היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » בקשו רחמים: יו"ר העדה החרדית

בקשו רחמים: יו"ר העדה החרדית

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1281599

באטרא » 13/2/2005 18:51

פרייטאג צופרי האט דער מיטאלאגישער לאנגיעריגער פארזיצער פון די העדה החרדית הגה"צ רבי גרשון לייב בן גרינע ליבא (שטעמער) שליט"א געליטן א שווערן "סטראוק" אין געפונט זיך איצט אין גאר א קריטישער לאגע.

יעדער איינער ווערט געבעטן צו דאווענען אין בעטן לרפואתו המהירה פון דעם אדם גדול אשר רבים צריכים לו.

תוקן על ידי - באטרא - 13/02/2005 18:54:57

SIM89 » 13/2/2005 18:59

און ירושלים זאגט מען אז ר' גרשון האט געכאפט דעם סטראק נאכדעם אז ער איז געווארן אופגערעגט אויף מרן הגאב"ד עטליכע מאל און לעצטן וואך אז ער מאכט זאכן אנקעגן זיין דרך, למשל דער גאב"ד האט זיך געגאנגען זיך טרעפן מיט רבן של ישראל הגה"ק הרב שטיינמאן און הגה"ק ר' חיים קאניבסקי שליט"א מיט נאך ליטוישע גדולים, און ר' גרשון האט דאס אין לעצטן מינוט אפגעהאלטן

געזעגענען » 13/2/2005 19:04

ווארטס נאר אביסעלע

באלד קומען אן די אהרונים און וועלן שוין דערציילן פארוואס הרב שטעמער האט געכאפט דעם סטראוק.

זיי האבן שוין זיכער א גאנצע ליסטע מיט עוולות קעגן די אהרונים...

מקוה_איד » 13/2/2005 19:20

ניין! כעל נישט זיין קיין אידיאט!

א רפו"ש בתשח"י!

געזעגענען, איך בעט דיך טאקע א פערסענעל טובה, האלט דיך איין מיט אייזענע קייטן, כ'ווייס סיז זייער שווער פאר דיר, הייב נישט אן צו אריין מישן די סאטמארע חאזעריי ווען א אידיש קינד איז בצרה על ערש דוי.

סיז נישט קיין דשאוקס!

געזעגענען » 13/2/2005 19:28

מיש נאר אויף די אלטע אשכולות ווען עס האט זיך געהאנדעלט מיט אידן בעלי צרה, זענען דאס געווען די אהרונים וועלכע האבן געטראפן אלע מיני חטאים אויף די מענטשן, ווייל זיי האבן געטשעפעט מיט חזן-זשיגאן חורינער.

אדרבה, קוק נאך מיין רעקארד וועסטו קיינמאל נישט טרעפן אז איך זאל האבן געשריבן אויף א בעל צרה פארוואס ער איז נענש געווארן.

SIM89 » 13/2/2005 19:50

איך ווייס נישט אויב דאס הייסט זוכן חטאים פון אמענטש, אבער דאס איז קלאר אז ער צוינגט אלע רבנים ובראשם מרן הגאב"ד שליט"א צו ביקן זיך צו זלמן לייב, און מיר אלע געדענקען דאס גרויסע בזיון און קרית יואל און יעצט נאכאמאל און ירושלים אז דער גאב"ד אאיד פון 80 יאהר בלע"ה מוז זיך לויפן נאך אפוסטער יונגער ע"ה ווייל דאס איז דער רצון פון ר' גרשון.
דער אייבערשטער זאל איהם שיקן רפו"ש בתושח"י.

געזעגענען » 13/2/2005 20:08

בין איך נישט געווען גערעכט ווען איך האב געזאגט אז באלד קומען די אהרונים און טרעפן חטאים?

אגב, אהרונים אפשר קענען ענק זאגן וואס זענען די חטאים פון ד.ע. (איינער פון די רשעי הקהילה אין ק"י) וועלכער איז עפעס נישט אין ארדענונג אין געזונט?

חורינער » 13/2/2005 21:04

דער בית דין צדק פון העדה החרדית און א אפיציעלע מעלדונג:

ב"ה
מטעם רבותינו הגאוה"צ שרי התורה מרן הגאב"ד והבד"צ שליט"א

בקשו רחמים מרובים

קהל הקודש מתבקש לבקש רחמי שמים המרובים עבור ידידנו עוז
הגאון המפורסם, עמוד התווך של היהדות החרדית ומגן החינוך הטהור
שומר החותמת של העדה החרדית, איש אמונם של גדולי ומאורי הדורות
רבי גרשון לייב בן גרינא ליבא שליט"א
יו"ר העדה החרדית
בהיכלי התורה וכן תלמידי התתי"ם ובתי החינוך על טהרת הקודש יאמרו פרקי תהלים ויתפללו לרפואתו השלימה והמהירה
בבריות גופא ונהורא מעליא בתושח"י אמן.

