היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » 3 פיסיג הינדעל על שולחן הוראה - בילדער

3 פיסיג הינדעל על שולחן הוראה - בילדער

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1278172

פומבדיתא » 10/2/2005 05:24

1
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 10/2/2005 05:24

2
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 10/2/2005 05:25

3
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 10/2/2005 05:25

4
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 10/2/2005 05:26

5
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 10/2/2005 05:27

6
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 10/2/2005 17:49

הערליכע בילדער

נאר וועגען דעם אליינס בין איך א אהרוני.

די זאליס וועלן קיינמאל נישט האבן די זכי' צו זען אזא בילד ווי זייער רב זיצט און רעט אין לערנען מיט אנדערע רבנים.

רעכטס זיצען די בארימטע שוחטים, לינקס זיצען די רבנים און דיינים, און מען איז זיך מפלפל איבער א דבר הלכה. אוי איז דאס א געשמאק.

קרית_יואל » 10/2/2005 21:32

בלייב טאקע דארט...
איך האב געדעדט מיט א בארימטן מורה הוראה איבער דעם, זאגט ער מיר אז דאס איז בכלל נישט קיין נייע ערשיינונג.
עס זענען שוין דא תשובות איבער דעם, און מען האט זיך געפירט דאס נישט צו נוצן.
נאר פאר גאב"ד קעי.דזשעי. איז דאס צונוץ געקומען נאר פאר די בילדער.
און זייטיג גערעדט, אויסער הגאון הצדיק דומ"ץ ק"י שליט"א ווער זענען "די רבנים" וואס דו רעדטסט? איז ר' דוד פריעדלענדער אויך א רב?

קרית_יואל » 10/2/2005 22:17

גראדע איז פריער אנגעקומען דער פרישער באריכט, און עס איז דא דארט א נייעס איבער א טשיקן מיט 4 פיס וואס מען האט געטראפן אין בית השחיטה פון נעיטשערס בעסט.
דער בעל מכשיר הגאון הצדיק דומ"ץ סאטמאר לעיקוואוד שליט"א האט אויפ'ן פלאץ געהייסן נישט צו נוצן דעם טשיקען.
דא האסטו דעם שטיקל פון באריכט.
[בילד – נישט אפגעהיט]

shmoozer » 11/2/2005 01:12

עס וועט קיינמאל נישט פאסירן אז דער קרית יואל'ער רב וועט סיי וואס פסק'נען אן ר' געציל'ן, ער איז קיינמאל קיין פוסק נישט געווען און ער האט קיינאל זיך נישט ספעציעל אויסגעצייכנט אין שו"ע.
אוודאי איז ער נישט קיין ע"ה אבער קין דיין אדער א פוסק אויך נישט.
קוקט צוריק פון סיי ווען, וועט איר זען אז איך בין גערעכט

getme » 11/2/2005 03:14

רבותי.זייטס נישט קיין שוטים קיינער איז נישט דא דן צי זיין אויפן טשיקען ווייל מען וויל נאך עסן די טשיקען.די
טשיקען איז שוין לאנג נישט פריש מען קען עס שוין נישט עסן אפלוי מען וויל

דא איז מען דן ווייל תלמידי חכמים. אידן וואס האבן ליב לערנען ווען עס קימט אינטער א נישט אזא שכיח'דיגע שאלה
שמיעסט מען עס אויס אין מען איז זיך מפלפל דערין להגדיל תורה ולהאדירה.אזוי ווי רבי מאיר בראנסדאפער האט געטין
אין ירושלים ווען ער האט געטראפן א טשיקען.
זיכער ווען דער עם הארץ פין ווילי וועט האבן אזא שאלה וועט זיך ארפבייגען דעם קאפ אין הייסן נישט עסן ווייל
אזוי פירט מען זיך. אדער וועט ער ענטפערן אז "עס איז דא ווער עס פירט אזוי אין עס איז דא וואס פירן אזי אזוי"וד"ל

תוקן על ידי - getme - 11/02/2005 3:17:12

זאליweaky » 11/2/2005 03:27

ער וועט הייסן ברענגען א משנה ברורה...

פייפ_ליין » 11/2/2005 03:42

די זאליס פארשטייען נישט פארוואס מען מאכט א טראסק פון די גאנצע זאך, זיי זאגן אז ס'איז מעשים בכל יום. מען האט שוין אפילו געהערט אז א צוויי פיסיג בהמה זאל ווערן א רב...

5_גארפיעלד » 11/2/2005 04:17

Typical attention seeking.

