך נישט כאפן דעם אטעם, צו האט דער רבי אזוי געטאנצן אדער סיי וועלעכער רב\רבי, יעדער נארמאלער רב טאנץ'ט ווי א סאלידער מענטש למשל, ר' יחזקאל ראטה, וויענער רב, שאפראנער רב, גאלאנטער רב, כוונת הלב, ספינקא רבי'ס, קרית יואלער רב, ר' אברהם לייטנער, וכו' וכו' אלע טאנצן נארמאל מען כאפט אן דעם חתן און מען טאנצט שטאטעלעך אהין און צוריק, אויסער זלמן לייב ער כאפט דעם חתן און לויפט ווי איינער וואס מאכט א רעיס, אדער ווי איינער וואס מען לויפט עם נאך, הכלל די זאלונים שעמען זיך זייער מיט עם, יעדעס מאל נאך א חתונה (וואס איז כמעט יעדן טאג) איז דאס דער טאפיק, זיי פרעגן פארוואס מען לערנט עם נישט אויס צו טאנצן נארמאל.

אלזא שממאסער, אזוי די ביסט יעצט אונעם שוואונג פון מתקן זיין דאס אויסזעהן פון די רבנים, לאז אפ דאס קלאטשן, די זעסט דאס במילא נישט, איך האב דיך נאך נישט געזען ביי קיין איין מסיבה אדער טיש פונעם רב שליט"א, נאר ענדערשט לערן דיין רב טאנצן נארמאל מען זאל נישט אננעמען פון עם חרפות און בושות. און ביטע ענטפער מיר נישט דעם נארישן דזשאק אז ער האט געלערנט אהרן'ען טאנצן, ווייל איינער וואס קען נישט קען יענעם אויך נישט לערנען טאנצן.

גראדע האב איך נאך א זאך וואס מען דארף עם אפגעוויינען, וואס זיי לאכן פון עם כסדר, אבער עוד חזון למועד, קודם ארבייט אויף די רקידה.

yosefelye » 17/2/2005 01:03

נכפל בטעות

תוקן על ידי - yosefelye - 17/02/2005 1:08:57

shmoozer » 17/2/2005 02:42

יוסף: ביטע רעד צום זאך, ווייל קיין איינע פון די צוויי רבנים זענען נישט ווערט מיר זאלן זיך קריגן פאר זיי…
אפילו איך האב א פארצו צו אן אנדערן וואס דו האסט, בין איך נאכאלץ בארעכטיגט צו האבן מיט דיר און אלע אנדערע, א געהעריגן דייאלאג און אן אפיניאן עקסטשעינדש.
און איך וועל נאכאמאל איבער חזר'ן: קיין איינער פון די רבנים זענען נישט אויף זייערע פלעצער ווייל זיי זענען אויסקליבן געווארן פון סאטמאר, אלס די געלונגענסטע מענטשן, צי די גרעסטע ת"ח, אדער דאס בעסטע געאייגנט וואס סאטמאר פארמאגט.
סאטמאר פארמאגט פיל גרעסערע ת"ח ווי דער קרית יואל'ר רב, און פיל גרעסערע חכמים ווי דער וויליאמסבורגער רב.
סאטמאר פארמאגט אין די קהילה, סאך גרעסערע יראי שמים ווי די ביידע פארמאגן אינאיינעם…
ביסטו מיט מיר אדער נישט?
זאג דיין מיינונג אבער נישט שטעכיג ווי א שפיז.
איך גלייך קורץ און שארף. קלוג און צו דער זאך.
דיעבאטעס דערויף זענען זייער וועלקאם.


yosefelye » 17/2/2005 06:05

אין ערגעץ נעמט מען נישט אויף א רב/רבי ווייל ער איז דער גרעסטער תלמיד חכם, דער באבאווער רב איז נישט דער גרעסטער תלמיד חכם אין באבאוו, און דער וויזניצער רבי איז נישט דער גרעסטער תלמיד חכם אין וויזניץ, און אזוי אין גור, תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, טאש, בעלז, וכו' דער חילוק איז נאר אז זלמן לייב האט מען אויף גענומען ווייל אזוי האט משה גבאי געוואלט און דער רב שליט"א איז היינט רב/רבי ווייל אזוי וויל דער עולם, זיינע חסידים זענען באמת זיינע חסידים, און זלמן לייב'ס חסידים (אויב מען קען זיי אנרופן חסידים) זענען רובא דרובא נאר שונאים אדער פאר'ן רבי'ן שליט"א אדער פאר'ן רב שליט"א אדער גאר פאר ביידע, כאפ א שמועס מיט א זאלוני וועסטו זען אז אמאל דוירט עס 10 מינוט און אמאל אינגאנצן 1 מינוט ביז ער וועט דיר זאגן אז ער האט ביידע אינדער ערד, יא אויב דארף מען זיי פאר א 911 טיש אדער מסיבה זענען זיי גרייט האפענדיג אז די אהרונים וועלן זיך רעגן, אבער אויך נאר פון מאל צו מאל טאמער איז עס צו אפט דאן האבן זיי עם פארפאקט, והבאטעס יוכיח,

13Hooper » 21/2/2005 08:05

YOSEFELYE איר האט דאסמאל א טעות

ז''ל איז אויפגענימען געווארען ביי משה אלס רב פון (זיי אליין ווייסען אויך נישט פינקטליך אלע מקומות)
נאר אין זכות פון זיין ברידער

SHMOOSER זאג נאר דאס וואס ז''ל קיקט אלעמאל אראפף מען זאל מיינען אז ער איז א בורח מן הכבוד אין א נואם המדות מאכט דיך נישט נערוועיס?

מיך נישט ווייל איך קיק נישט אהן דעם פאהני נאר וואס איך זעה א יעדע פיקטשער מיט א אראפגעלאזטע נאז