היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » צהלי ורוני יושבת ק"י: תו"א רבי קומט

צהלי ורוני יושבת ק"י: תו"א רבי קומט

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1278708

גולםקלאץ » 10/2/2005 18:30

מיט גרויס שמחה ווערט געמאלדן די נייעס, אז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן קומט קיין קרית יואל אויף דעם שבת. קרית יואלע אידן וועלן האבן די זכי' להסתופף בצלא דמהימנותא.

דער תו"א רבי מיט זיין גרויס צדקות האט אנגערופן קהל יטב לב צו בעטן רשות אז ער זאל מעגן קומען.

קרית_יואל » 10/2/2005 21:24

פארוואס ענדיגסטו נישט?
אז קהל יטב לב האט אים נישט געוואלט געבן קיין רשות, און ביז דינסטאג נאכט האט געהייסן אז ער קומט נישט.
ערשט דינסטאג נאכט האט ער געגעבן ענטפער פאר תלמידיו וחסידיו אין קרית יואל אז ער איז נעתר לבקשתם און וועט דארטן פראווען דעם שבת.
ומעשה שהי' כך הי'. פון תו"א האט מען זיך אפיציעל געמאלדן צו די ראשי קיט"ל צו גקענען קומען אויף שבת קיין ק"י. זיי האבן געזאגט אז דער תו"א רבי שליט"א וועט דאווענען פרייטאג נאכט אין ווייסן שוהל (פונקט ווי ער טוט אין וומס"ב) און האבן געבעטן א בנין פון די מוסדות דרב"י אדער פון קיט"ל וואו צו פראווען.
דער אפיציעלער ניגון פון תו"א איז געווען אז זיי זענען גרייט זיך צוצושטעלן צו גאב"ד קעי.דזשעי.
אבער דער וועלט בארימטער חכם מחוכם לישע האראוויץ האט געענטפערט בלא! איר האט זיך צוגעשטעלט צו אונזערע שונאים, איר אדווערטייזט נישט אין בלאט (אינטערעסאנט גאב"ד קעי.דזשעי. ווייסט דאך נישט פון קיין בלאט און האט גארנישט דערמיט...).
האט דער פארשטייער פון תו"א אים געענטפערט, גוט מיר ווערן ענקערע ידידים, קענען מיר שוין יא קומען? וואס דרייסטו א קאפ, מיר ווייסן גוט אז אפילו תולדות אברהם יצחק האט נישט געקענט קומען פראווען א שבת אין ק"י ווייל גאב"ד קעי.דזשעי. האט נישט מסכים געווען.
למשעה איז געבליבן אז תו"א רבי וועט נישט קומען.
אבער דא איז שוין געווארן א פראבלעם. לויט דעם וועט אויסקומען אז דער תו"א רבי גיט דעם אפיציעלן חותם אויף ערכאות. נאכדעם וואס כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט שוין געגעבן רשות צו עפענען נאך א קהילה, בויען פרישע מסודות, געגעבן רשות פאר'ן סאטמארער רב שליט"א פון וומס"ב מסדר קידושין זיין אין ק"י, וועט דאס נישט קומען שבת קיין ק"י ווייל גאב"ד קעי.דזשעי. גיט נישט קיין רשות זיין א חיזוק פאר הולכי בערכאות.
דער תו"א רבי שליט"א האט אנהויב וואך געזאגט אז ער וועט דאס איבערטראכטן, און דינסטאג נאכט האט ער געגעבן זיין באשלוס יא צו פארן אויף שבת קיין ק"י, כדי נישט מחזק זיין די הולכי (אדער בעסער געזאגט הולך...) בערכאות.
די נייעס האט ארוסיגערופן א שמחה ביי אלע ערליכע אידן אין ק"י וועלכע לעכצן שוין יארן אויף אזא שבת. פארשטייט זיך אז די אהרונים דרייען זיך ארום אן קיין קעפ, און איצט שרייען זיי אז לישע האט נישט די רעכט צו רעדן אין נאמען פון קיט"ל (באלד וועט מען נאך הערן אז זיינע דרשות ביי אלעף שמות האט אויך נישט געטראגן דעם מיינונג פון קיט"ל ק"י...,).
עניוועי, מען גרייט זיך צו א מעכטיגן שבת אין ק"י, וואס וועט ווייזן פאר די וועלט אז גאב"ד קעי.דזשעי. איז נישט באלעבאס אין ק"י.

shmoozer » 11/2/2005 01:07

דאס איז זיכער אז פארן קרית יואל'ער רב איז דאס זייער א שטארקן פערזענליכן קלאפ. פארוואס? ווייל אלישע האט אוודאי נישט גערעדט פון זיך, ער האט געזאגט וואס ס'שמעקט פארן קרית יואל'ער רב צו הערן, און אז דער תו"א רבי וועט האבן א סוקסעספולער שבת מיט אן אנלויפעניש, איז דאס א קלאפ פארן סלאגאן "אתרא דמר"...
אבער דאס אלעס איז נאר מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג...
ווער ס'וויל מחולק זיין מיט מיר בין איך שוין מוחל למפרע... א פרייליכן שבת!

באראש » 11/2/2005 03:50

גרויס שמחה ביי קלויזנבורגער אידן אין קרית יואל.

דער תלמיד חביב פון קלויזנבורגער רבי וועט זיין צוגאסט אין קרית יואל דעם שבת.

אויפן פיקטשער זעהט מען דוד קאהן מיט זיין רבו מובהק קלויזנבורגער רבי ז"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]

5_גארפיעלד » 11/2/2005 04:59

איך הער אז מען האט געקאלט רבינו שליט"א קיין פלארידע און ער האט געגעבן רשות

קרית_יואל » 11/2/2005 20:22

גאב"ד קעי.דזשעי. האט געסטראשעט די וואך און געבריקעט מיט די פיס אז ער גייט ברענגען בעלזער רבי'ן קיין קרית יואל צו פראווען א שבת.
מען האט אים נישט געקענט בארואיגן, ביז מען האט אים צוגעזאגט אז ווען ער וועט פארן קיין ירושלים וועט ער אויך נישט בעטן קיין רשות פון תו"א רבי שליט"עא צו קענען פירן טיש אין מאה שערים.

וואסענייעס » 11/2/2005 21:57

קרית_יואל אפשר וואלסטו געטוהן א געפעליגקייט און אריין פעיסטן א ליסט פון די אלע וואס לעכצן אזוי נעבעך אזא לאנגע צייט צו אזא שבת (פראביר אבער נישט אריין צו רעכענען די וואס נאר אויף די פראסק וואס דער אהרן וועט כאפן)

גולםקלאץ » 14/2/2005 04:52

אייביג זענען דא אידן וואס ווילן פאר זייערע אייגענע אינטרעסן אנשמוצן די פנים פון ערליכע אידן.

ווי איך האב שוין געשריבן איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א געקומען קיין קרית יואל נאר נאכדעם וואס ער האט געפרעגט רשות פון די אהרונישע קהל.

תולדות אהרן רבי שליט"א איז פון די איינציגטע ערליכע אידן וואס זענען פארבליבן בדורינו, ער הייסט נישט טייטלבוים און טוהט נישט זאכענס כדי אויפצורעגען דעם אדער יענעם.

שבת ביי די הערליכע טישן האב איך עס נאכגעפרעגט ביי מיינע חברים תולדות אהרנ'ע חסידים פון ארץ ישראל און אויך ביי די ראש העסקנים דתולדות אהרן פון קרית יואל, ר' יהוסף שווארץ, און יעדער איינער האט עס געזאגט נאכאמאהל אין נאכאמאהל, די רבי איז נאר געקומען קיין קרית יואל ווייל ס'איז געקומען א אקעי פון קרית יואלע קהל יט"ל.

