מורי ורבותי! גבירותי ורבותי! מיינע הערן און מיין דאמען!
עס שטייט אל תדין את חברך עד שגיע למקומו,
מען ווייסט נישט צו שעצן די ארבייט וואס דזשובוי ומשנהו אין הכי נמי לייגן דא אריין אז מיר זאל האבן א אינטערסאנט אויסגעהאלטן פלאץ ווי זיך צו לופטערן זעהן נייעס אדער אפילו דעבאטירן און טענה'ן נארמאל.
און זיך נישט דארפן דרייען ח"ו אין די אומאויסגעהאלטענע צווייפעלהאפטיגע מקומות, וואס אפילו די ערליכסטע ווי די נייעס בלעטער זענען אויך נישט געאייגענט פאר אונזערס א יונגערמאן, כש"כ אויב ח"ו מ'כאפט א גליטש אביסל אהינצור, דעמאלאס איז אוי וויי השם ישמרינו.
אבער צו האט איר אן אהנונג וואס דאס קאסט, מיה און צייט, געדולד און נערווען???
איר האט נישט די מינדעסטע השגה!!!
רבותי, עס קאסט שעות, מיט געדולד, און סובל זיין פון שווערע מענטשן, זיך לאזן אמאל ווערן אטאקירט און נישט פארלירן דעם גלייכגעוויכט נאר טוהן וואס איז ריכטיג פאר'ן ציבור.
איך בין דא אינגאנצן געציילטע טעג, און איך זאג אייך, עס איז א מלאכה קשה, איך קען קוים ווארטן דאס צוריק צו געבן אין א גוטע שעה פאר די חשוב'ע מנהלים.
אבער מיין שעצונג און הכרת הטובה איז געוואקסן פיל פאכיג, און איך טוה דאס מיטטילן מיט אייך.
פארוואס זאג איך דאס אייך?
ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!!!