וואס איז די מחלוקה בכלל?
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1284136
פינף-און-א-האלב יאר פון ווען וויליאמסבורג'ר רב איז געווארן, אפשר קען מיר גיבן צו-פארשטיין וואס איז די מחלוקה?
די ישיבה אין וויליאמסבורג איז ,לויט אטייל, "שוין" גרעסער פון קרית יואל.
קרית יואל'ר רב איז "שוין" רבי.
ווער זעט וואס די מחלורה וועט ברענגען פאר איינעם פון די צוויי, דער קארט האלט ווי עס האלט, ראדני איז שוין זייערס, מיר האבן זיך געצויגן קיין הופער. לאנדאן וועט אויפנעמען ביידע. צעקריגט זענען "נאר" די צוויי ברידער...
נו, וואס טוט מען אויף מיט זיך נאריש ארומקריגן?
די מחלוקה איז אויך צוויי זאכן
1) דער נאמען "קהל יטב לב" (וואס דאס מיינט לעגיטימיטעט)
2) די בנינים וואס די אהרונים האבן געבויט און אויסגעהאלטן מיט בלוט און שווייס, און זיי דארפן עס צוריק פון די גנבים
זאליוועקי: דו דענקסט אז בני יואל האט געקענט האבן אזעלכע טענות אין קרית יואל פאר צוואנציג יאר צוריק?
זיי זענען געווען אין קרית יואל נאכפארן רב און אפילו פארן רבי'ן. נו אפשר באלאנגט ק"י פאר זיי?
ביטע ענטפער קלוג און געטראכט נישט שטעכיג
שמויזער: דארפסט פארשטיין בני יואל האט נישט געבויעט קרית יואל, אמת זיי האבן אויך געגעבען געלט פאר אלעם , אבער קרית יואל איז נישט געבויעט געווארן נאר דורך זיי, קרית יואל איז געבויעט געווארן דורך אלע אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט וואס האבן געוואלט טוהן א נחת רוח פאר רבין זי"ע, נאכן פטירה פין רבין האט קהל באשלאסן אויפצינעמען רבינו שליט"א, רוב מנין ובנין פין סאטמאר האבן עס געשטיצט, אויסער די בני יואל סעקטע, אין דערפאר זענען זיי געבליבען א מינדערהייט סעקטע, אין ווי באלד זיי האבן זיך אויסגעשלאסן פין די קהילה, איז ווי פארשטענדליך קענען זיי קיין טענות נישט האבן צי קיינעם אין אוודאי נישט בעטען בנינים וכדומה, אפילו זיי האבן בימים ההם אויך צישטייער געגעבען, ווייל דער כלל איז , אחרי רבים להטות, אין אזוי ווי דער רוב האט געוואלט רבינו שליט"א אין זיי נישט, האבן זיי אוטומאטיש פארלוירען זייערע רעכטען.
דא יעצט איז אבער גאנץ אן אנדערע מעשה, רוב בנינים וואס זענען געבויעט געווארען אין די לעצטע 25 יאר איז געווען נאר פין אנשי שלומינו תלמידי וחסידי כ"ק רבינו שליט"א, די שונאים האבן קיינמאל נישט געגעבען קיין פרוטה פאר גארנישט , איין דוגמה וועל איך דיר אנווייזען איז די נייע ביהמ"ד וואס דארף געבויעט ווערן קוק אין די ביכער אין זעה די נעמען וואס האבן געקויפט זיצען , 99 פראצענט זענען פין מענטשען וואס זענען בשום אופן נישט מסכים צי ז"ל'ס רבנות, אין אזוי ביי כמעט יעדע פראיעקט וואס איז פארגעקומען אין די לעצטע 25 יאר, אין איצט אז א באנדע משחיתים פראבירן צי פארכאפען די מאכט, אין ארויס שטויסען די "אלע" וואס האבן דאס געבויעט מיט בלוט אין שווייס , האב מיר אונז אלע רעכטען צי פייטן דערפאר אין צוריק האבן וואס מיר האבן זיך געפלאגט דערפאר , אויך געבויעט אופן כלל פין אחרי רבים להטות, אויסער וואס דאס איז סתם יושר.
אויב האטסו וואס צי ענטפערען ענטפער נארמאל אין מיט שכל אין נישט שטעכיג.
הכשר: סאטמאר איז עלטער פון 25 יאר, זיי נישט ברוגז. איך בין עלטער פון דיר און איך געדענק וען כ"ק אדמו"ר שליט"א האט אויפגענומען זיין זון הגה"צ שליט"א אלס קרית יואל'ר רב.
רוב קרית יואל האט זיך אפן ארויסגעשטעלט דערקעגן און זיי האבן פראטעסטירט מיטן זיך נישט באטייליגן ביים הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה.