די ערשטע צו גיין רעדן צו קי"ל איז געוועהן צוויי יונגעלייט (יהוסף שווארץ איז געווהן איינע פין זיי) אבער אלישע האט געזאגט אז ער וויל רעדן צו איינע וואס איז אפיציעהל פון קהל, און מען האט געשיקט קערשינאווסקי און נאך איינעם.

אלישע הארעוויץ האט געזאגט פאר קערשינאווסקי אז 'קהל קען נישט זאגן אז די רבי שליט"א זאל יא קומען און קען נישט אז ער זאל נישט קומען'

האט מען נישט געוויסט זיכער צו מען זאל יא קומען אדער נישט, אבער שפעטער זענען געקומען נאך מעסעדזשעס, פון אברהם ווידער און פון אלי' שלמה קאהן און יודא לייב פלאר אז תולדות אהרן רבי שליט"א קען קומען קיין קרית יואל בכבוד גדול, כאטשיג מען וויל עם נישט איינלאדענען, זיי האבן מורא געהאט אז די רבי שליט"א וועט קומען אפילו זיי לאזען עם נישט, ווייל ווי יעדער ווייסט איז מער נישט דא קיין קאמעניזם היינט, און וועגן דעם האבן זיי אזוי געזאגט.

תולדות אהרן האט נאר שאדן געלט אז מען מישט זיי אריין אין פאליטיק ווי זיי האבן נישט קיין שום חלק, הערטס אויף צו זאגן שקרים אויף די רבי שליט"א און מישטס עם נישט אריין אין קיין איין מחלוקה.

אסאך שולדיג אין די שקרים וואס גייען ארום זענען די אהרונים ווייל זיי האבן אנגעפאנגען צו דיסקרימינירן קעגן תולדות אהרן אין די בלאט פאר גארנישט און פאר נישט. ס'איז שוין געווען א מיטינג מיט שמואל ווידער וועגן דעם און ער האט געזאגט אז תולדות אהרן דינט נישט די אינטרעסן פון די אהרנים און אז תולדות אהרן רבי'ס גבאים זענען גרויסע זאליס.

די שבת האט מען געקענט הערן אין קרית יואל אהרונים רעדן אויף די רבי שליט"א אזעלכע שלעכטע זאכן ווי למשל אז ער איז א אויסווארף און א געמיינע יונג אז ער קומט קיין קרית יואל אהן רשות, אין שולדיג איבער דעם אלעס זענען נאר די וואס לאזן ארויס דמיונות קעגן די רבי ווייל זיי מיינען אז זיי דינען די פארטיי.

שמעק_טאביק » 14/2/2005 05:16

גולם קלאץ, איך האב הנאה פון דיינע ווערטער.

די גאנצע מחלוקה אין סאטמאר טוט מיר וויי, און נאך מער די מחלוקה פון תולדות אהרן/אברהם יצחק וואס איך האלט אז ביידע פון זיי זענען ערליכע אידן; אבער אלס איינער וואס האט געהאט אלס בחור א שייכות מיט הרה"צ ר' דוד קאהן שליט"א דער היינטיגער רבי פון תולדות אהרן, שפיר איך אז מען מוז עס ארויס ברענגען, די גרעסטע ווייטאג איז אריינצושלעפן הרה"צ ר' דוד אין מחלוקת, א זאך פון וואס ער איז אנטלאפן אלע יארן.

הערטס אויס אלע סאטמארע אידן און סיי ווער עס וויל צוהערן:

מיר האבן אייביג געוואוסט אז צדקות פון א מענטש קוקט מען נישט ווען ער זיצט ברבים, ווען ער איז שוין א גרויסער רבי מיט הונדערטער חסידים, אודאי וועט יעדער רבי טון שיינע זאכן. ס'איז באקאנט דער טייטש (איך מיין פון הייליגן דברי יחזקאל פון שינאווא זצ"ל) הוא אשר דבר לעם סגולתו, ווער קען זיין א פירער (א מנהיג) פאר דעם עם סגולה (דבר איז מלשון דבר אחד לדור ולא שתי דברים לדור - רש"י ואתחנן מיין איך) שמור לקדשו מבואו ועד צאתו, ער דארף זיין ערליך פון אנהייב פון זיין לעבן, א קדוש מרחם ווי מ'רופט דאס היינט, נישט ווען מ'טוט אן דעם ווייסן בעקיטשע ווערט מען שנעל ערליך.

כלפי מה דברים אמורים; ווער עס ווייסט, ווער עס געדענקט נאך ווען הרה"צ ר' דוד האט זיך געדרייט אין מאנסי בשנים קדמוניות און צענדליגער ערליכע בחורים האבן זיך געדרייט ביי אים אינדערהיים און אין זיין ביהמ"ד, יעדן שבת האט ער געהאט בערך 15-20 בחורים וואס האבן ביי אים געגעסן און געהערט זיינע מוסר וחיזוק שמועסן, ווער ס'האט נאר געהאט די מינדעסטע שייכות צו אים ווייסט אז ער איז א מענטש וואס איז אנטלאפן פון מחלוקת אדער כבוד כמטחוי קשת, ער האט זיך אראפגעלאזט צו יעדן קליינעם קינד מיט א פאטערליכע ליבשאפט, ער האט געשיקט הונדערטער בריוון פאר בחורי חמד מיט הדרכה לעבודת ה' (זעה היינט א חלק דערפון אין ספר הכתב והמכתב ב' חלקים), ס'קלינגט נאך אין די אויערן ווען מיר (א גרופע בחורים און אויך עטליכע מתפללי ביהמ"ד) פלעגן זיך צוהערן אין די פריע פארטאגס שעה'ן אונטער דעם טיר פון זיין הויז זיין תהלים זאגן בנעימה יתירה כבן המתחטא לפני אביו, א מענטש וואס האט נישט מבטל געווען א מינוט, שטענדיג האט ער געלערנט, געזאגט תהלים, אדער מחזק געווען אנדערע אידן. זיין שטוב איז געווען אפן לכל נצרך וכל דכפין ייתי וייכול, כאטש ער איז קיין עושר קיינמאל נישט געווען, אדרבה ווייט פון דעם, מ'האט געקענט ביי אים עסן און טרינקען יעדן טאג אומזיסט.

ווער געדענקט נאך וויפיל ער האט געהארעוועט אין תורה אין וואקסמאנ'ס כולל אלע יארן מצאת החמה עד צאת הנשמה ווי מ'זאגט, און ער איז טאקע א געוואלדיגער תלמיד חכם וידען בכל חכמני תורה, צי בש"ס ובפוסקים צי בספרי קבלה, איך ווייס נישט וואו צו ענדיגן.

די אלע וואס ווייסן דאס אדער געדענקען דאס, ווייסן נישט ווי אזוי מ'קען אין וויסטן חלום אריינשטעלן דעם מענטש צווישן בעלי מחלוקה, צי איז עס א שידוך, צי רבנות, צי פאליטיק, וכדומה, ווער עס קען דעם איד ווייסט אז ער ליגט אין עפעס העכערס ווי די זאכן, זיין גאנצע קאפ ליגט אין עבודת ה' און אין מנהיג זיין די חבריא קדישא אין תולדות אהרן על במתי התורה והיראה, און וויפיל מ'וועט אים באשמוצן און איינפלאנצן שנאה אין די פארגרעבטע אומוויסנדע מענטשן וועט עס נישט העלפן... מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה.