ד' אדר ראשון תשס"ה
[מקום חותם הביד"צ]


תוקן על ידי - חורינער - 13/02/2005 21:10:13

usa44 » 13/2/2005 22:18

דער רבוש"ע זאל אים שיקן א רפואה שלימה...

אבער ביזדערווייל נעמט אים איינער איבער? אדער אזוי ווי ביי א רבי אדער גאב"ד אז ווילאנג ער אטעמט איז די גאנצע עדה "געפריזט"....

באראש » 13/2/2005 22:25

יזדעזע הארץ ארבע מאות פרסה.

נעכטן ביינאכט האט מען אין שטוב פון הגה"צ הגראב"ד וויליאמסבורג (ירושלים דאמעריקע, שכונת ראסט סטריט) געמאכט א גרויסע מלוה מלכה מיט טענץ און מוזיק.

אויף די אנפראגע פון די דורכגייער, מה היום מיומים?
האבן די גראב"דיסטן געזאגט אז אין ארץ ישראל זעט מען יעצט אפענע זאכן מיט ר' גרשון שטמר. (רח"ל. אוי לאזנים שכך שומעות).

וואס איז מיט ר' גרשון? האט מען ווייטער געפרעגט.

וואס הייסט? ער איז דאך געווען דער וואס האט אויסגעשפילט דעם גראב"ד און וועגן אים דארפן מיר דא זיצן בעמק הבכא אויף ראס סטריט?

ekstein » 13/2/2005 23:17

מען זאגט אז די בלוט וואס דער ברוטאלער רשע פין קעי דזשעי פארלירט פינעם אלסער
איז נישט זיינס דאס איז די בלוט וואס ער האט געצאפט פין אידישע קינדער

אדער ווי דער רבי זאגט אז נישט קיין אידיש בלוט -ער איז דאך א גוי
עניוועיס איך וואנטש עם א רפואה שלימה בגוף ונפש איטץ נעווער טא לעיט זאל ער נאר פאריכטען וואס ער האט פארדארבען אין אויך איז ער א טאטע פאר קינדער אין- איידעמער-

שלח רפואי שלימה לחולי עמך

געזעגענען » 13/2/2005 23:31

עקשטיין

פליז הער אויף מיט אזעלכע תגובות.
עס פאסט נישט פאר א איד אזוי צו שרייבן ווען יענער איז אין א צרה.
דאס קענסטו לאזן פאר די אהרונימליך וועלכע האבן נישט בעסער מקבל געווען פונעם חזן-חורינער.

ekstein » 14/2/2005 00:38

חורינער » 14/2/2005 00:46

בשורה טובה ומשמחת !

היינט צופרי האט זיך ר' גרשון שליט"א אויפגעכאפט, אין איז צוריק געקומען צו זיך,אין מ'האט אים שוין אראפגענומען כמה פעמים זיין "רעספערעיטער", אין ווי די דאקטורים אין די גרויסע נויראכיראגיע עקספערטן האבן געמאלדן פאר א שעה, אז נאך א דורכגעפירטע "עם. אר. איי." טשעקונג ווערט באשטעטיגט אז זיין כח הדיבור והמחשבה אין מח איז נישט געשעדיגט געווארן, אין אויך די רעכטע זייט פון זיין קערפער, נאר די צווייטע זייט פון זיין קערפער, אין 'מוועט מוזן וואררטן 72 שעה ביז מ'וועט קעענען אפשאצן ריכטונג זיין געזונט צושטאנד.

היינט נאכמיטאג האט מען אים פארבינדן אויפ'ן טעלעפאן צו זיין אפיס אין "וועד הכשרות" שע"י העדה החרדית, אין ער האט גערעדט מיט אייניגע פון די רבנים.

אבער מיט דעם אלעם דארף ער נאך א שטארקע רפואה.

ישלח לו השי"ת רפו"ש ומהירה בתושח"י.

געזעגענען » 14/2/2005 00:59

איך ווייס שוין לאנג אז אן אהרונישע שמחה האלט אן געווענליך א 48 שעה ביז א מאקסימום פון 72 שעה...

מקוה_איד » 14/2/2005 01:09

ב"ה! השי"ת ירפאהו ויחלמיהו בכל רמ"ח אבריו ושס"ה גידיו עם שח"י!

געזעגענען טייערע, הער שוין אויף, מעגסטעך אמאל איינהאלטן, מעגסט האבן א הארץ, לאז ארויס די פאליטיק וואס ס'קומט צו א אידיש קינד געזונט.

געזעגענען » 14/2/2005 01:10

גיב נאר א קוק ווער עס רעדט פון האבן הארץ.

