יעדעם וועם איך פרעג פארשטייט דאס נישט.
ווען תוא"י רבי קומט אלס קיין אמעריקע לאזט איהם זלמן לייב נישט אריין צום רבי'ן שליט"א, ער ווערט נישט אריינגעלאזט צום דיין ריח"מ, ער באקומט נישט קיין זאל פון די מוסדות, מ'לאזט איהם נישט קומען אין ראדני.
יעצט ווען רז"ל איז געווען און ירושלים איז ער אריבער צו איהם אויף א באזוך, געזעצן און פארברענגט ווי 2 נונטע פריינט.
גייט עפעס פאר אונטער די קוליסן? האבן די זאליס שלום געמאכט מיט תוא"י? גייט דער תוא"י רבי מער נישט איינשטיין ביי יצחק ראזענבערג?
אדער איז רז"ל סתם א פאוני און א היפאקריט, ער איז פשוט געלאפן זיך פאטאגראפירן ביי נאך א רבי'ן.
עס מוז זיין אז רז"ל האט פאראויסגעזען אז איין ברודער גיין דערלאנגען א קאָפּע פאר'ן אנדערן ברודער (תו"א רבי שבת קיין קרית יואל קאפע קעגן ק"י רב...), ממילא איז ער זיך געקומען רייצן מיטן תוא"י רבי'ן אז ער "קען" נישט גיין אין קרית יואל...
דאס איז זעכער אז די תוא"י רבי איז א פאוני
פארוואס טאקע קומט נישט תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א אמאל קיין קרית יואל אפרעכטן א דערהויבענעם שבת כדרכו? ער וואלט זיכער באקומען כבוד מלכים און אוצרות מלכים!
ס'וואלט געווען א שטארקע חיזוק פאר די מוסדות תולדות אברהם יצחק!
תוקן על ידי - שמעק_טאביק - 15/02/2005 3:32:45
עס פעלט דא א פרט.
זאלי איז געווען אין לאנדאן נישט לאנג צוריק פונקט אין די זעלבע צייט וואס תולדות א"י רבי איז דארט געווען, און ישראל יעקב פרענקל האט ארויפגעצוואונגען אויף זאלי אז ער זאל גיין באזוכן דעם תוא"י רבי'ן.
זאלי:דו גלייבסט באמת אלע מעשיות וואס דו ליינסט אדער דו הערסט? ווען מ'זאגט אויפן קרית יואל'ר רב, אז מ'האט אים געצווינגען, וואס וואלסטו דאן געזאגט?
זיי רעאליסטיש: ביידע רבנים שפילן זייער אייגענעם פאליטיק, און טון וואס פאר זיי וועט אויסקומען בעסער. אוודאי שפילט אמאל איינער א בעסערן און אמאל נישט א זאז גוטן אויסלאז, אביא פאליטיק און נאכאמאל פאליטיק, און וואס מיר זאגן הא נישט קיין שייכות צום רעאליטעט...
השתא דאתינן להכא, קען מען ענטפערן אזוי:
מען האט געצווינגען רז"ל צו ווערן רב אין וומ"ס
מען האט געצווינגען רז"ל צו זאגן שור שנגח יחלוקו
מען האט געצווינגען רז"ל צו פארן אויף א"י
מען האט געצווינגען רז"ל צו זאגן 45 דרשות בשבוע אחד
מען האט געצווינגען רז"ל צו זאגן אז מען האט געגעבן א שקל שלם
און צום לעצט:
מען האט געצווינגען רז"ל צו געבוירן ווערן (על כרחך אתה חי)
קומט דאך אויס, אז ער איז לגרמי אומשולדיג... ער איז פשוט געצווינגען...
יישר כח פאר די מורא'דיגע בייפאל! חזק ואמץ.
שפתי צדק: לייען ביטע איבער "דיינע" און "מיינע" ווערטער, וועסטו זען אז אומזיסט זענען דיינע ווערטער...
איך האב געזאגט אז עס איז "נישט" פאראן דאס ווארט "געצווינגען". יעדער טוט וואס "ער" וויל טון, ר' אהרן מיט ר' זלמן לייב'ן וועלן, און טון טאקע וואס פאר "זיי" געפעלט. עס האט קיינער נישט "געמוזט" צווינגען קרית יואל'ר רב צו ווערן רב, און דאס זעלבע מיט זיין ברודער דער ווילימסבורגער רב. אויף דעם קען קיינער נישט מחולק זיין.
רז"ל איז געגאנגען צום תוא"י רבי'ן, ווייל עס האט געשמעקט פאר זיין פאליטיק, ר"א איז געגאנגען צו א ווזשניצער שבע ברכות זיך צו טרעפן מיטן בעלזער שוואגער, ווייל עס האט בעסער געשמעקט מיט "זיין פאליטיק".
טראכט גוט און וועסט דיך אויך אזוי איבערצייגן. נאכמער, איך און דו, טון אויך וואס "נאר" פאר אונז שמעקט...
שמאזער איך בין נישט אזוי זיכער צו ווען ער איז געגאנגען קיין בני ברק איז אזוי געווען נאר ווייל ער האט געוואלט
וואסענייעס: פון וועמען רעדסטו צי ווען ער איז געגאנגען קיין ב"ב, איז געווען ווייל ער האט געוואלט?