ווען איך דערמאן זיך פון די צייטן אלס בחור, כמעט וואס איך פארלאז א טרער און זאג מיט א בענקשאפט "מי יתנני ירחי קדם". און אזוי וועלן עדות זאגן די צענדליגער הונדערטער בחורים וואס האבן זיך דארט געדרייט און זיך אנגעווארעמט פארן גאנצן לעבן. אין דעם קליין בית המדרש'ל וואו עס האט זיך געשפירט א העכערקייט, פון שבתי בבית ה' כל ימי חיי, אן קיין פרסום, אן פראפעגאנדע, נאר מיט א פשטות און איידלקייט.

נישט קיין וואונדער אז ווען ער קומט אויף א שבת אין אמעריקע זעהט מען ווי עס קלאמערן זיך צו אים אזויפיל איידעלע און אויסגעלייטערטע בני תורה ויראי ה' וואס האבן גענצליך אנדערע השגות ווי היידפארק און מחלוקת וכדו', ער מאכט טאקע נישט קיין שטיקעס ביים טיש, ער זיצט ווי א פשוט'ער איד מיט א פשטות כדרכו מאז ומקדם און ווי זיין טאטע דער דברי אמונה זצוק"ל, אבער עס גייט א פייער וואס דערווארעמט אלע ארומיגע, און נאך אזא שבת שפירט מען זיך דערהויבן... און ווער רעדט נאך נאך אזא דערהויבענע הכנסת ס"ת וואס איז פריער פארגעקומען אין קרית יואל.

איך ווייס אז מאנכע וועלן דא מגיב זיין מיט פארקערע שטותים, אבער דאס איז זיכער: ווער עס קען אים און האט אים געקענט פון דער נאנט ווייסט אז די אלע באבע מעשיות קלעבן אויף אים ווי ארבעס צו דער וואנט. והא ראי' אז ביז די סאטמארע (אדער תולדות אהרן) פאליטיק האט מען נישט געהערט פון קיינעם אויף די וועלט קיין שלעכט ווארט אויף אים, אדרבה, יעדער האט אים מעריץ געווען און געשעצט. (נאכאמאל איך רעד פון די וואס האבן אים געקענט אביסל).

איך האף אז איך האב גענוג קלאר געמאכט דעם ענין.


תוקן על ידי - שמעק_טאביק - 14/02/2005 5:59:10

זאליweaky » 14/2/2005 07:21

איך געדענק נישט ווער עס זאגט עס, אבער קבל את האמת ממי שאמרו.

די משנה זאגט הקנאה התאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם.

איז שווער, כבוד איז דאך אויך נישט מער ווי א תאו', און צו וואס רעכנט דאס די משנה עקסטער.

נאר וואס דען.
דארט וואו עס ענדיגן זיך אלע תאוות, הייבט זיך אן די תאוה פון כבוד...

(על אחת כמה וכמה...).

KJAlliance » 14/2/2005 19:50

גולם קלאץ

ווייסט אפשר ווער עס איז געקומען לעצטע יאר קיין קרית יואל, און געהאלטן א דרשה אין סאסמאן כולל, באזוכט יעקב שלמה ברייער'ס ברודער, הרב מטשאטה, הקדוש רבי שטויבער שליט"א, און נישט 'צאנז' קארט

איך וועל דיר געבן א סימן, דער וואס איז געקומען צולויפן פרייטאג נאכמיטאג פרשת תרומה תשס''ה קיין צאנז קארט, און דער וואס גייט "נישט, באקומען קיין ביקור גומלין

דער אהרלעך רבי שליט"א דארף נישט אונז פרעגן וואס זיין מיינונג זאל זיין, אבער ער זאל אונז ביטע נישט פארקויפן קיין שקרים וואס זיין מיינונג איז, [נישט אזוי איז געווען זיין תורה פרייטאג צונאכטס, שקר קרש איז די זעלבע אותיות]

אייןסאטמאר » 14/2/2005 21:01

KJ אדרבה געב צו פארשטיין.

מעיקרא מאי קא סבר ולסוף מאי קסבר, פארוואס איז ער געקומען צו לויפן די לעצטע מינוט.

shmoozer » 14/2/2005 21:48

דער אמת איז, דער רב איז באגאנגען 4-5 טעותים.
1) אז זיי האבן געבעטן רשות, האט מען זיי "געמוזט" ערלויבן צוקומען.
2) דאס ארומשלעפן זיין באזוך פרייטיג נאכמיטאג איז געווען בעיביש
3) דער רב האט יעדן געפרעגט ווי אזוי ער הייסט איז פשוט נישט רב'ניש און אומדיפלאמאטיש
4) דאס נישט קומען נעכטן צום הכנסת ס"ת אדער צום דינער האט געמאכט אויסזען דעם רב פאר א פחדן (וואס "איך" האלט, אז ער איז)
5) דער רב "דארף ווייזן שטארקייט און גיין צוריק באזוכן און טאקע ביי מעדל שווימער אינדערהיים. עס וועט אין קיינער נישט מבזה זיין. מענדל איז אן איידעלער מענטש

KJAlliance » 14/2/2005 23:03

שמוזער שרייבט:
דער אמת איז, דער רב איז באגאנגען 4-5 טעותים.
1) אז זיי האבן געבעטן רשות, האט מען זיי "געמוזט" ערלויבן צוקומען.
2) דאס ארומשלעפן זיין באזוך פרייטיג נאכמיטאג איז געווען בעיביש
3) דער רב האט יעדן געפרעגט ווי אזוי ער הייסט איז פשוט נישט רב'ניש און אומדיפלאמאטיש
4) דאס נישט קומען נעכטן צום הכנסת ס"ת אדער צום דינער האט געמאכט אויסזען דעם רב פאר א פחדן (וואס "איך" האלט, אז ער איז)
5) דער רב "דארף ווייזן שטארקייט און גיין צוריק באזוכן און טאקע ביי מעדל שווימער אינדערהיים. עס וועט אין קיינער נישט מבזה זיין. מענדל איז אן איידעלער מענטש

איז לאמיר דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון

אבער קודם, איך וועל נישט אריין גיין אין דעם, וואס דו שרייבסט טיילמאל ווי א נייטראלער און טייל מאל ווי אן אהרוני, פשוט ווייל 'טיים וויל טעל' וואס דו ביזט

אבער יעצט צו דיינע פוינטס
דער אמת איז, דער רב איז באגאנגען 4-5 טעותים.
1) אז זיי האבן געבעטן רשות, האט מען זיי "געמוזט" ערלויבן צוקומען.