יעדער זעט אז די גאנצע מעשה איז בלויז א נארישע פראפעגאנדע זאך צו קענען כאפן אפאר מאדנע בילדער, מען זאל זען אז דער רב איז מעכטיג ער זיצט מיט א טשיקן.

וואלט ער באמת געווען אן ערנסטער תלמיד חכם וואלט ער נישט געדארפט אנקומען צו דעם...

shmoozer » 11/2/2005 05:02

אויב איך מעג זאגן א וויץ, ווער וואלט געגלייבט אז דער קרית יואל'ער רב וועט זיך אזוי באסמאקעווען מיט בילדער... נישטא אזאנס ער זאל ערגעץ גיין און קיין בילדער מאכער זאל נישט דארט זיין...

shmoozer » 11/2/2005 05:06

אויב איך מעג זאגן נאך א וויץ.. די גאס זאגט, אז צווישן קרית יואלר'ער, דער דיין און שארמאשער רב, איז נאכאלץ דער קרית יואל'ער רב דער גרעסטער חכם... ודו"ק

פייפ_ליין » 11/2/2005 05:16

דער פאטאגרעפער האט מיר טאקע געזאגט אז דער רב האט נישט געוואלט אנפאנגען ווילאנג ער איז אנגעקומען (אויב איך מעג מאכן א וויץ...)

יעצט צום ענין די זאליס לייגן אראפ כאילו די שאלה איז א גאר שכיחדיגער איך ווייס נישט וואס מיינט ביי זיי דאס ווארט שכיח אבער דא אין די בית השחיטה האט מען שוין געשחטען מיליאנען טשיקענס (8000 טעגליך) און אזוינס איז נאך נישט געווען, אויך האט מיר געזאגט ר' נח גפן - א שוחט שוין איבער 35 יאר - אז ער האט נאכקיינמאל נישט געהאט אזא פרשה

און ווען עס איז ווען טאקע אזוי שכיח וואל נעטורעס בעסט פלענט אויך נישט געדארפט אנפרעגן ביי בעל מכשיר, נאר וואס דען זיי ווייסן אז זייער פירער וועט אויף אזא שאלה נישט וויסן ווי אנצופאנגען ער וועט זיין אסאך מער צומישט ווי דאס הינדעל אליינס איז זיי גרינגער צו זאגן שכיח...



majyar718 » 11/2/2005 06:05

מען שמועסט אז זאָלי זוכט א הינדעל מיט "5" פיס און האט שוין אנגעפרעגט ביי אלע שעכט הייזער אין אמעריקע צו ברענגן אזא הינדעל צו אים אויפן טיש
און ער וועט ווייזען וואס ער קען

די פראבלעם איז נאר אז די רביצין האט אים געזאגט אז ער קען גיין מיטן פייגל צוזאמען...
נישט ביי איר אויפן טיש...
זאל ער גיין אין לישכה
באקוקען די קישקה

דער לישכה שטייט מיטן שלאס אויפן טיהר א!ן דער פאסט אפיס וויל שוין מער נישט האלטן די בעקט אפ מעיל מיט די טויזענטער שאלות מארבע פינות העולם

איין תירוץ איז אנגענומען ביים בית דין ''ס׳איז דא וואס פירן זיך אזוי און ס׳איז דא וואס פירן זיך אזוי''

shmoozer » 11/2/2005 20:07

We r all talking big shtusim. This all issue is so babyish, excuse me, reb aron is a baby even to deal with this and I think for sure that this is only for the pictures…

יענקעלע11 » 11/2/2005 20:23

shmoozer
שרייב כאטשיג לפי קוצר רוחי ועניית דעתי, דער דיין ר' געציל שפילט מיט דעם געים און שטעלט זיך צו צו די בעבישע פיקטשערס, לאמיך דיר זאגן, דיין שנאה און כעס שפראצט ארויס פון אלע דיינע קאמענטארן.

זשוליאני08 » 11/2/2005 21:38

מען האנדלט דא פון אזעלכע פינסטערע משוגעים, אז כדי זיך איינצורעדן אז זיי האבן אפגעטאן די אהרונים אויף טערקיש, גייען זיי און רעדן איין זייער עולם כעלעמער אז ס'איז א דבר שכיח צו זען א באשעפעניש מיט פיר פיס.

האט איינער דא אויף היידפארק שוין געזען א מענטש מיט פיר הענט? א קי מיט צוויי קעפ? א טשיקן מיט דריי אדער פיר פיס? א הונט מיט צוויי וויידלעך?

