היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » melaleuca

melaleuca

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1283107

פומבדיתא » 14/2/2005 00:52

צו די אלע אלטע רודפים אויפן ליסט ווי משולחים, פאנד רעיזערס, אינשורענס..., איז לעצטענס צוגעקומען נאכאיינס
"melaleuca", דאס איז עפעס א מין קאמפעני וואס פארקויפט פארשידענע פראדוקטן, און אויף עפעס א מין וועג קענען די איינשרייבערס - רודפים מאכן א אפאר דאלער אויף יעדע ארדער פון זייערע קאסטומערס, עטליעסט 5 מענטשן זענען שוין צוגעקומען צומיר לעצטענס אויב איך וויל מיך איישרייבן ביי זיי.


איך וואלט געוואלט הערן פון איינעם וואס האט זיך שוין דארט איינגעשריבן, די פאלגענדע:
וואס איז די מעלה פון די קאמפעני?
זענען זיערע פראדוקטען טאקע אזוי גיט ווי דער עדזשענט לייגט עס אראפ?
זענען זייערע פראדוקטען אויסגעהאלטן און כשרות?
און בעיקר וויפיל פארדין "איך" ווען איך קויף ביי זיי און נישט און גראסערי?

טאגליכט » 14/2/2005 01:56

אויב פראבירן פרוביר ענדערש שעקלי איך מאך דארטן א שיינע אפותיקא א חודש וואס קומט באלד אן צו 5 נומערן דא האסטו א לינק
http://www.shaklee.net/Yisrael
סקאסט נישט מער ווי 20 דאללאר אויב ווילסטו קען איך דיר עס אויסלייגן ווייל איך ווייס אז דו וועסט בלייבן דערויף

וואסענייעס » 21/2/2005 01:40

איך בין נישט אין מלחמה מיט שעקלי אבער א קאסטומער אין מאלעלוקא בין איך יא איז אזוי די קאמפעני רופט זיך די wellnass company און אויף דעם ארבעטן זיי זיי לייגן נישט אריין אין זייערע פראדוקטן נאר נעטשורל זאכן איך למשל בין נישט אריין דערון אזויווייט וועגן די געלט חלק נאר אזוי ווי איך האב איינעם פון מיין פאמיליע מיט עקזימא און איך האב שוין פראבירט מיט אסאך אויסשלאגערס , נוטרישאנס וכו' דע ס"ה האט יעדער ארויס געברענגט אז די אלע קעמיקלס וואס מען האט אין דערהיים העלפט נישט צו דערצו און דא האב איך געהערט אז ס'איז דא א נעטשורל קאמפעני האב איך געטראכט לאמיך עס אויספראבירן איך קען דיר זאגן אז ס'האט אסאך געהאלפן (ס'איז שווער אלעס צו שרייבן מקען זיך פארבינדן מיט מיר און אישי פאר מער פרטים)אביסל בקיצור זייערע זאכן זענען זייער גוט זיי זענען נישט טייערער פון גראסערי זיי זענען זייער גוט אין שמעק ועוד, איין פראבלעם איז אז צו באקומען די ביליגערע פרייזן דארף מען באשטעלן א מינימום און איינוועגס אז מען מאכט אפאר דאלער און די זייט שאט נישט לגבי שעקלי ווייס איך נאר איין מעשה ביי איינע פון מיינע קרובים אז א קינד איז געווען האספעטילייזט פון באברענען מיט איינע פון זייערע פראדוקטן ואידך זיל גמור

