וואו לאנג וועט דויערן פאר א נייעם חתונה
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1284147
וואס וועט זיין די שטעלונג פון קהל און פון קרית יואל'ער רב'ס מענטשן אויב עס וועט זיין אן אנדערער חתונה זאל אין אדער אין גלילות פון קרית יואל?
דאס איז זיכער אז דאס איז שוין א געשעענער פאקט אז בני יואל האט א זאל אין זייער קאפלעקס אין וואדבערי. אבער דאס וועט נישט דינען דעם באלעבאטישן עולם וועלכע ווילן נישט אז קרית יואל'ר רב זאל זיין זייער מסדר קידושין.
מן הסתם ווען זיין נאך א זאל אויף לארקין וואס די וויליאמסבורגער חסידים וועלן נוצן און דאס א שטארקער אינוועסטמענט אויף יארן ארום ווען זייער פארטיי ווען זיך נאטורליך מערן.
לאמיר רעדן ווי אזוי וועט אויסקוקן קרית יואל ווען די סאָלאָ סידור קידושין וועט זיך ענדיגן. אביר ביטע נישט פערזענליך אטאקירן און רעדן צו דער זאך.
די בנין אויף לארקין וועט מיט יארן ארום מער נישט קענען גענוצט ווערן, ווייל ס'גייט דארט ווערן א ריזיגע קאמערשל געגענט, אבער פון די אנדערע זייט וועט מענדל שווימער פארדינען א געזינטען סכום ווען ער וועט פארקויפן דעם בנין פאר א טשעין סטאר וואס וועט וועלן דארט אהינקומען.
אבער "איך" בין זיכער אז די אלע מענטשן פון יענע פארטיי וועלן האבן א חתונה זאל, צי איז דארטן צי ערגעץ אנדערש, און ס'איז נאריש צוזאגן אז די אלע אינגעלייט וואס וועלן דארט חתונה האבן, וועלן האבן א שווארצן סוף...
קיינער שרעקט זיך היינט נישט פון גארנישט. איבערהויפט די וועלכע וואס האלטן באמת אז דער ק"י רב איז נישט דער מרא דאתרא.
"קיינער שרעקט זיך היינט נישט פון גארנישט" איז זייער א גאנגבארער סלאגאן, און נישט דוקא נאר ביי אזעלכע זאכן.
איך בין נאך אלץ א מאמין, און איך גלייב אין שכר ועונש.
איך בין זיכער אז ביום מן הימים וועט זיין נאך א חתונה זאל (מסתמא אויף די לאט פון יחזקאל בראך), און עס וועלן זיין מענטשן וועלכע וועלן מיט דעם אויבנדערמאנטן סלאגאן זיך באנוצן דערמיט.
איך בין אויך זיכער אז דער "מאריך אף" וועלכער טאלערירט פיל גרעסערע עבירות וועט דא זיכער אויך מאריך אף זיין און עס וועט נישט פאסירן קיין מאסשטאבליכע עונשים אויפן פלאץ.
אבער איך בין אויך זיכער אז די אלע דורות וועלכע וועלן געבוירן ווערן פון אזא קידושין וועלן ערגעץ וואו פארפאלן ווערן פון כלל ישראל, באיזה אופן שהיא !!!
די אידישע היסטאריע האט גענוג וואס צו זאגן אין דעם נושא !!!
משיח זאל אודאי פריער קומען.
איך ווייס אז עס איז ליידער אגרויסער הסתר פנים אבער פאר צען יאר צוריק האט קיינער נישט געטראכט אז אהרו וועט בלייבען רב אין קרית נאר זיין ביהמ"ד( -אויף ביז דערווייל-)אין עס ווערן היינט מחונך אריבער 13000דרייצען טויזנעט סאטמארע קינדער אן זיין השפעה
אין וויליאמסבורג 9000 אין מאנסי 1000 אין ירושלים 1000
אין לאנדאן אנווערפען נאך1000 אין קרית ויואל שה 500
אין בני יואל1000
אין די אלע סאטמערע מוסדות האט מען אמאל געפאלגט אהרן אויפן ווינק
אין דער בורא עולם האט אנדערשט פארגעזען ווי ער האט זיך פארגעשטעלט אז ער האט עס אנגעווארען מיט אביוזען זיין רבנות אויף פערזענליכע חשבונות פין תאות השררה
זאלי וועקי, האסט מיר אויסגעכאפט.
ווען איך האב געליינט וואס שמוזער האט געשריבן האב איך פונקט דאס געטראכט.
א שווארצן סוף מיינט נישט אז זיי וועלן פארברענט ווערן לעבעדיגערהייט, אדער אז זייערע קינדער וועלן קראנק ווערן.
דער רבי שליט"א האט פארשאלטן די אלע וואס האבן געשטימט קעגן די סקול דיסטריקט און איך גלייב באמונה שלימה אז די אלע מענטשן וועלן האבן א ביטערן סוף צי אויף דער וועלט צי אויף יענער וועלט.
אבער דאס איז קלאר אז ס'איז דא א באשעפער און ס'איז דא שכר ועונש און דעריבער דארף מען זיין זייער פארזיכטיג פאר מען טוט אזא זאך.
