וואס גייט דארט פאר?
האבן זיך שפיטצער-בראך צישלאגן?
פארוואס??
ווער פירט אן די שמיציגע ארבעט היינט ציטאגס??
וואס האסטו געהערט? אדרבא דערצייל
זיי האבן זיך אזוי ביטער צעשלאגן אז שפיטצער מופט ארויס פון קרית יואל...
נעבעך די אהרונים זוכן א קרבן מיט וואס זיך צו טרייסטן.
נאך צו פאר א שמחה.
אלעס גייט ב"ה ווייטער מיט בראך און מיט שפיטצער.
איך האב מיך נאכגעפרעגט און איך האב געהערט אז די וואך שבת האט שפיצער געדברט אין ספינקע אין געזאגט אז די צייטונג איז צו שמוציג אין זיין טאטע האט עם וועגען דעם געהייסן ער זאל ארויסגיין.
לויט ווי איך הער איז די צייטונג געווארן אזוי קינדיש אז שפיצער שעמט זיך פשוט צו הייסען רעדאקטאר דערפין, ווייל ער האלט זיך אביסל נארמאלער פון די אנדערע, אבער ער וועט עס ווייטער פירן שטילערהייט אין קלאמפיש וועט די רעדאקטאר זיין איינער א שיק יונגעלע יאקאבאויטש.
לעבן זאל גאב"ד קעי.דזשעי.
געווינען די מלחמה מיט שפיטצער!!!!
יחי! יחי!
באראש, זיי נישט קיין קינד. די דריי צייטונגען וועלכע פילן אן אונזערע פאסט קעסטלעך זענען א געוואלדיגער שאדן פאר דער אינטעליגענץ פון קרית יואל. און אפילו דער גמ"ח הצלה מסיבה די וואך איז געווען באלד אזוי בעיביש ווי די מצילי אש... לאמיר מאכן א סטאפ צו די גאנצע זאך.
מיר אינאיינעם מיטן רב זענען בעיביס. מיר שפילן א בעיבישע פאליטיק סיי מיט וויליאמסבורג און סיי מיט תו"א
און ווארט נאר ווארט ווי אזוי עס גייט אויסקוקן ביידע רבי'ס וועלן פארן קיין לאנדאן...