קוק די בילדער וועסטו זען אז עס איס פארגעקומען אין פאליש.
קרית יואל האט דאן פארמאגט העכער 550 משפחות און גיי איבער די ליסטע וועסטו זען אז 400 משפחות האבן זיך נישט באטייליגט אין "זייער" רב'ס הכתרה.
און וואס מיינסטו, האט זיי איינער אמאל געפרעגט?
זיי האבן זיך במסירת נפש ארויסגעצויגן קיין קרית יואל, זיי האבן באמת געבויט קרית יואל אן קיין שום זייטיגע נגיעות, נאר צו מחי' זיין רביה"ק זי"ע, וואס קענסטו נישט זאגן אויף די היינטיגע ראה"ק וועלכע האבן "נאר אייגענע נגיעות.
נאכמער, מיינט איינער פון סיי וועלכער צד, סאטמאר? זענט איר ל"ע? "יעדער" מיינט זיין פארטיי און גארנישט מער, וויל ווען איינער מייט עס נאר א טראפ לש"ש וואלט די זאך, נישט געהאלטן ווי עס האלט.
יישר כח פאר רעדן זאכליך, און ביטע זיך האלטן אויף אויף ווייטער, סוף כל סוף מעגן מיר האבן מיינונגס דיפערענצן.
נאכאמאל, קיינער איז נישט קיין משחית, קיינער איז נישט קיין מהרס, און קיינער וויל נישט צוברעכן סאטמאר, אויב עפעס מייט יעדער צו צוברעכן יענעמ'ס רב און דאס איז נישט טייטש צוברעכן סאטמאר. קיין איינע פון די רבנים זענען נישט קיין בעלי בתים אויף "סאטמאר".
ווער האט געבויט דעם ווייסען שול איך האב די ליסט פין די 1500 הונדערט מענטשען וואס האבן אריין געטראגען דאס געלט פאר רבניוהקדוש זי"ע אין 95 פראצענט זענען היינט פאר הגה"צ וויליאמסבורגער רב
ווער האט געגעבן די גאנצע סטיל פארן ווייסען שול הרה"ח ר ליפא קויפמאן
ווער האט געגעבן די געלט פארן פאנדעשאן ר יצחק שווארטץ ווער האט געגעבן דעם ארון הקודש הרבנית הצדיקת ווער האט געגעבן די מארבעל ר משה ווייס -וואס איז געעוען פין די גרעסטע שטיצערס פין וויליאמסבוגער רב
ר משה פריעדמאן ראש הקהל וואס איז דאן געווען א עושר אדיר אין דיימאנדסענטער איבער א מליאן דאלער רשלמה מיכל ראזנער א האלב מליאן דאלער ועוד וע
זאליוועקי: זאג מיר דעם אמת, וויפיל האפענונג גיסטו פארן אפילס קארט צו ענדערן דעם פריערדיגן פסק פון ריכטער באראש? ביטע טראכט בעפאר דו ענטפערסט.
איך זע נישט מיט מיינע אויגן, אז דער קרית יואל'ר רב וועט זיין דער בעה"ב אויף די וויליאמסבורגער בנינים, וואס אויף אמת זענען נאר די צוויי קהל'ישע בנינים אין קארט. דאס זענען 1) ראדני סט. און 2) דער סטיל בנין אויפ בעדפארד-און ראסס. וואס אפילו קרית יואל געווינט, דראף מין צו באצאלן מיליאנען דאלאר אין מארטגעדש וואס זיי האבן עס אפגעקויפט פון די באנק.
שמויזער: קודם כל איז נישט ריכטיג וואס די זאגסט , איך בין אויך געווען ביים רב שליט"א'ס הכתרה אין ווי איך געדענק האבן די מחוצפים דעמאלטס געשמועסט אז נישט מער ווי 60 % שטעטעל איז געווען ביי די הכתרה, וואס אן אמתן גערעדט איז דאס מער ווי געניג צי האבן א רוב, אין דאס וואס איז געווען אין פאליש, איז נישט געווען נאר די פאליש, עס איז אריין א היפשע חלק אין ביהמ"ד אויך, נאר דער אויבען אן האט זיך אנגעפאנגען פין פאליש וואנט, רבינו שליט"א'ס הכתרה איז אויך געווען אין פאליש , "סא וואט" מיט דעם שאצט מען נישט דעם עולם.
אין צווייטענס: לו יהיבנא לך, אז רוב מענטשען וואס האבן דעמאלטס געווינט אין קרית יואל זענען געווען קעגנערס, אבער מיינט נאך נישט אז זיי האבן דאס געבויעט, געבויעט האבן דאס תלמידי וחסידי רבינו זי"ע פין איבער די גאנצע וועלט מיט געבען געלט דערפאר, (דאס וואס עקשטיין שרייבט מיט די גרויסע נתינות, וועל איך מיך נישט אפילו באפאסען דערמיט ווייל דאס איז סתם הוילע פראזען אבי געפלויגען כידוע "טוב_לכל", ואפשר עוד חזון למועד).