זעהסט, טאקע פארדעם האט מען זיי נישט גע'ענטפערט יא און נישט ניין, ווייל "יעדער" ווייסט מיט וועלעכע חשובע אידן דער הייליגער צדיק דרייט זיך, און מיט וועלכע חשובע נגידים די חשובע אידן זענען פארבינדן, דעריבער, האט נישט קיין זון זיך נאריש צו מאכן, נאר מען האט אים געזאגט טוה וואס דו ווילסט, און...
2) דאס ארומשלעפן זיין באזוך פרייטיג נאכמיטאג איז געווען בעיביש

איך הער דיין מיינונג, אבער דער רב שטוב מענטשן האבן קלאר געוואלט קלאר מאכן פאר 'שישא' ענד קאמפאני, אז זיי זענען נישט וועלקאם, נאר אז מען לאזט אריין יעדן רב צו זיך אין שטוב, און נאר אזוי קענען זיי קומען,
3) דער רב האט יעדן געפרעגט ווי אזוי ער הייסט איז פשוט נישט רב'ניש און אומדיפלאמאטיש

אויף דעם, קען מען זאגן איין זאך, "יא, ביזט נייטראל"
4) דאס נישט קומען נעכטן צום הכנסת ס"ת אדער צום דינער האט געמאכט אויסזען דעם רב פאר א פחדן (וואס "איך" האלט, אז ער איז)

פון קרית יואל 3000 משפחות, וואס פון דעם איז 1800 חסידים פון רב, ווי מען זעהט ביי יעדע וואלן, [און ווי מען וועט אי"ה זעהן 4 חדשים ארום נאכאמאל] איז פון די 1800 נישט געווען קיין 25 אידן, און אין דעם איז שוין אריינגערעכט די 5-10 אהרונים וואס זענען טיילווייז תולדות אהרן חסידים, איז דעריבער געווען נישט מער ווי פאסיג אז פון די איבעריגע 1200 משפחות פון קרית יואל, וואס טייל פון זיי זענען געווען [אדרבה, זאג די, וויפיל, איז עס געווען די גאנצע 1200, אדער 1000 אדער סיי וואסערע מספר, אזויפיל ווייס איך אז אין שאפינג צענטער זאל, גייט אריין איבער .....? פלעצער] זייערע רבנים האבן געדארפט דארט זיין, און נאכאמאל אדרבה מיר וועלן שוין אין "דער איד" זעהן פונקטליך די בילדער ווער עס איז דארט געווען, אבער פונקט ווי דער רב גייט נישט צו די בני יואל דינער און צו זאלי'ס מסיבות, האט ער דארט געהאט פונקט די זעלבע וואס צו זוכן, די זעלבע מענטשן זענען דארט געווען

5) דער רב "דארף ווייזן שטארקייט און גיין צוריק באזוכן און טאקע ביי מעדל שווימער אינדערהיים. עס וועט אין קיינער נישט מבזה זיין. מענדל איז אן איידעלער מענטש

אויף דעם איז דער תירות פשוט, דער רב דארף אזוי ווייזן "שטארקייט" ווי שווימער איז א "איידעלער" מענטש, און תולדות אהרן רבי איז א "רודף שלום"

דער רב ווייזט זיין שטארקייט ביי די דעמאקראטישע וואלן וואס קומט פאר יעדע פאר יאר, און די איבעריגע נארישקייטן לאזט ער פאר ענק

יענקעלע11 » 14/2/2005 23:15

שמאזער, אפשר לייגסטו דא ארויף דיין סעל נומבער דער רב זאל דיך קענען רופן פאר דעם נעקסטן דעסידזשאן.

ניין, דער רב האט זייער קלוג געהאנדעלט, דוד'ל האט געמיינט אז דער רב איז זיין נער און ער וועט שפילן "תמים" ער וועט קומען באזוכן און דאס וועט קאווערן זיין חוצפה פון זיך צו שטעלן צו די מהרסי סאטמאר, איך האב א חבר דא אין בארא פארק א גרויסער תולדות אהרן חסיד, א שיינער עושר וואס לאזט קאסטן א שיין ביסל געלט פאר תולדות אהרן, טרעף איך עם פרייטיג נאכמיטאג אין די מקוה און ער גיסט אויס זיין כעס "וואס האט ער זיך אריין געלייגט אין דעם טינוף, איז ער אופן קאפ געפאלן, וכו' וכו'" קיין פעני געב איך עם נישט מער, (דער חבר מיינער איז ווייט פון צו זיין א אהרוני), איך פארשטיי אז כעזקל בראך און וואלי לעפקאוויטש מיט מענדל שוויממער, פון זיינע גרעסטע שטיצער האבן עם געצווינגען צו גיין און ער האט נישט געקענט עומד בנסיון זיין.

ניין מען האט עם "נישט" געדארפט געבן קיין רשות, (זעסט דאך ער קען קומען אן קיין רשות) מען האט נישט געדארפט כשר'ן זיין חוצפה, מיר געדענקען נאך גאנץ גיט ווען ער האט געמאכט א אפוינמענט ביים רב צוויי יאר צוריק אויף 6 אזייגער פארנאכטס און מען האט זייער שיין צוגעגרייט, און ער האט זיך אנגעריקט 11 ביינאכט, און פאר איאר ווען ער האט געוואלט מאכן א אפוינמענט האט חיים שלמה פישער געזאגט אז ער געט נישט קיין אפוינטמענט זאל ער קומען ווען ער וויל און אויב דער רב וועט זיין אינדערהיים וועט מען עם אויף נעמען, איז ער אנגעקומען 1:30 ביינאכט, ער זאל קענען זאגן אז ער האט פראבירט צו גיין און מען האט עם נישט אויף געמאכט די טיר, יא, עס איז קלאר אז ער איז נישט קיין ידיד, למען האמת איך ווייס נישט ווי א גרויסער שונא ער איז, אבער דאס איז זיכער אז זיינע יוצאי משרתים זענען רובם ככולם גרויסע שונאים פארן רב,

ניין דער רב האט נישט געדארפט גיין צו זיין הכנסת ספר תורה, און דער רב אלץ אן איש אמת האט נישט געדארפט און נישט געקענט זיך מאכן פאר א גוטער פריינט, (וויאזוי פלעגט דער רבי שליט"א כסדר זאגן, איך קאן מיין זון ער קאן נישט זאגן קיין ליגענט, נאך אלץ קינד האט ער נישט געקאנט ליגנט זאגן, איך האב דאס אליין געהערט מפ"ק).

אלזא זאל די וועלט זען אז דוד'ל האט זיך יא אריין געלייגט אין דעם טינוף, און געגאנגען מחזק זיין די רשעים, איי זיי האבן נישט געהאט קיין הצלחה, און וועגן דעם פארפירן זיי יעצט ווייל זיי ווילן קומען מאכן אפיעלס ביי די אהרונים, אבער ס'איז TOO LATE יעדער האט געזען באשיינפערלעך, אז פאר אפאר טאלער פארקויפט מען זיך די נשמה,

איך פארשטיי אז ער האט א רעכט צו האלטן וויאזוי ער וויל אין מיט וועם ער וויל, נאר פארקויף נישט אז די ביסט נייטראל, קום מיך נישט באזוכן ווען די שטויסט מיך פון אינטן, הלנו אתה או לצרינו... ארויס געוויזן האט זיך אז די ביסט א לא לנו...... און אז דער רב שליט"א איז נישט דיין נער...

תוקן על ידי - יענקעלע11 - 14/02/2005 23:27:00

shmoozer » 15/2/2005 01:37

אלייענס: ר' אלישע הוראוויץ האט "יא" געזאגט ניין! ער האט בפירוש געזאגט: אז זיי זענען שונאים פארן רב ווייל זיי אדווערטייזן נישט אין בּלאַט...
אפשר קענסטו מיר זאגן וואו זיין חכמה?
אבער דער אמת איז, אז ער איז יא קלוגער פון דעם אבער איך און דו ווייסן פינקטליך פארוואס ער האט זיי בפירוש געזאגט אז דער תו"א רבי "טאר" נישט קומען אויף שבת.
למעשה איז קהל און דער רב זייער פארשעמט געווארן פאר אלע קרייזן, ווייל אלע ווייסן אז זיי האבן געבעטן רשות און נישט געקריגן.
אבער קלוגע מענטשן ווייסן געווענליך די אלע טעותים נאכפאר די פעטש.