נאר מען האנדלט דא מיט אזעלכע טיפשים, אז זיי קענען פארקויפן פאר זייערע מענטשן טיפשות, און יענע קויפן עס נאך אפ און שרייבן עס איבער דא אויף היידפארק ווי גלייך ס'וואלט געווען תורת אלוקים חיים.

קריתיואל, האסטו נישט אמאל אריינגעטראכט: בין איך טאקע אזא בהמה אז איך לאז מיך פארפירן פון אזעלכע נארישקייטן.

איך מיין, טראכט אריין צוויי מינוט: אויב איז עס טאקע אזא דבר שכיח פארוואס האסטו קיינמאל נישט געוואוסט דערפון.

די גינעס בוק אף ווארלד רעקארדס האט א גאנצע סעקשאן פאר די אלע מאדנע באשעפענישן וואס זענען אמאל אראפגעקומען אויף דער וועלט. איך מיין דו זאלסט מעיין זיין דארט.

משהבערבעק » 13/2/2005 17:25

וויפיל יאר איז די בוטשער אויף 82 ליע עוו. אין ביזנעס?
האבן זיי שוין אויך אמאל באגעגענט אזא זאך?

און "אויב" זיי וועלן יא עפעס טרעפן, קענסטו זיכער זיין אז זאלי וועט דאס אפפאסקענען אָן קיין איין פיקטשער!! ווייסטו אפשר פארוואס? ווייל ער וועט נישט דארפן אריינקוקן אין קיין ספרים צו פארענטפערן אזעלכע שאלות, ער קען עס אויסעווייניג!! נישט אזוי ווי דער "עם הארץ" קרית יואל'ער רב!!

וואסענייעס » 13/2/2005 18:08

איינער וואס קען מיר מסביר זיין פארוואס איך קען נישט זען קיין פיקטשערס זאל זיין אזוי גוט און זאגן וואס איך האב צו טוהן אז איך זאל עס יא קענען זען יישר כח למפרע

KJfireman » 13/2/2005 19:04

זייער פשוט:
אוודאי זענען אלע טשיקנס מער ווייניגער אייניג, אבער עס מאכט זיך פון צייט צו צייט עפעס אן אויסנאם טשיקן.
פונקט ווי אלע מענטשן זענען מער ווייניגער אייניג און עס מאכט זיך ליידער פון צייט צו צייט אן אויסנאם (דער בוכ"ע זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער) איינער פון צען טויזנט ווערט געבוירן מיט ABC פראבלעם איינער פון 50000 מיט DEF און אזוי ווייטער. יעדע שטיק צייט הערט מען אין די נייעס עפעס א פאני מעשה, דא זענען געבוירן געווארן קינדער צוזאמענגעקלעפט, דארט האט איינער געהאט א קינד ביי די זיבעציג יאר, איינער איז געבוירן מיט איין ניר וכו' וכו'.

די זעלבע זאך מאכט זיך אין יעדען טשיקן פלענט פון צייט צו צייט מאדנע זאכן, דער חילוק איז נאך אז ... האט נעבעך גע'חלומ'ט צו פירן גאנץ כלל ישראל, אלע וועלט פראבלעמען און שאלות וועלן אנקומען צו אים, און די גאנצע וועלט וועט זיין אויסגעהונגערט צו הערן זיין פסק, אזוי ווי דאס איז דורכגעפאלן, מוז ער פון צייט צו צייט פאבריצירן "כמו ערנסטע פראבלעמען".

ער עסט זיך נעבעך די יארן אז דער מוהל ר' יצחק פישער וואוינט נישט אין קרית יואל, און ער קען נישט אנפירן די "מילה פראבלעמען", ער וואלט זיך ממש מחיה געווען מיט אזא סקאנדאל.

דערפאר האט ער זיך ארויפגעכאפט אויף דעם מאדנעם טשיקן און אריבערגערופן א פאטאגראפער וועלכער זאל כאפן בילדער ווי ער זיצט מיט א פאני טשיקן און אפענע גמרות... און זאל מען כאטש וויסן וואס א גאון ער איז...

געזעגענען » 13/2/2005 19:07

ער זיצט און קוקט ווי "דער האן אין בני אדם אריין"...

זשוליאני08 » 13/2/2005 19:55

קעי דזשעי פייערמאן.

לויט דיר קומט אויס אז ס'איז יא א זאך וואס פאסירט נאר זייער זעלטן.

דיינע קאלעגען זאליס דא אויף היידפארק טענה'ן אז ס'איז מעשים בכל יום צו זען א טשיקן מיט פיר פיס.