טאגליכט » 21/2/2005 02:51

ר' איד אקעגן יעדע מעשה פון מאללעלאקע האב איך דיר 5 מעשות פון שעקלי
פאקטיש איז שעקלי געווען די ערשטע העלטה און וועלנעס קאמפאני וואס סשטייט שוין איבער פיפציג יאר און מאללעלאקע פרובירט נאר נאכצומאכן זייער פראדוקטן און איך ווייס פון באלד 50 מענטשען פון קרית יואל אליינס וואס האבן געסוויטשט פון מאללעלאקע צו שעקלי נאכן זעהן די דיפרענס איך פערזענליך נעם שוין די ווייטעמיןס א חשבון פון 17 יאר אין פון ווען איך נעם שוין די ווייטעמיןס האב איך קייןמאל נישט געהאט קיין קאלד איך געדענק נאך ביז היינט אלס אינגל אין חדר ווען איך פלעג מקנא זיין די קינדער וואס פילן זיך נישט גיט אין איך האב מיר ליידער אלס גוט געפילט אין קיינמאלנישט געפעלט פון חדר
אין חוץ דעם ווייס איך פון 2 מענטשען אין קרית יואל וואס זענעןשוין געהאלפן געווארן מיט קינדער פון שעקלי ווייטאמיןס
אויך ווייס איך פון 6 מענטשען וואס זענען געווען ליידער אויך קימא טערעפי אין זיי זענען געוואר ן אויסגעהיילט אדאנק שעקלי
ועוד ועוד ועוד

פומבדיתא » 21/2/2005 04:11

טאגליכט

וואס איז בנוגע כשרות פון שעקלי? אויף מעלאלוקא האב איך געהערט בשם רב וויינבערגער פון נייטרא אז ס'דא פראבלעמען

getme » 21/2/2005 04:35

טאגליכט

קיקסט מער אויס ווי א סעליסמאן פין שעקלי .ווי איינער וואס דערציילט דער אמת

עס שטעלט זיך נישט אויפן שכל אז עס האט שוין אויסגעהיילט"6"מענטשן אין קר"י פין יענע מעשה אין עס העלפט האבן קינדער אויף אזא גרויסן פארנעם אין מען ווערט קיינמאל נישט קראנק אין פארקילט

ווי עס קיקט אויס האט נישט שעקלי קיין שים ממשות אין זיך אז מען מיז עס אזוי שטארק אויף בלאזן

דער רבש"ע זאל העלפן יעדער זאל זיין געזינט אין ועדער זאל האבן פרנסה בריוח

בדעבד » 21/2/2005 06:21

פומבידתא:

איך פארשטיי נישט פארוואס די ברויכסט פרעגן דיינע שאלות דא. דיין מאלעלוקע סעליסמען וועט דיר זייער גערען ענטפערען אויף אלעם.

אויב טראסטו נישט דעם סעילסמען, דאן וויאזוי טראסטו דעם אנאנימער היידפארק שרייבער, ער קען פונקט אזוי זיין א סעילסמען.

עס איז זייער געזונט צו זיין סקעפטיש, ופתי יאמין לכל דבר. אבער די כלל גייט אויך אן פאר די וואס קויפן "בלינדערהייט" וואס די גראסערי פארמאגט.

צו האט דען אמאל עמיצער זיך גענומען די מיה און באטראכט די "זשאנסאן ענד זשאנסען" פראדוקטן מיט די זעלבע שבע חקירות און פארגרעסערונגס גלאז? מאלעלוקע לאדענט איין יעדעם, צו אנעליזירן זייערע פראדוקטן.

איך מיין אז פאר די וואס האלטן מיט די נייעס, בשייכות מיט די "פוד ענד דראג אדמיניסטרעשאן" וועלן זיך נישט אזוי עקשן'ען אין בלינדערהייט זיך אנעמען פאר די פראדוקטן מיט וואס זיי זענען אויפגעוואסן.

למען האמת: איך בין א צופרידענער פריפער"ד קאסטעמער, פון מאלעלוקע שוין א לאנגע צייט. איך טוה דאס נישט און פלאן נישט דאס צו טוהן פאר געלט (נאר אנדערע סיבות, וואס איז דא גענוג) אבער איך האב הנאה צו הערן אז עס איז דא אינגעלייט און פרויען, וואס הייבן אריין גאנץ שיינע און פעטע ציפערען מאנאטכליך.

פומבדיתא » 21/2/2005 06:40

איך האף אז צווישן די אלע וואס ענטפערן וועט אריינפאלן איינער וואס איז טאקע א קאסטומער...

