היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » אינווענטאר מיינט ער וועט לעבן אויףאייביג

אינווענטאר מיינט ער וועט לעבן אויףאייביג

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1283986

אינגערמאן » 14/2/2005 23:00

א געוויסער אינווענטאר רעדט זיך איין אז מיט זיינע אויסטרעפן וועט ער בלייבן לעבן אויף אייביג



http://story.news.yahoo.com/news?tmpl=story&cid=562&e=14&u=/ap/one_man_s_immortality

באראפארקער » 15/2/2005 01:00

ער שרייבט אז אין צוואנציג יאר, וועט שוין זיין טעכנאלאגיע צו קענען לעבען אייביג, און ער וויל נישט פארליקען זיין טשאנס.

ער קען נאך זיין גערעכט.

usa44 » 15/2/2005 01:17

וויאזוי וועט די וועלט האבן פלאץ פארן עולם

בעל_גאוה » 15/2/2005 02:00

ער איז צודרייט אדער דארף ער אטנשאן שיקט עם און שפיטאל

באראפארקער » 15/2/2005 02:08

ווען מען זאגט א סטיעטמענט דארף עס זיין באזירט אויף עפעס א יסוד.

בעל גאוה.
וואס איז דיין יסוד אז עס קען נישט זיין אזא זאך?

טרעקטער » 15/2/2005 02:15

Maashpia » 15/2/2005 02:16

USA44, Don't worry about room, Crime. War. Terrorisim. Natural Disasters like Tsunami's Hurricanes, Volcano's, Tornado's, Earthquakes, wild fires, twisters and mud slides. Car Accidents. Fires. Just to name a few will make sure that planet earth doesnt get too overcrowded. But you can still buy real estate it will pay off.

Also don't forget that after inventing immortality they will invent living in space and on other planets so no need to worry

זאליweaky » 15/2/2005 03:45

דא איז דער יסוד:
"ימי שנותינו בהם שבעים שנה, ואם בגבורות שמונים שנה"
(תהלים צ)

KJfireman » 15/2/2005 07:43

וויאזוי עס קוקט מיר אויס פון די נייעס איז ער נישט סתם קיין משוגענער, כאטש זיין "ערפינדונג" איז א ווילדער פאנטאזיע.

ווייסט אפשר איינער אויף וואס זיין פאנטאזיע איז געבויט?

verbeenich » 15/2/2005 23:54

דער חת"ס ברענגט אויף א פלאץ אז דער אייבישטער ברענגט א מלחמה אדער א ערד ציטערניש צו מאכען פלאץ אויפן וועלט

נבוכדנאצר » 16/2/2005 00:36

בארא פארק ר' (תיבה שצריכה ר' בראשה - הטיל לה ר' בסופה).

מיר האבן א כלל, עס איז פון די עיקרי הדת:

כל הוה - נפסד; יעדעס באשאפענע זאך, ווערט אויס, חוץ דער בוכ"ע, וועלכער איז נישט קיין הוה - און ממילא נישט קיין נפסד.

עיין:

מו"נ תחלת חלק שני (והסברו הארוך של ר"י אלבו במאמר שני פרק חמישי), ותשובות רדב"ז ח"א סימן רנ"ו.

אבער עס איז שוין אזוי, די פרעסע מאכט אן עסק פון יעדן משוגענעם, און עס ווערט א סוגיא, קושיות מיט תירוצים, ווען באמת - סוגיא מעיקרא ליתא. אין אונזער שפראך: הפורום לא נמצא...

תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 16/02/2005 0:39:53

צודערזאך » 3/1/2012 21:03

וואס איז געווארן? לעבט ער נאך?