יענקעלע11 » 14/2/2005 01:11

מיר אלע וואונטשן פאר
רבי גרשון לייב בן גרינא ליבא שליט"א
יו"ר העדה החרדית א רפו"ש בתוך שאר חולי ישראל,

איך האב גיהערט אז רבי ישראל מנשה פר"מ האט באפוילן אז ער איז גרייט איבער צונעמען די פאזיציע פון יו"ר העדה החרדית אזוי וועט ער זיך אליין קענען אויף נעמען אלץ ירושלימער רב ער זאל נישט מער דארפן צוקומען צו קיינעם,
אלזא זאגן מיר עם בלייב נאר שעפעלע דא אין גלות דאמעריקע
ווייל ר' גרשון וועט בעזהשי"ת האבן א גאנצע רפואה אין וועט ווייטער שטיין על משמרת הקודש און טון דעם רצון הקהל... און נישט פארוואנדלן די פאזיציע פון גאב"ד ירושלים און א זאלי, משה גבאי, שטערן,י. ווייס - פאליטישע פוטבאל...

חורינער » 14/2/2005 01:15

יאנקעלע
עס איז זייער מיאוס צו פירן א פאליטישע פעסטיבאל אויף א איד וואס ליגט על ערש דוי, איבערהויפט אזא רדם גדול ווי ר' גרשון שליט"א.

יענקעלע11 » 14/2/2005 01:22

חורינער די קענסט נישט ליינען קיין אידיש, מיר וואונטשן פאר דעם חולה א רפו"ש, ער זאל זיין געזונט אין שטארק, נאר ר' ישראל חיים וויל אזוי שטארק מאפן קיין ירושלים און זיכט א פאזיציע אפשר קאנסטו עם ארויס העלפן אין זיין דילעמא.

חורינער » 14/2/2005 01:36

כ'האב א שטארקער קורת רוח אז די שרייבסט אויפ'ן סאטמארער ראב"ד מילות גנאי ווי א ריכטיגער שנאם עם הארץ לת"ח.

יענקעלע11 » 14/2/2005 04:50

חורינער טייערער, שנאת עם הארץ לתלמיד חכם איז דיין רב'ס TRADEMARK איך האב מיך פון עם אויסגעלערנט,
למעשה אקעגן דיין רב בין איך נישט נאר א תלמיד חכם נאר א גאון,

איך האב נישט געשריבן קיין מילת גנאי אויף ר' ישראל חיים מנשה, וואס איז למעשה נישט אזא גרויסער תלמיד חכם ווי דער פון וועם די מאכסט כסדר ליצנות און רופסט עם אן מיט אלע לשונות של גנאי, (טאמער גלייבסטו נישט פרעג עם א שאלה און ביז א חודש צוויי באקומסטו צוריק א תשובה)
איך בין בארעכטיגט צו מאכן ליצנות ווייל ער האט מאכט כסדר ליצנות פון זיך אליין,

KJAlliance » 14/2/2005 04:57

מיר זענען אלע מתפלל פאר די רפואה פון ר' גרשון

איי, פאליטיק,

איז דער תירוץ, ער האט שוין חרוב געמאכט אידישקייט, וויפיל עס האט זיך געלאזט, אויף א פארנעם, וואס נאר משיח צדקינו, וועט אונז ארויסשלעפען

מען דארף אזוי איינרייסן אויף אים, ווי אויף זיין שותף "לכל" דבר שבקדושה הצדיק וויגדער

אזא יאר אויף ביידע

נו, געזעגענען עקשטיין חורינער, וואן טו טרי ענד עי גאו

געזעגענען » 14/2/2005 15:39

וואו איז מקוה איד?

נעכטן האט ער מיר פארגעהאלטן אז איך מיש פאליטיק.

האב איך דען שלעכט געזאגט?

קוק ווי דיינע חברה רעדן אויף א איד בעת צרה.

אבער KJAlliance אפשר קענסטו מיר זאגן פארוואס איז ד.ע. נעבעך אין א צרה? צי פרייסטו דיך אויך ווען דער געטראפענער איז דיינער?

SIM89 » 14/2/2005 17:08

איך זעה אז קיינער שרייבט נישט וועגן דאס גרויסע באמבע וואס שטייט אין "בחדרי חרדים" (ס'איז שוין דא א'קישור צו יענעם אשכול: www.hydepark.co.il\hydepark\topic_id=1281030&whichpage=2)
אז ר' אהרן ט"ב קר"י רב צוזאמען מיט ירושלימער רב האלטן ביי ענדיגען אהסכם צןישן בעלז מיט עד"ח.
ס'איז דאך אבאמבעדיגע נייעס, און טאמער עס איז אמת, אדער אפילו אמשהו פון דעם איז ריכטיג, איז דאס אן ערד ציטערניש.

אייןסאטמאר » 14/2/2005 18:40

אויך שטייט דארט אז ר' גרשון (לרפו"ש) איז געווען דער מזכיר פון מ. (משה? מנחם? מאיר?) פרוש,

איז דאס אמת?