אבער אז די רעדסט שוין יא ענטפער מיר די שאלה וואס קיינער האלט מיר נישט ביים ענטפערן

לעצטענס האב איך געזעהן דאכט זיך מיר אונעם בולעטין א עד פון ר' הילל וויינבערעגר ווי ער זאגט אז ער האט נישט קיין שייכות מיט מעלאלוקע איז דא א אנדערע הכשר אויף זייערע פראדוקטען? אדער דארפן זיי נישט?

בדעבד » 21/2/2005 07:07

עס קוקט נישט אויס ווי די פרעגסט, נאר ווי די זאגסט.

זאג נאר, דיין ווינדעקס האט א הכשר?

דיין טייד וויט בליטש האט א הכשר?

אויב די ווילסט נעמען די מעלולוקע וויטאמינען דאן זאג איך דיר דאס האט א הכשר פון "סטאר קעי", און יעדער באזונדער זאל זיך דורכשמועסן מיט זיין דיין, אויב עס דארף בכלל א הכשר א.א.וו.

וואס דו זאלסט יא פרעגן איז, צו איז מיין קינד "בעטער אויף" מיט נוצען מעלעלוקע פראדוקטן?

דרך אגב, עס איז שוין 12:00 AM , און אויב איז די סיבה פארוואס די שלאפסט נישט ווייל דיין קינד קען נישט שלאפן ציליב עקסזימא, דאן אפשר איז מעלולוקע א גיטע עצה פאר דיר.

און אויב ביסטו נאך אויף ווייל די ביסט פארנומען מיט רייבן דיינע ווייסע העמעדער און איר קראָגן,דאן אפשר איז מעלולוקע א גיטע עצה פאר דיר.

איך בין אויף פאר עסקייטמענט אז איך בין א מעלולוקע פריפערד קוסוטומער.

בדעבד » 21/2/2005 07:12

דרך אגב נישט נאר ר' הלל וויינבערגער האט נישט קיין שייכות דערמיט. נאר אויך

ר' געציל בערקאוויטש

ר' יואליש מארגענשטערן

ר' העניך אשכנזי

ר' סופר

ר' יעקב יודא ברוין

די אלע זענען נאך נישט קיין סעלסלייט פאר מעלועלוקע.

און דאכט זיך מיר אז זיי האבן גארנישט מיט "זשאנסאן ענד זשאנסאן" אדער שעקלי

תוקן על ידי - בדעבד - 21/02/2005 7:15:43

וואסענייעס » 22/2/2005 00:02

Hello,

A minute amount of gelatin (beef or pork) is present in Vita- Lea and
Super Cal Mag Plus to protect the potency of vitamins A and/or D during
the tableting process.

Field Communications


Please don't reply to this e-mail. Go to
http://www.shaklee.net/members/supContact, if you have additional
questions. Be sure to select the category that best fits your question.

Original message follows:
-------------------------


Shaklee Information Request: Product_Information_Question
___
Is the "Vita Lea" and "Cal-Mag Plus" vegetarian? If not is it dairy or
meat? Thank You
_____
דאס איז א אי מעיל פון שעקלי ווי זיי ענטפערן אויף א פראגע פון א קאסטומער וואס האט עס ערליך גענומען ביז ער האט באמערקט אז עס האט נישט קיין זכר פון קיין הכשר.
היינט איז ער א צופרידענער קאסטומער פון מעלעלוקא
וועגן דאס וואס טאגליכט שרייבט אז רב וויינבערגער זאגט אז ס'איז דא פראבלעמען מיט כשרות איז אויך נישט אמת ער שרייבט נאר אז אין לי שום ידועה אודותיהם וואס דאס מיינט אז ער וויל נישט אריין גיין און די פרטים
ווייטער שרייבט ער אז ער ווייסט פון פופציג מענטשן וואס האבן געסוואוטש צו שעקלי לויט מיין חשבון קען איך כמעט יעדן פון די קאסטומער פון קרית יואל און נאך נישט געהערט פון קיינעם זיך אפרעדן ווי אויך איז עס זייער אינטערעסאנט צו הערן אז ס'איז דא א רפואה פאר יענע מעשה און קיינער ווייסט נישט דערפון נאר דער הויכגעשעצטער טאג ליכט (מסתמא א שעקלי קאסטומער)

קריתיואלער » 22/2/2005 00:57

איך האב אנגעקאלט די קאמפאני מעלעלוקע און זיי האבן מיר געזאגט אז זייערע פראדוקטן זענען נישט 100 פראצענט נאטורליך

סא, מאלעלוקע קאסטומערס, זייטס געווארנט.