אין דאס וואס די זאגסט אז קיינער מיינט נישט סאטמאר נאר יעדער מיינט זיין פארטיי, וועל איך דיך פרעגען , די זאגסט אז די ביסט עלטער פין מיר, צי האסטו שוין פארגעסען די סלאגאן פין די בני יואל סעקטע, פין "גם לי גם לך לי יהי'" וואס האט דער מסור הידוע לשימצה, געוואלט פין מסרן דעם רבין שליט"א אין דעם רב שליט"א שנת תש"נ, אויב נישט אלעס אינטער ברענגען, רבינו שליט"א איז דער פירער פין סאטמאר אין א מלחמה קעגען רבינו שליט"א איז א מלחמה קעגען סאטמאר, במילא זענען זיי יא משחיתים, שפלים ונבזים.
הכשר: איך בין געווען ביי די הכתרות פון רבינו שליט"א פון הגה"צ אבד"ק ודומ"ץ מאנטרעאל תשמ"ב, הגה"צ אבד"ק קרית יואל תשמ"ה, הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנסי (דוכט זיך) תשנ"ו און הגה"צ אבד"ק סאטמאר וו"ב תש"ס.
אויסער מאנסיער רב, האבן קיין איינע פון די אויבענדערמאנטע, אריינדערעכנט וואו איך בין נישא געווען ווי, הגה"צ אבד"ק סאטמאר ב"פ, נישט געהאט דעם ציבור פון יענע שטעט...
די הכתרה פון קרית יואל'ר רב האט מען געווארט אויפן אנקום פון די באסעס פון וויליאמסבורג, אויב דו קענסט לייגן א האנט אויף די בילדער אדער אויפן אעלעפון ליסטע פון יענער צייט וועסטו דיך אליין איבערצייגן, אז איבער 70 פראצענט פון ק"י האבן זיך נישט באטייליגט ביי דער הכתרה.
פון דעם ערשטן שבת נאך די הכתרה, ד.ה. שבת"ק חיי שרה תשמ"ה איז דער ביהמ"ד הגדול ליידיג געווארן, און גאנצעטע בענק זענען געווען אינגאנצן ליידיג.
ביי די דרשה פון הגה"צ דער דיין איין שבת פאר שבת בגדול איז געווען "סאך" פולער ווי דער קומענדיגער שבת ווען דער רב שליט"א האט געזאגט זיין שבת הגדול דרשה.
אויף די פאקטן קען קיינער נישט מחולק זיין, אויסער אויב דו ביזט נאריש און בלינד.
און נאכאמאל איך בעט איבער אויב ס'האט זיך איינער באליידיגט.
לפי מיטב ידיעתי, איז דא מער ווי 75% אז דער אפיעל קאורט וועט הייסן זיך שטעלן צו דין תורה ביי א זבל"א.
און אויף וויפיל איך ווייס איז יעצט אין קאורט די פאלגענדע זאכן.
ראדני, די אייזענעס אויף ראסס סטריט, בית רבינו שליט"א, בניני זשופניק (אריינגערענט די זאך וואס זאלי האט אויפגעבויט און דער רב טאר עס נישט גיין באזוכן...), אלע פיר קעמפ'ס, די מצה בעקעריי, דער ביה"ח, קינגסטערעס, ועוד.
און לויט דעם באשלוס פון דעם "זאלי" באראש, איז "קהל יטב לב", דער שירעם ארגאניזאציע פון אלעם וואס רופט זיך מיטן נאמען סאטמאר, און אויב אזוי זענען אויטאמאטיש די אלע אנדערע בנינים אויך אין געריכט.
אבער אונזער עיקר ציל איז במילא נאר אז די זאלי'ס זאלן קומען פארהאנדלען, און אויב מען וועט געווינען די אויבנדערמאנטע זאכן בע"ה, וועט זיין איבריג צו רעדן פון די אנדערע זאכן.
------------------------
וועגן די איבריגע זאכן האלט איך נישט ביים זיך שטעלן פירן מיט דיר פאלעמיק ברבים, אין דער צייט ווען דיין כוונה איז די זעלבע ווי די כוונה פון די בני יואל אלע יארן.
ווער עס איז באמת אינטערעסירט אין א ענטפער, קען מיר אנפרעגן אין אישית, און אויב איך וועל קלערן אז יענער מיינט עס ערנסט וועל איך זיך נעמען די מיה אים צו ענטפערן.
תוקן על ידי - זאליweaky - 17/02/2005 4:04:07