שוין, זיי זענען אויפגעקומען מיט א פרישע אישו. מזל טוב.
יעצט איז זייער פראבלעם אז די ווילעדזש טשארדזש צופיל געלט פון די גוים.
ס'ווערט נענטער און נענטער צו די עלעקשאנס און די אלייענס האט נאך אלס נישט קיין געהעריגע אישו מיט וואס צו קאמפיינען. האוזינג, פייפליין, עזרת חולים, אלעס איז אראפ פון טיש. סאו וואס טוט מען?
פינקוס יאקאבאוויטש האט זיך אויסגעלערנט עפעס א ווארט "פרידאם אף אינפארמעישאן" און די לעצטע פאר חדשים לויפט ער ארום ווי א לונעטיק צו אלע גאווערמענטס ארום קרית יואל, און שרייט און פארפירט אז ער דארף יעדע אינפארמעישאן וואס זיי האבן נאר איבער קרית יואל, און ווען ער טרעפט עפעס איז עס ביי אים א גאנצע שמחה, ער געט קידוש און נאכדעם לייגט ער אריין די אינפארמעישאן אין דער באריכט, כאילו ער האט עפעס אנטדעקט אמעריקע.
יעצט איז פינקוס אויפגעקומען אז נישט מער און נישט ווייניגער נאר די סקול דיסטריקט טשארדזשט געלט פון ראקלענד קאונטי און ארענדזש קאונטי סקול דיסטריקטס וואס שיקן אהער די קינדער קיין קרית יואל, און ער איז געשפרינגען ווי א משוגענער פאר עטליכע שעה מיט גרויס שמחה אז ער איז אויפגעקומען אויף א מעכטיגע קאנספיראציע, ווען באמת איז דאס א זאך וואס יעדער קרית יואלער ווייסט שוין פון יארן אז דאס געלט וואס ס'קאסט אויסצוהאלטן די קראנקע קינדער מוז באצאלט ווערן דורך זייערע סקול דיסטריקטס.
איך האף נאר אז די אלייענס וועט לויפן מיט די אישו אין די נעקסטע עלעקשאנס. איך בין זיכער אז זיי וועלן געווינען מיט א לענדסלייד, ווייל אלע סקול דיסטריקטס וואס צאלן געלט פאר קרית יואל סקול דיסטריקט וועלן וואוטן פאר מענדל שווימער.