shmoozer » 15/2/2005 02:08

אלייענס: פון 1800 משפחות וואלט געדארפט זיין כאטש 3600 ביז 4000 שטימעס פארן רב'ס פארטיי.
אבער סיי ווי סיי, האט א פרעמדער רבי געפראוועט א גרויסארטיגן שבת ווי גלייך ער וואלט דא געווען דער מרא דאתרא. ננוח עס איז נישט געווען ווער ווייסט וואסערער עולם.
אבער וואס עס שטעלט זיך באמת א פראגע: לאמיר זאגן אז "יעדער איינער" האלט אז רבי אהרן איז דער פולקאמער מרא דאתרא פון קרית יואל, ווער גיט אים א כח נישט אריינצולאזן אן ערליכן איד אפילו ער איז נישט זיינס א ידיד? מילא א איד וועלכער פירט זיך קעגן דער תורה וויל קומען אין שטעטל. יא, דאן דארפן מיר א שטארקן רב וואס זאל זיך שטעלן אין דער לענג און אין דער ברייט מיט אלע כוחות נישט אריינצולאזן אזא איינעם. אבער אן ערליכער רבי וואס נאר איז נישט קיין פריינט פון רב, ווער זאגט אז ער דארף בכלל פרעגן ערלויבעניש, וכ"ש נישט צו גיבן קיין רשות?
אפשר קען איינער דאס גיבן מיר צופארשטיין, אבער ביטע רעדן נארמאל און נישט שטעכיג.
א דאנק פון פאראויס

קרית_יואל » 15/2/2005 02:20

א זייטיגע קושיא:

אין אנדערע שטעט וואו עס איז דא אן אפיציעלער מרא דאתרא, דארף מען פרעגן רשות פאר מען קומט אין די שטאט.

למשל:
אין ירושלים איז דא א רב, דארף א רבי וואס קומט אהין פריער פרעגן רשות?

אין לאנדאן איז דא א רב, דארף א רבי וואס קומט אהין פריער פרעגן רשות?

לויט די וואס האלטן אז אהרן איז מרא דאתרא אין קרית יואל, פארוואס זאל מען אים יא דארפן פרעגן רשות.

איך פרעג עס סתם אלס נייגער.

shmoozer » 15/2/2005 02:22

קרית יואל פארוואס מוזטו אנרופן רבי אהרן – אהרן? עס איז נישט שיין און דו פארלירסט ריספעקט...

קרית_יואל » 15/2/2005 02:50

האסט גע'פועל'ט!

אזוי ווי מיין קושיא באציט זיך צו א ספעציפישע נושא, וועל איך דיר נאכגעבן און איבער'חזר'ן די קושיא בדרך כבוד.

איז איינגעפירט אז אין א שטאט וואו ס'איז דא א מרא דאתרא, זאל א רבי וואס וויל אהינקומען דארפן פריער פרעגן רשות פונעם מרא דאתרא?

אין ירושלים, וואו דער ירושלימער רב איז דער מרא דאתרא, דארף א רב אדער רבי וואס וויל אהינקומען אויף א שבת פרעגן פריער רשות פונעם ירושלימער רב?

אין לאנדאן, וואו דער לאנדאנער רב איז מרא דאתרא, דארף א רב אדער רבי וואס וויל אהינקומען אויף א שבת פרעגן פריער רשות פונעם לאנדאנער רב?

אין אנטווערפען, וואו דער אנטווערפעער רב איז מרא דאתרא, דארף א רב אדער רבי וואס וויל אהינקומען אויף א שבת פרעגן פריער רשות פונעם אנטווערפענער רב?

אין בני ברק, וואו דער בני ברקער רב איז מרא דאתרא, דארף א רב אדער רבי וואס וויל אהינקומען אויף א שבת פרעגן פריער רשות פונעם אנטווערפענער רב?

צי מען דארף אדער מען דארף נישט, אבער עס איז זיכער אז קיין איין איינציגער פרעגט נישט פריער רשות פון די אלע רבנים, אויב מען מעג קומען אויף א שבת ביי זיי אין שטאט.

דאס זעלבע איז אין קרית יואל, א שטאט וואו עס איז דא וואס זאגן אז ר' אהרן ט"ב איז דארט מרא דאתרא, דארף א רבי וואס קומט אהין אויף א שבת פרעגן פריער רשות פון ר' אהרן צי ער מעג קומען אויף שבת?

א תירוץ ביטע.

shmoozer » 15/2/2005 03:00

קרית יואל: אויב איך קיין טעות האב איך געפרעגט די פראגע...
אבער דאס איז זיכער, אז עס געווען זיער א שטארקן קלאפ פאר דער פירערשאפט. נאך אזא קלאפ פון וואס מיר האבן זיך געריבן די בייכער ווען דער תוא"י רבי איז איינגעשטאנען ביי ר' י"ר אין וומ"ב.
באמת האט דער רב זיך מער ארויסגעשטעלט קעגן תו"א ווי ער וואלט ווען געדארפט.
איבערהויפט טאמער דער רב וועט פארן, אין ארה"ק לוינט זיך זיכער נישט אזוי צו שפילן קיין פאליטיק, ווייל ווי נישט ווי איז תו"א א גרעסערער כוח ווי תוא"י און עס וואלט זיכער געשמעקט פאר די פאליטיקאנטן, אז תו"א זאל מאכן א קבלת פנים פארן רב אזוי ווי זיי האבן געמאכט פארן וויליאמסבורגער רב.

קרית_יואל » 15/2/2005 03:05

אנטשולדיגט, כ'האב נישט באמערקט אז דו פרעגסט "דאס".

יעצט נאכן איבערליינען, זע איך אז אין תוכן איז עס די זעלבע קושיא, ביי מיר איז עס נאר גרונטליכער צעלייגט.

shmoozer » 15/2/2005 03:09

וויפיל איך האב געפרעגט שבת וועגן דעם נושא האב איך געזען אז די פאליטיקאנטן האבן געפערליך געגרייזט.
אבער וועגן דאס גיין צום הכנסת ס"ת, האלט איך נאכאלץ אז דער רב וואלט געדראפט ווייזן שטארקייט אז ער איז דער מרא דאתרא, און וויבאלד ער איז געווארן אפיציעל געלאדענט האט ער דאס געדארפט אויסנוצן.
וען דער רב וואלט געקומען וואלט זיך יעדער געמוזט אוישטעלן וויל דער תו"א רבי וואלט זיך אויפגעשטעלט און אפגעגעבן דעם גרעסטן כבוד, ווייל זיינע פאליטיקאנטן שפילן אן אייזערנעם פאליטיק

שמעק_טאביק » 15/2/2005 03:18

קיינער האט נאך נישט געענטפערט מיינע אויבנדערמאנטע קשיות.

איך וועל ענק זאגן דעם אמת, אז ווען איך בין געווארן א חבר אין היידפארק (נישט לאנג צוריק - קנאפע צוויי חדשים) האב איך זיך אונטערגענומען אז איך וועל נישט שרייבן קיין שום פאליטיק, און אויב כ'וועל אמאל מוזן זיך לאזן הערן - ווען ההכרח לא יגונה - וועל איך שרייבן דאס מינימום און מיט רעספעקט צו סיי וועלכן צד. (לאפוקי פון די וואס רופן אן דעם צד שכנגד מיט שפעט נעמען און נארישע כינויים, זיי פארשעמען זיך אליין).

נחזור לענינינו. ביז די מינוט פון סאטמאר פאליטיק איז אלעס געווען פיין און וואויל מיט תולדות אהרן רבי שליט"א. יעדער איז געווען בשלום מיט אים, און איך זעלבסט געדענק נאך ווי ער האט זיך געטראפן מיטן קרית יואל'ער רב שליט"א מיט אן אהבה ואחוה און געשמועסט זייער פריינדליך.

