דאס פאלגנדע ארטיקל איז שוין געווען געשריבן אין אן אנדערן אשכול. נאר צוליב א טעכנישן פראבלעם איז עס געווען שווער צו ליינען, האבן מיר עס איבערגעשטעלט דא אויף א באקוועמערן פארמאט. ואתכם הסליחה
וויליאמסבורג – מיט ווייטאג און טרויער איז אויפגענומען געווארן די בשורה לא טובה, אז ביים צדיק נסתר אין שטוב, הערשט אנגעצויגנקייט און קריגעריי.
ווי באקאנט וואוינט ביי די גרעניצן פון וויליאמסבורג, דער צדיק נסתר ר' נחומ'טשע מיט זיין חשוב'ע רעביצן בלימוקא די שניידערקע. קיינער ווייסט נישט ווען דער צדיק האט זיך אהערגעצויגן, און פון ווי ער איז געקומען. אבער קינד און קייט ווייסט פון איהם צו זאגן, און אלע אלטע לייט פון וויליאמסבורג געדענקן איהם פון אלעמאל. קיינער געדענקט אבער נישט ווען מ'האט איהם דאס ערשטע מאל געזעהן.
און אזוי באשיידן ווי זיין קומען, אזוי איז זיין לעבן. שטיל און רואיג, אן קיין פירסום, און אן קיין רעש. ער וואוינט זיך אין זיין כאטקעלע – א גאראדזש – ביים עק שטאט. און לערנט טאג און נאכט צו די שיין פון א קליין פלארעסענט באלבל. בשעת זיין ווייב זיצט איבערגעבויגן ביים אלטן ניי מאשינדל, און פירט דורך אן אלט שטיקל לייוונט. זי פארריכט די קליידער פאר די ארימע ווייבלעך פון וויליאמסבורג. זי נעמט פון זיי א קליינעם אפצאל. די יודעי דבר ווייסן אבער צו זאגן, אז ביינאכט ווען קיינער זעהט נישט, שטופט זי צוריק דאס געלט אונטער די טיר פון אירע קונדן.
פונקט צוועלף אזייגער אינמיטן די נאכט, שפרינגט דער צדיק אויף ווי א לייב, און זעצט זיך אויף דער ערד איינגעהילט אין א זאק, מיט אש באשפריצט אויפ'ן שטערן, און רעכט אן תיקון חצות בקול בוכים. בשעת זיין ווייב זיצט אין די זייט, מיט פארמאכטע אויגן, און ריטשקעלעך טרערן רינען אראפ אויף אירע אלטע צוקנייטשטע באקן.
דורכגייער וואס גייען יעמאלט דורך דעם צדיק'ס הויז, צוגייט זיי דאס הארץ פאר מתיקות, און פאר כיסופין צו די שכינה הקדושה. די וואס האבן גוטע אויערן זאגן גאר אז עס הערט זיך פונ'ם אונטערגרונט א קול מנהמת כיונה וואס וויינט מיט מיט איהם. לעצטנס האט איינער נאכגעזאגט בשם מקובלים פון ארץ ישראל, אז זיי האבן געזאגט, אז אויף דעם צדיק מיט זיין ווייב שטייט די האלבע וועלט – מיט נאך א פּיצי שטיקל.
עס איז דא א לעגענדע אפילו אין וויליאמסבורג, אז די עקרות וואס הערן זיך צו צו זיין תיקון חצות ווערן יענץ יאר געהאלפן.
פארשטייט זיך אז דער שטן האט אזא זאך נישט געקענט אויסהאלטן, אז די הייליגע שטאט וויליאמסבורג – די עיר ואם בישראל, ירושלים דאמעריקא – זאל פארמאגן אין אירע גרעניצן אזא גרויס'ן צדיק נסתר. איז ויבא השטן בתוכם, און האט פרובירט צו צושטערן די רואיגקייט פונ'ם הייליגן צדיק, און איהם צעשטערט זיין רואיגן און באשיידענעם לעבנס-שטייגער. אמער עס האט אויסגעבראכן א קריגעריי צווישן דעם צדיק מיט זיין ווייב.
און איבער וואס? איר וועט דאס נישט גלייבן! איבער א דאכענע!!!! יא קוקט נאכאמאל, איבער א דאכענע!!
די מעשה איז אזוי: געווענטליך פלעגט ביי זיי זיין דער שטייגער, וויבאלד דער צדיק שלאפט דאך נישט צופיל, האבן זיי געהאט נאר איין דאכענע. ווען זי פלעגט שלאפן, איז ער געווען אויף, און אזוי פארקערט. איז אבער דער צדיק עלטער געווארן, און איז אפגעשוואכט נאך א טאג פון עבודת הקודש, דארף ער זיך אפטער אראפ לייגן. נו האט דער צדיק פונקט דאן זיך געוואלט לייגן ווען זיין חשוב'ע ווייב איז געשלאפן. דארף ער דאך די דאכענע, און זי טענה'ט אז אזוי ווי זי האט אויפגענייט דאס געוואנט, קומט זיך דאס איר.
און אזוי האט אויסגעבראכן א געשלעג, וואס קען זיך גארנישט אפשטילן, ער שלעפט פון איין זייט, און זי שלעפט פון די אנדערע זייט. אזש דער געשלעג האט זיך דערטראגן ביז צו דער גאס.
א גרויסער רבי – וואס איז אויך באוואוסט פאר זיין ברייטע ידיעה אין חכמת הקבלה – האט מגלה געווען א סוד פאר איינע פון זיינע נאנטע און געהויבענע חסידים (וואס האט געוואלט בלייבן אנאנים). אז מ'דארף זיך גאר נישט שרעקן, דאס איז אלץ א שפיל כדי לערבב את השטן. ער פירט א גרויסע מלחמה מיט'ן שטן, צו מקרב זיין די גאולה. און זיין ווייב שטעלט ער פאר אלץ די נוקבא פונ'ם ס"מ. און ער פירט מיט איר מלחמה צוריק צונעמען די דאכענע עס צו קענען אויסשפרייטן, און מאכן א צילא דמהימנותא וואס זאל שולט זיין אויף די שבירת הכלים, און מ'זאל קענען צוריק גיין צו די לוחות הראשונות, וואס דאן וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.
אגב: יונה לאנדא האט שוין גרייט די צעטלעך וואס פאררופן א נסיעה צום קבר פונ'ם צדיק נסתר. ער ווארט נאר אויף אריין צו שרייבן א דאטום פונ'ם יארצייט.
[בילד – נישט אפגעהיט]