אגב איז א נחת צו זען וויאזוי די פוסקי דורינו, הרב בראנדסדארפער און קרית יואל'ער רב זענען דן איבער אזעלכע הארבע שאלות, ווען זאלי דזשיגאן פלאגט זיך נעבעך ארויסצוזאגן איין גאנצע אידיש ווארט און מאכט זיך צו שאנד און צו שפאט ביי די גדולי הרבנים אין ארץ ישראל.

קרית_יואל » 13/2/2005 20:11

הגאון הגדול "שר התורה" (א טיטל וואס דער בלאט האט שוין אראפגענומען פון אים) רבי מאיר בראנדסדארפער שליט"א האט שוין לאנג אראפגענומען דעם נושא פון טיש.
נאר גאב"ד קעי.דזשעי. (המכונה בפי כל: חזן-זשיגאן) איז נאף פארנומען מיט א שאלה וואס ביי אלע מורה הוראה איז עס א דבר פשוט.

פייפ_ליין » 13/2/2005 20:21

קרית יואל איך האף אז די פארשטייסט אז דיין לעצטע תגובה איז לעכערליך און סתירה'דיג עס איז נישט ווערט מגיב צו זיין דערויף
קודם שרייבסטו אז ר מאיר בראנסדארפער האט עס שוין אדורך
געטהון און נאכדעם שרייבסטו אז ס'איז א דבר פשוט....

עס קען זיין אז די האסט פשוט געוואלט אהערברענגען די קינדערישע וויכוח וואס גייט שוין אן און חדשות אנ"ש וועגן דזשיגאן, אבער וועגן דעם אליינס דארפסטו נאכנישט שרייבן אזעלכע נארישע תגובות

קרית_יואל » 13/2/2005 20:51

די שאלה איז שוין געברענגט געווארן הרב בראנדסדארפער וועלכער האט דאס אנגענומען ווי א דבר פשוט.
ביי אים איז דאס נישט קיין חידוש. ער איז בקי אין די אלע תשובות ספרים.
ביי גאב"ד קעי.דזשעי. (המכונה חזן-דזשיגאן) איז דאס א נייע זאך, און ווייסט בכלל נישט אז עס האבן שוין עקזיסטירט אזעלכע שאלות.

פייפ_ליין » 13/2/2005 21:00

אינטערסאנט, די בילדער זענען די זעלבע, א טשיקען מיט אפענע ספרים אויפן טיש אבער ביי איינעם איז עס פשוט און ביים אנדערן איז א זאך וואס מהאט קיינמאל נישט געהערט ,
come on baby
די זאליס האבן דיר גארנישט שלעכטס געטהון אז די זאלסט זיי אזוי שטארק פארשעמען

קרית_יואל » 13/2/2005 21:27

אויף די בילדער זעט מען קלאר וויאזוי הגאון הצדיק דומ"ץ קרית יואל שליט"א ווייזט מיט די פיגנער און גאב"ד קעי.דזשעי. (המכונה בפי כל: חזן-דזשיגאן) קוקט זיך צו ווי א אינגל אין חדר...
דאס זעלבע קוקט גאב"ד קעי.דזשעי. (המכונה בפי כל: חזן-דזשיגאן) אריין אין ספר ווי א אינגל וואס הערט אועיס זיין רבי.

פייפ_ליין » 13/2/2005 21:32

איי. עם. סארי. איך האב נישט געוויסט אז די האסט צו טהון מיט די אויגן, איך בעט דיר איבער דא ברבים און איך ווינטש דיר א רפואה שלימה

KJfireman » 13/2/2005 21:48

איך וואלט פארגעשלאגן פאר די בית השחיטה און פאר די אהרונישע בוטשערס זיי זאלן לייגן אויף די שאפינג בעגס די בילד ווי ר' אהרן זיצט מיט א הינדל, דאס וועט זיין אסאך א בעסערע אדווערטייזמענט ווי די טעיפ און ווי הרב בעק מיט די סמאוקט פיש.

קרית_יואל » 13/2/2005 21:51

KJ
יו מעיד איט!

פומבדיתא » 13/2/2005 22:03

א יישר כח פאר געזעגענען/ קרית יואל וגו' פאר די קאמפלימענטס אויף די הערליכע בילדער וואס איך האב ארויפגעלייגט

באראש » 13/2/2005 23:37

קעי דזשעי, ווען מען וועט זען א פיקטשער ווי ר' אהרן זיצט מיט א בהמה וועט מען מיינען אז סאיז שוין געווארען שלום אין סאטמאר.

קרית_יואל » 14/2/2005 01:16

דערווייל זיצט ער מיט מער ווי איין בהמה טעגליך..