נאך די מחלוקה אוין תולדות אהרן - בשעת מ'האט איינגעפלאנצט א שנאה אין יעדן שטיין אנטקעגן תולדות אהרן, כאילו זיי זענען רוצחים און רודפים, און די אנדערע צד זענען נישט מער ווי בלויז אומשולדיגע שעפעלעך וואס לאזן זיך פאטשן אין פנים אבער טוען גארנישט צוריק (אויסער אויסשרייען פאר די וועלט זייער ווייטאג), האט א גרויסער עולם אנגעהויבן צוצוהערן צו די לשון הרע און דאס גלייבן, ווי די גמרא זאגט שוין ברית כרותה ללשון הרע שתתקבל (כ'געדענק שוין נישט פונקטליך דעם לשון), און מ'האט אנגעהויבן צו זוכן עבירות פון אונטער דער ערד אויף הרה"צ ר' דוד שליט"א, דער וואלאווער שידוך, און קלויזענבורגער תלמיד (?), וכדומה. גענוי ווי להבדיל בין קודש לחול וטומאה לטהרה - ווען מ'האט לעצטנס געוואלט אויםפנעמען דעם קעריק פאר זיכערהייטס מיניסטער אין אמעריקע האט מען אים אנגעהויבן אונטערזוכן און בודק חמץ זיין בחורין ובסדקין עד שידם מגעת ועד בכלל; און מ'האט געטראפן אויף אים עבירות און מ'האט אים געמוזט אפזאגן. להבדיל אזוי איז אויך דא, מ'האט אנגעהויבן אפיר זוכן עוולות פון די פארגאנגענהייט. דער חילוק איז נאר, אז אויף בערנארד קעריק האט מען געטראפן, און נאך ווי געטראפן! מלא וגדוש מיט עוולות; משא"כ אויף ר' דוד האט מען פון אונטער דער ערד אפירגעקראצט ענינים אויף וואס מ'קען זאגן "כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא", און מ'האט דאס אויסגעשמירט אין די גאנצע וועלט.

די אלע וואס האבן "אפגעקויפט" די עוולות זענען עפ"י רוב מענטשן וואס האבן אפילו נישט געוואוסט ווי אזוי דער ר' דוד קוקט אויס, און מ'האט געקענט מיינען אז מ'האט דא צו טאן מיט א מענטש א שלעגער, א שמוציג מויל, א ליידיגגייער א שטרויזאק וכדו'. אבער פאר די אלע וואס ווייסן דעם אמת און האבן אים געקענט פון דער נאנט זענען געשטאנען און געשטוינט ווי אזוי מען קען פארדרייען פאקטן לעיני השמש, מילתא דעבידי לגלויי, יעדער קען זיך איבערצייגן נאך היינט וואסאפרא סארט מענטש ער איז; אבער ווי אויבנדערמאנט וואס ער טוט היינט איז שוין נישט אינטערעסאנט פאר קיינעם, דער עיקר איז וואס ער האט געטון אין די יאהרן וואס קיינער האט נישט געקוקט אויף אים (חוץ זיינע פאר מענטשן) ער האט געהארעוועט אין תורה ויראת שמים און זיך אויסגעארבעט זיינע מדות אויף א זעלטענעם אופן וואס איז שווער צו טרעפן היינט, א מענטש וואס איז מוותר אפילו מ'באשמוצט אים אין פנים, ווי איך ווייס פערזענליך פון מערערע עפיזאדן וואס איז פארגעקומען.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז די מחלוקה צווישן תולדות אהרן און אברהם יצחק איז נישט דער ענדגליטיגער פסק צי ער איז אן ערליכער אדער א בעל מחלוקת, נישט דאס איז דער דעצידירנדער פאקט, ווי מאנכע ווילן אננעמען.

וואס קען מען טאן אז איין יאר האט סאטמאר'ער מוסדות אין וומסב"ג באשלאסן נישט צו געבן דעם "ברכה סימא" זאל פאר תולדות אברהם יצחק ווייל ער איז געגאנגען באזוכן ר' יצחק ראזענבערג, און ער האט באקומען ראוז קעסל פון הרבני הנ"ל, און פלוצלינג זייט דעמאלס איז געווארן תולדות אברהם יצחק "אקעגן" ר' זלמן לייב'ס זייט, און תולדות אהרן "אנטקעגן" ר' אהרן'ס זייט.

אפילו ס'זאל זיין אמת ווי עטליכע טפשים זאגן אז ר' דוד האט "גע'פגר'ט" פאר כבוד צו ווערן רבי, מעגן זיי אויך וויסן פון דעם ווערטל וואס איינער פון די פריערדיגע רבי'ס האבן געזאגט: "די תאוה צו ווערן רבי איז א תאוה ווי אלע תאוות; אבער כדי צוצוקומען צו די תאוה דארף מען קודם צוברעכן אלע אנדערע תאוות". א זאך וואס מ'קען רואיג זאגן אויף הרה"צ ר' דוד'ן וואס האט זיך אויסגעארבעט זיינע מדות עד להפליא.

פון זאגן "דוד'ל" און "שישא ענד קא." און נאך אזעלכע מאדנע ליצנות וועט גארנישט פאסירן מיט תולדות אהרן רבי'ן, ער ווערט ביי קיינעם נישט אראפגעקוקט דורך דעם. אדרבה, אז אידן קענען רעדן אזוי אויף אן ערליכן איד איז דער חסרון אין די דאזיגע אידן, נישט מיט תולדות אהרן רבי. די גמרא אין סנהדרין זאגט דאך שוין אז די ערליכע אידן און יראי ה' וועלן זיין פאר'מיאוס'ט בעפאר משיח וועט קומען.

דאס אלעס איז דער פאקט מיט ר' דוד אליינס. ווער רעדט נאך פון די ארומיגע פאקטן, ווי אזוי מען זעהט יונגעלייט אברכים און בעלי בתים חשובים יראי' ה' און בעלי מדות ווייקן זיך ביי זיינע טישן און גייען צו אים הערן הדרכות אין עבודת ה', און קלינגען אים אן פערזענליך פאר יעדע שוועריגקייט, אין רוחניות פונקט ווי אין גשמיות, ווען מ'זעהט מיט וואספארא סייעתא דשמיא די הייליגע מוסדות אין ירושלים ווערן געפירט, מיט א דערהויבנקייט, מ'לעבט אין א העכערע וועלט, תורה און תפלה, קדושה און אמונה, שבתים וימים טובים, ריכטיגע התבדלות מרשעים, בגדי צניעות אויף א אופן וואס מ'זעהט נישט היינט, א זאך אויף וואס יעדער וואס איז נאר אמאל דארט געווען קען עדות זאגן, און ווער נישט אדרבה גייט איבערצייגט אייך אליין. דאס אלעס ווייזט אז דער רבי איז נישט עפעס א פשוט'ער בעל מחלוקת וואס זוכט כבוד און מענטשן.

תוקן על ידי - שמעק_טאביק - 15/02/2005 3:30:21

shmoozer » 15/2/2005 03:24

שמעק טאביק: דו ביסט גערעכט, עס וועט נישט נשתנה ווערן וואס מיר שמוסן דא אין בלאג.
אבער עס האט זיך למעשה אוסגעשטעלט אז תו"א איז פאר וו"ב, און תוא"י פאר ק"י.
דאס איז אויך זיכער אז ק"י וואלט זיך געטוישט און גענומען תו"א אויף זייער זייט...