KJAlliance » 22/2/2005 01:13

קרית יואלער

איך פארשטיי אינגאנצן נישט דיין תגובה

יין נסך
בשר בחלב
חלב עכום
חזיר, נבילה וטריפה

אלעס אין 100% נאטורליך

איז פון א כשרות שטאנדפונקט איז נאטורליך, רוב מאל א חסרון, ווייל ווען מען מאכט עפעס פון יעלאו 8, רעד 9, בלו 2, איז אויך נאר א שאלה ווען מען מישט אריין דערין "נאטורליכע" באשטאנדטיילן

און לגבי שעקלי ווערסעס מאלעלוקע, איז קלאר, אז גארנישט איז א 100 רפואה פאר יעדן, און ביי יעדע זאך וועסטו קענען טרעפן מענטשן וואס וועלן זיך שווערן ביי אלע הייליגן, אז:

ס'ארבעט וואונדערליך
ס'העלפט אויף כפרות
ס'איז א סכנה, ס'האט פיל ערגער געמאכט

ממילא, דאכט זיך, אז די דעבאטע, איז דאמירן בעלמא

אגב, ווען הרב וויינבערגער שליט"א שרייבט, אז ער נעמט נישט קיין אחריות, מיינט דאס נישט אז א ארטיקל איז "נישט" כשר, עס מיינט אזויפיל, אז ער זאגט נישט אז עס איז "יא" כשר

און בכלל, האט ער דען געזאגט אויף 'שעקלי' אז עס איז יא כשר??

בדעבד » 23/2/2005 04:39

קרית יואל'ער לאמיר דיר זאגן וואס נאך איז נאטורליך.

אורניעם, פלוטעניעם, צונאמי, מארוכאנאו, סארין, צואת האוזן.

אייגענטליך איז נישט פארהאן קיין חדש תחת השמש און אלעס איז נאטורליך.

אבער נישט אלעס וואס איז נאטורליך איז באהילפיג. עס קלונגט זייער גוט אבער דער טעות איז שוין באלד אזוי אלט ווי דער נאטור אליין.

וואס מאלעלוקע זאגט יא איז, אז זייער פראדוקטן מאכן נישט "שאדן" אזוי וואו די אנדערע וואס מאכן יא. די טריק איז, אז באנוצט זיך מיט ווי ווייניגער "טאקסין" אין די פראדוקטן. דא ווייטער, וועלן זיי נישט זאגן אז עס האט בכלל נישט קיין טאקסין, ווייל עס איז דא מאכלים געוויקסן וואס מיר עסען יעדען טאג, און וואס אין די וועלט פון קעמיסטר"י ווערט עס באטראכט אלס טאקסין. נאר מאלעלוקע זאגט אבער אז זיי נוצען נישט קיין "שעדליכע" טאקסין.

בקיצור, מאלעלוקע איז א קאמפעני וואס פארשט און מענויפעקטשורט און פארקויפט פראדוקטן, וואס -וואו זיי גלייבן- איז די זיכערסטע וואס איז דא צובאקומען אויפן מארקעט. און ווערט געקויפט דורך מענטשען וואס לייגן צו קאפ צו זייער אייגענע און זייער קונדער'ס געזונט.

געזונטהייט אישוס איז ענליך צו ענווייערמענטאל אישוס: איינעם גייט עס אין לעבן אריין, א צווייטן אינטערעסירט עס וואו די פאראיאריגע שניי....

פומבדיתא » 23/2/2005 06:49

איך האב געטראפן א ליסט פון מעלאלוקע אייטמס וואס סטאר קעי גיט א הכשר

http://www.melaleuca.com/wc/index.cfm?m=1&p=97

תוקן על ידי - פומבדיתא - 23/02/2005 7:16:15

מפוקל » 24/2/2005 19:30

Bdiaved