תיקון טעות:
דער רבי האט נישט קיינעם פארשאלטן. ער האט געבענטשט די אלע וואס וועלן גיין פאר יא, און געזאגט אז פארקערט וויל ער אפילו נישט זאגן. אין אנדערע ווערטער: זיך קלוג ארויסגעדרייט, אזוי ווי אלעמאל. יעדער האט פארשטאנען דעם ווינק, אבער אין מציאות האט ער קיינעם נישט געשאלטן.
ווידער דא לגבי די חתונות אין קרית יואל, האט דער רבי געבענטשט און געשריבן בכתב יד קדשו אז ער גיט די רעכט פאר ר' זלמן לייב מסדר קידושין צו זיין אין קרית יואל.
איך פערזענליך וואלט זיך קיינמאל נישט דערשראקן ווען עס וועט זיין א זאל אי"ה, חתונה צו מאכן אין קרית יואל און נישט געבן פאר ר' (עפ"י בקשת שמוזער) אהרן סידור קידושין. זיינע קללות גייען מיך גאנץ ווייניג אן, און כש"כ אז די קללות פון דעם גרויסן מאמין בה' זשוליאני08 גייט מיך נאך ווייניגער אן.
דער עיקר זיך נישט נעמען צום הארץ. איך מיין גארנישט פערזענליך.
אגב, שמוזער, בין איך אמאל געווען שטארק קעגן דעם וואס מען רופט רבנים אן דעם טיטול ר'.
אדרבא, לייען וואס כ'האב אמאל געשריבן, פאר איך בין אזוי שטארק אריינגעדרייט געווארן אין דעם טינופת פון היידפארק, וואו מען איז נאר ביזי מיט נאך א שטעכווארט און נאך א שמוצעלע:
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=776005וכיהודא ועוד לקרא, איז איינע פון די תקנות אין דעם פורום איז אז מען מוז רעדן פון יעדן איינציגן רב מיט רעספעקט און מען מוז נוצן פאר'ן נאמען דעם ר'.
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1182220איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז שכר ועונש איז נאר פאר וועמען עס גלייבט דערין ???
"יש לנו אב זקן, הוא לא נשתנה ולא ישתנה"
זאליוועקי: וואס איז אגב זייער א בעיבישער נאמען.
דו גלייבסט באמת? דו דארפסט זיין זייער נאריש אדער סתם פאנטאזירט. אבער זיי נישט ברוגז אויף מיר
דער רבי האט קלאר יא פארשאלטן, איך האב דעם טעיפ נאך פון דעמאלס, ער האט גערעדט פון די ווערעמיגע קינדער, ווער געדענקט נישט, און ער האט געזאגט אז זיי וועלן זיין לחרפה ולדראון עולם.
אויב איינער האט א וועב סייט וואו מען קען ארויפלאודען אוידאו קליפס, וועל איך עס ארויפלייגן פאר די יונגע שפרינגערס דא וואס געדענקען גארנישט.
זייער סוף וועט נאך קומען! קללת חכם אפילו על תנאי עושה רושם!
שפתי צדק: איך און דו ווייסן, אז דער אויבערשטער וועט באמת נישט ברודז זיין אויף די וועלכע וועלן דארט חתונה מאכן...
זיי נישט קיין אייזל...
צי דער רבי האט געשאלטן צי נישט איז נישט רעלעוואנט צום ענין ווייל איך בין זיכער אז ווען דער חתונה זאל וועט ווערן וווועט דער רב אויך שעלטן... מן הסתם נישט ברבים אבער פריוואט זיכער. און איך פארשטיי אים, ווייל ווי נישט ווי היינט פאר זיבן יאר איז קיין חלום ניטאמאל געווען אז איינער וועט טראכטן פון חתונה מאכן אן נעמען דעם רב פאר סידור קידושין.
שמוזער איך טראכט די זאלסט דיך פארבינדן מיט דעם באוואוסטן מקבל גרים איך האלט אז ער וועט דיר שוין ערלעדיגן אפאר חתונות פאר יענעם זאל(י)
וואסענייעס: זיי נישט אזוי שפיציג. קום צו דיר, אויסער אויב דו נארסט דיך אלייך. דארט וועט זיין חתונות גענוג און נאך.
[[פון דוקא: כ'האב אויסגעמעקט דא אביסל ווערטער צוליב הרחק מן הכיעור. שמוסער: איך אנטשולדיג מיך פון טיפן הארץ פאר דיר, אבער איך האב געהאלטן אז ס'פאסט נישט אזעלכע ווערטער. אויב דו פארשטייסט אנדערש לאז מיך וויסן אין תיבה אישית]]
תוקן על ידי - davka - 16/02/2005 9:15:30
איין זאך נאר נישט שעלטן איך פארשטיי ס'באדערט אבער די פרויען לאז ארויס פון פיקטשער
וואסענייעס: איך שעם מיך מיט דיר, דו האסט נישט פארשטאנען דעם וויץ. דער וויץ איז נישט קיין קללה בכלל, און אויך נישט אנטקעגן פרויען. ביטע ליין עס איבער אן קיין בושה... עס איז נישט אנטקעגן קיינעם.
דער וויץ פאסט טאקע פאר אזא שמוציאן ווי דו (וואס געדענקט נאך דעם רבי'ן זי"ע און פארשטייט בעצם צו הנהגה).
אבער צו וואס ארייננעמען אונזערע רבי'ס אין בילד ?
איר האט אויפגענומען שלעכט דעם וויץ. דער וויץ איז א דשואק אבער נישט פאציפיש קעגן קיינעם און ס'איז נישט שמוציג...