זאליweaky » 15/2/2005 05:21

דער גאנצער אשכול איז מיר נישט אינטערעסאנט, און זאל זיך ר' דוד טון וואס ער וויל געזונטערהייט. איך פערזענליך קלער אויך אז ער פאר זיך איז נישט אינטערעסירט זיך צו קריגן מיטן רב, אבער ער איז געבינדן פון די אויבי איש אנשי ביתו און די פאר עשירים וועלכע שטיצן אים אלע יארן נאר מיט דעם ציל אים צו נוצן אלס שטעקן אקעגן סאטמאר.

אבער בנוגע די עצם שאלה, האב איך נאר געוואלט דערמאנען די מחלוקה פון מונקאטש און בעלז. און אז דער רבי זי"ע האט געפרעגט רשות פון רבי יודא גרינוואלד ועוד כהנה וכהנה.

KJAlliance » 15/2/2005 05:34

שמוזער

לויט דיין חשבון אז 1800 משפחות מיינט 3600 שטימען אדער גאר 4000 שטימען, אין אידיש מיינט דאס 2 שטימען אדער 2 און א דריטל פאר יעדע משפחה,

איז לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, אז אפילו לויט מיין מיינונג אז דער צד שכנגד האט "נאר" 1200 משפחות דארפן זיי אויך האבן 2400 אדער 2600 הונדערט שטימען לויט דיינע כללים

איז יעצט ווען די וואס זאגן אז פון די 3000 משפחות אין קרית יואל האט ר' אהרן נישט קיין 60%, איז די קשיא פיל פיל גרעסער

אלא מאי, אז מען דארף נעמען די סך הכל פון די שטימען לויט די פראצענטן פון די ליסטעס

יעצט צו ענין פון רשות, צו תולדות אהרן דארף נעמען רשות אדער נישט

די פלא איז דא, אז ביידע זאגן די זעלבע זאך, אבער מען קומט אן צו אנדערע מסקנות,

די אהרונים זאגן אויך, אז שישא ענד קאמפאני האט "נישט" געדארפט פרעגן רשות צו קומען קיין קרית יואל, נאר פארקערט דאס אז זיי האבן "יא" געפרעגט רשות, דאס איז די אישו, פארוואס האט שישא געדארפט ווייזן זיין כשר חזיר פיסל,

ווי געשריבן אין א פריערדיגע פאסט, איז דער תו"א רבי לעצטע יאר, נישט געפרעגט נאר געגאנגן צו סאסמאן רעדן און צו אלע "זיינע" רבנים, נאר פונקט איצט איז איינגעפאלן פאר שישא צו פרעגן

דאס אלעס, ווייל ער האט געוואלט געפעלן פאר די עטליכע טויזענט אהרונים, וואס ער קען באשטיין צו נעמען זייער געלט "אויך" -ד"ה חוץ וואלי'ס, זיגי'ס, שווימער און אייזענבערג'ס געלטער - און וויבאלד שישא האט פארשטאנען, אז די בילד פון תולדות אהרן מיט וואלי זיגי שווימער וועט נישט קלינגן גוט ביי די אהרונים, האט ער אפגעמאכט אז ער וויל פלוצים שטארק באזוכן ביי ר' אהרן, און אפשר גאר דאווענען אין די גרויסע - קליינע ווייסע - שוהל פרייטאג צו נאכטס

און "דאס" און "נאר דאס" איז די נקודה, וואס די אהרנים האבן, קיינער -עכ"פ רובא דרובא- אהרונים ווייסן און זענען צופרידן אז שישא, האט קלאר געשטעלט פונקטליך ווי ער האלט, און פארטיג, און זיי ווילן אז די ליניעס זאלן נישט ווערן צומישט, א שונא איז א שונא און א פריינט איז א פריינט,

און פארדעם, איז דער ר' אהרן נישט צוריק צו אים, נישט געגאנגן צו זיינע פארטי'ס און מסיבות, -ווי איך האב שוין געשריבן אין א פריערדיגע תגובה - ווייל ער גייט נישט צו די אנדערע בני יואל און זאלי מסיבות

און שמעק טאביק, איך פארשטיי נישט פארוואס ביי די איז רופן "דוד'ל" די זעלבע ווי "שישא ענד קאמפאני" איך פארשטיי פארשטיי פונקט פארקערט, די וואס באשולדיגן שישא, זענען דוקא וואס האלטן אז שישא און נישט דער רבי איז שולדיג אין די אלע מעשיות וואס מען פארציילט, "אמת" אדער "שקר"

אז דו ווילסט זאגן, אז דער רבי מאכט אלע החלטות, און איך וועל וויסן אז די ביזט א ערשטע האנטיגע מקור, וועל איך טוישן מיין מיינונג אויף שישא און אויף דער רבי דארט, ביזדערווייל האלט איך ווייטער שישא פאראנטפארטליך פאר די אלע מעשילעך וואס קומט ארויס פון די חברה

שמעק_טאביק » 15/2/2005 05:51

איינע פון די טענות וואס איך האב געהערט פון מערערע אינגעלייט פון קרית יואל'ער רב'ס חסידים איז אז ר' דוד האט געוויזן א וועג פאר די וועלט אז מ'קען זיך אנפייפן אויף אן עלטערן ברודער און צו'גנב'ענען דאס רבי'סטעווע. דאס האט געגעבן חיזוק פאר ר' זלמן לייב אנטקעגן קרית יואל'ער רב וכו' וכו' דברי שטות והבל.

באמת וואלט מען זיך נישט געדארפט באפאסן מיט אזעלכע דברי הבל, ואין קץ לדברי רוח, אבער פאר די וואס קענען אביסל היסטארי ווייסן אז כבר הי' לעולמים, עס זענען שוין געווען אזויפיל מאל וואס דער יונגערער ברודער האט ממלא מקום געווען דעם פאטער, איך בין נישט דער גרויסער בעל ההיסטאריע, אבער אביסל לייען איך דא און דארט. אויב איך געדענק גוט האט דער הייליגער קדושת יו"ט זצוק"ל געהאט אן עלטערן ברודער, און פונדעסטוועגן האט ער איבערגענומען זיין טאטן דעם ייטב לב'ס רבנות שטול אין סיגעט. און נאך הונדערטער אזעלכע מעשיות.

וואס האט מען פון ארויפצווינגען חסידות אויף חסידים וואס ווילן נישט? אין מלך בלא עם!

דוכט זיך אז דער הייליגער דברי חיים פסק'נט אז רבי'סטעווע איז נישט קיין ירושה. מ'דארף זיין ראוי לאותו איצטלא. ווייסע בגדים איז ווייט נישט גענוג! פירן שיינע טישן און נעמען קוויטלעך אויך נישט.

אבער היינט ווען יעדער צווייטער עפנט א ביהמ"ד, קען מען שוין גארנישט זאגן. דער הייליגער ראפשיצער רב זצוק"ל האט געזאגט אז בעפאר משיח וועט קומען וועט יעדע מנין האבן א רבי! און איך מיין אז דער ריזשינער צדיק האט זיך אויסגעדרוקט "ווי די היישעריקן" (כידוע דער טייטש "ארבה" - אותיות "א רבי")...

זשוליאני08 » 15/2/2005 08:18

מיינע נקודות איבער דעם גאנצן עסק:

1) איך האב עס געהערט קלאר פון תולדות אהרן חסידים און פון אהרונים אז מען האט נישט געזאגט פאר'ן תולדות אהרן רבי'ן ער זאל נישט קומען נאר פונקט פארקערט, מען האט געשיקט שטילע מעסעדזשעס אז ער קען קומען.