באראש » 14/2/2005 02:09

שוין א גוטע פינף זעקס יאר וואס ער איז צוקריגט מיט די צוויי בהמות. ווען ער וועט שלום מאכן מיט זיי וועט ענדליך ווערן שלום אין סאטמאר.

shmoozer » 15/2/2005 01:53

וועגן די מציצה סקאנדאל שטייט אין בולעטין: אז דער "גאב"ד" איז שוין דערין.
אבער וואס א נפקא מיניה וואס קרית יואל'ר רב'ס מיינונג איז? דאס גאנצע כלל ישראל וועט זיך מוסר נפש זיין און וועלן נישט דורכפירן קיין ברית מילה, אויב די רעגירונג וועט פארבאטן מציצה.
קומט דער בולעטין פארציילן, אז אויב דאס כלל ישראל וועט אננעמען א מסירת נפש ראלע, וועט דאס זיין בהוראת הגאב"ד והא ראי' ער איז געווען דער ערשטער...

זשוליאני08 » 15/2/2005 08:31

דער בולעטין איז א קרית יואל'ע צייטונג, און די נייעס איז געווען א קרית יואלע נייעס, ווייל די קאמישאנער האט געזאגט אז זי וויל סטאפן מציצה בפה אין קרית יואל, און אלעמאל ביי כלל ישראל ווען א הלכה'דיגער פראבלעם האט זיך געמאכט אין א שטאט איז דער מרא דאתרא ארויסגעקומען מיט א דעת תורה און א הוראה פאר די איינוואוינער פון שטאט.

shmoozer » 15/2/2005 18:19

זשוליאני: דער בולעטין ווערט ארויסגעגעבן דורך א נאריש קינד, וואס ווערט געפירט דורך זיינע קינדערישע חסידות געפילן.ער איז א וואוילער אינגערמאן אבער ווייט פון אינטעליגענט ממילא ווערט זיין פעיפער געליינט דורך אומאינטעליגענטע מענטשן...
וואס איך בין אויך פון די...

קונה_ספרים » 16/2/2005 00:04

אנטשולדיגט מיר טייערע אידן, אבער מיין חבר א שוחט האט מיר געזאגט, אז אזעלכע טשיקנס איז דירעקט יא א אפטע ערשיינונג, נישט אז מען זעהט עס יעדן מאנטאג און דארנערשטאג, אבער עס איז נישט קיין אומדערהערטע זאך. יא, פאר איינער א יצמח וואס איז נישט קיין שוחט ווייסט נישט בחייכון וביומיכון, איז אלעס א חידוש.
חזקה אויף אלע חידושים אז רבנים פון צוויי אדער דריי דורות פריער האבן עס שוין גע'פסק'ענט: האר שייטלען, אייער, ווערים אין די וואסער, דריי פיסיגע טשיקנס, נידלען אין די בהמות, וכהנה וכהנה.
עס האט נישט קיין פשט צו זיצן און שרייבן (כ'מיין: פעיסטן) זשיגאן זשיגאן זשיגאן זשיגאן זשיגאן, דריי פיסיגע דריי פיסיגע דריי פיסיגע דריי פיסיגע, יא, יא, יא, יא, יא, ניין, ניין, ניין, ניין, עס טוישט נישט דעם פאקט.
עס קען זיין אז דא איז געווען עפעס מער ווי געווענליך, ר' נח גפן איז נישט קיין בטלן.

shmoozer » 16/2/2005 01:58

נאר אין אזא בעיבישע שטאט ווי קרית יואל וואו נארנים דאמינעיטן די מסיבות, פארזאמלונגען און אויסגאבעס וכו' וכו' ממילא איז די טשיקן מעשה אויך אויף דער ארענע פאר חדשים...

getme » 16/2/2005 04:46

שמויזער ליין איבער אין א רויגע מינוט דיינע תגובות "די"שרייבסט אסאך מער קינדיש ווי דער בוילעטין אין מיט ווייניגער "איי קיו"

הער אויף צי טייטלן אויף "איי קיו" א משיגענער זאגט אייביג פאר יענעם ביסט משיגע

אין חדר פלעגט מען זאגן די ביסט ...די ביסט... די ביסט מער...משיגע

עס קיקט אויס אז די האסט א קאמפלעקס אז די האסט א קליינע "איי קיו"

davka » 16/2/2005 09:18

חשוב'ע גולשים. ביטע נישט אטאקירן איינער דעם אנדערן פערזענליך.

לאמיר אנהאלטן דעם פלאץ אנגענעם און פריינטליך, צו ווייזן אז קרית יואל'ער אידן זענען נארמאלע און פארשטענדליכע מענטשן.