2) איך האלט אז תולדות אהרן רבי איז א פיינער און ערליכער איד און אים קרענקט אז מען האט אים געמאכט פאר א זאלי (וואס אין דעם זענען שולדיג די אהרונים פונקט ווי די זאלונים)

3) ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז מען האט געזאגט פאר תולדות אהרן אז זייער רבי קען נישט קומען, ווייל:
א) פון דעם וואס זיי האבן געפרעגט אויב ער קען קומען באדייט אז זיי וואלטן נישט געקומען אויב לאזט מען זיי נישט, ווייל פארוואס דען זענען זיי געגאנגען בעטן רשות אויב זיי האבן עס סייווי נישט געהאלטן ביים פאלגן.
ב) די תולדות אהרן גבאים זענען נישט משוגע. ווי גרויסע זאליס זיי זענען, זענען זיי נישט אינטערסירט אז ס'זאל הייסן אין דער וועלט אז זייער רבי האט זיך אנגעפיפן אויפ'ן רב. זיי ווילן אז זייער רבי זאל הייסן אין דער וועלט א צדיק, א קדוש און אן עניו, און נישט א בעל מחלוקה, ווי יעדער בר דעת פארשטייט, און טאקע וועגן דעם זענען זיי געגאנגען פרעגן רשות כאטש זיי האבן די אהרונים אויפ'ן בוידעם.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 15/02/2005 8:35:05

shmoozer » 15/2/2005 18:25

מיר זענען אלע א צועק לשעבר. מיר האבן געדארפט פון פאראויס זען און וויסן אז די גוטע צייטן פון איינטיילן זענען אין דער פארגאגענהייט, און אנהייבן א נייען פאליטיק שפיל צוגעפאסט צום איצטיגן מצב.
דאס איז זיכער אז קרית יואל'ר טאר זיך נישט צוקריגן מיט סיי וועלכן רב אדער רבי'ו, ווען מ'איז אזוי פארוויקלט אין די מחלוקה מיטן ברודער, וועלכער איז גאר א שטאקער צד שכנגד.

shmoozer » 15/2/2005 22:19

אגב, צום בילד ווי דער תו"א רבי שליט"א זיצט ביים פריערדיגן קלויזנבורגער רבי'ן: זיין טאטע, דער פריערדיגער תו"א רבי זצ"ל – אדער ווי די תוא"י חסידים רופן אים, דער בעל דברי אמונה זצ"ל... – פלעגט אויך שטענדיג באזוכן דעם קלויזנבורגער רבי'ן ווען ער איז געווען אין אמעריקע.

שמעק_טאביק » 16/2/2005 03:04

איך ווייס אויך דערפון אז דער תולדות אהרן רבי זצוק"ל פלעגט באזוכן דעם קלויזענבורגער און אנדערע גדולים, אפילו אזעלכע וואס זענען געווען אנטקעגן די שיטה.

דער אמת איז, אז אפילו דער רבי זי"ע פלעגט זיך טרעפן מיט די גדולים, זעלבסטפארשטענדליך כדי אויפצו-ווייזן וכדומה, אבער מען זעהט אז עס איז נישט דאס ערגסטע.

איך האלט אזוי: דער סאטמארער רבי זצ"ל איז געווען אויסגעשפראכן אנטקעגן ציונות וכל המחובר לה. ער האט כמה פעמים זיך אויסגעדרוקט בלשון קדשו אז ער איז אראפגעקומען אויף דעם עולם נאר בלויז צוליב דעם ענין, אויפצוקלערן פאר די וועלט דעם ריכטיגן מהלך, כדי נישט פארבלענדט צו ווערן פון די איינרעדענישן אתחלתא דגאולה וכו' רח"ל.

עס זענען אבער געווען אנדערע ערליכע גדולים וואס זענען אראפגעקומען אויף דער וועלט פאר אנדערע צוועקן, אויפצוטון פאר אנדערע אידישקייט ענינים. די דאזיגע רבנים דארפן נישט זיין אזוי שארף ווי סאטמארע'ר רבי'ן מיט אזעלכע ענינים ווי זיך טרעפן מיט א גדול ומנהיג פון א ריזיגע ערליכע קהלה וואס איז אנטקעגן סאטמאר. אויב האב איך א טעות קען מען מיר אויסבעסערן.

דער תולדות אהרן רבי זצוק"ל איז נאך געווען ביים שומר אמונים זצוק"ל אין די הייסע צייטן ווען סאטמאר איז נאך געווען שארף אנטקעגן אים און מ'פלעגט פארברענען שולחן הטהור'ס אין די גאסן. פונדעסטוועגן איז ער געגאנגען, און איז דערנאך געווארן ביי אים אן איידעם, נאכדעם וואס ר' אהר'עלע שרייבט אויף אים אז ס'איז שווער צו טרעפן נאך אזא איד בדורינו ווי ר' אברהם יצחק.

עכ"פ, איך וויל ארויסברענגען מיט דעם, אז הלואי איז דאס דער שווערסטער חטא אויף ר' דוד'ן פון תולדות אהרן אז ער איז געזעצן ביים קלויזענבורגער'ס טיש אלס בחור.

אגב, נאך א ראי' אז ר' דוד איז א העכערער מענטש, איז זיינע קינדער. רובא דרובא פון זיינע קינדער זענען אויך געהויבענע אינגעלייט, כאטש איך גיי נישט דא אויסרימען, ס'פאסט נישט, אבער דו"ק ותשכח, ס'איז אן אמת'ער סימן, אין אדם מוריש שקר לבניו. בפרט זיין זון דער רב פון תולדות אהרן אין מאנסי וואס איז ממש א מלאכ'ל, לעבט לגמרי נישט אויף דער וועלט.

שמעק_טאביק » 16/2/2005 03:11

און אויך, לאמיר נישט פארגעסן די גוטע זייט דערפון. הרה"צ אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א איז יארן לאנג געקומען צו רביה"ק מסאטמאר צו די טישן פרייטאג צו נאכטס, שובבי"ם תורות, און זיך אנגעזאפט מיט די שיטה און אנדערע גוטע ענינים.

עס האט איינער אמאל געפרגעט דעם תולדות אהרן רבי'ן זי"ע פארוואס שיקט ער כסדר זיין זון ר' דוד'ן קיין סאטמאר צום רבי'ן? האט ער געענטפערט "איך וויל ער זאל זעהן וואס ס'מיינט א מנהיג ישראל, אז אויב עס וועט אויספעלן זאל ער וויסן ווי אזוי צו פירן"!

זעלבסטפארשטענדליך אז פון די טישן מיט ר' דוד איז נישט דא קיין בילדער - עס איז דאך געווען שבת קודש. איז מען געבליבן מיט איין וואכענדיגן בילד פון קלויזענבורג, און דאס איז דער סוף פסוק פאר עולם גולם.

shmoozer » 16/2/2005 03:41

שמעקטאביק: זייער גוט זאגסטו, מיר אלע ווייסן אז מיר האבן פארשפילט א געפערליכן פארמעסא וואס יעדער בר בי רב האט געדארפט וויסן אז דער רב איז "געווען" בעל הבית אין קרית יואל! עס איז היינט די זאך אויף צוויי צי מיר ווילן יא צי מיר ווילן נישט, סיי דאהי און סיי אין מאנטרעאל. סיי אין לאנדאן, און זיי אין אנטווערפן. אין ירושלים און אין ב"ב איז די זאך יא אביסל ווי ביים אלטן אז ר' זלמן לייב לייב האט ירושלים און ר' אהרן האט ב"ב. אבער ערגעץ אנדערש האט ר' אהרן א פולן שותף. אנטשולדיגט אויב איך האב איינעם וויי געטון.