היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » דער באריכט אונטער אן אנדערן נאמען

דער באריכט אונטער אן אנדערן נאמען

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1277960

טראקדרייור » 9/2/2005 23:23

היינט אנגעקומען אויף די פאסט דא אין שטעטל א פאשקעוויל קעגן סמארט שאפפער'ס.
נאר איין זאך קען איך נישט משיג זיין וואס ער שרייבט דארט אז וואס עס קומט אן אומזינסט איז פון רח"ל(???), וואס טוט זיך מיט דאס אליינס??
מילא די סמארט שאפפער ווערט באצאלט דורך די עדווערטייזער'ס, (איך מיין אז קיינער האט נאך נישט באקומען או עד פאר אומזינסט אדרבה פרעגט אייך נאך).
אבער ווער באצאלט פאר דאס???
ליינט און האט הנאה.

[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוזראדן » 10/2/2005 00:03

^*^

תוקן על ידי - נבוזראדן - 10/02/2005 0:31:58

שפתי_צדק » 10/2/2005 00:06

כא כא, פתחת ב"קראנטע אינפארמאציע" וסיים ב"אדער האט ער עם געקאלט", אז דו ביסט קראנט ווייסטו דאך דעם אמת, נישט דו שטאמלסט מיט אדער'ס! (עס איז טאקע ראש חודש אדר, אבער דו מוזט נאך אלץ זיין קראנט מיט וואס דו זאגסט)

גראדע האב איך שוין געוואלט שרייבן אפאר טעג צוריק אז יאנקל האט אים איבערגעבעטן און עס איז געטון געווארן שלא בידיעתו, אבער איך האב עס נישט געקענט מברר זיין (דערווייל שרייב איך דא נאר דעם אמת).

-----------------------

ממש אפאר מינוט נאך מיין תגובה האט הערר נבוזרדאן געטוישט זיין נוסח, בקיצור, מען דארף גוט וויסן צי עס איז אמת. איך מעק עס נישט אויס, מען זאל זען ווער עס זאגט אמת.

תוקן על ידי - שפתי_צדק - 10/02/2005 0:28:40

פומבדיתא » 10/2/2005 01:10

ווי עס קוקט אויס איז עס טאקע געווען א טעות, מיין שכן א בני יואל האט מיר דאס היינט געגעבן זעהט זיך אויס אז זיי האבן עס נאר ארומגעשיקט צו די בני יואל
[בילד – נישט אפגעהיט]

getme » 10/2/2005 01:46

קול מלחמה

חכמים הם להרע .עס ברויך געהערט א קול מלחמה קעגן די שלעכטע מענטשן. רשעים וואס זענענן גרייט פאר אביסל
נערישע פאלטיק דן צי זיין דיני נפשות אפשפארן פאר א איד א ביזנעס אן צי הערן וואס יענער איד האט צי זאגן אפשר איז עס א טעות וכדומה מען שיקט צעטליך אינטער א

שלייער פין קנאות כאילו דאס איז די דרך התורה אין דער רבי זי"ע וויל דאס אז מען זאל יענעם אינטערברענגן ווייל
ער האט געמאכט א פארדריסליכע טעות אין אפולי ער האט שוין יענעם איבערגעבטן
עס ברויכן זיך ציזאם נעמן סיי די וואס ליינענן יא דער סמארט שאפערס אי סיי וואס נישט. אין ארויס קעגן אזעלכע
פאלשע קנאות אין מסלפי דרך התורה וואס גייען אן מיט רשעות אין מען דארף זיי ווייזן פאר יעדעם אז נישט דאס איז דרך התורה

שקץ תשקצנו ותעב תעבנו

תוקן על ידי - getme - 10/02/2005 1:51:01

זאליweaky » 10/2/2005 03:27

עס דוכט זיך מיר אז דו ווייסט נישט וואו דו ביזט...

די מענטשן (ובראשם דער צדיק וקדוש משה בער בעק) זענען אויסטערלישע מומחים אין טרעפן ווערטער וויאזוי צו פארשלייערן זייערע געמיינע כוונות.

און די מעשה איז נאר א קליינער ביישפיל פון וואס די רשעים זענען אומשטאנד.

קיין שום מעשה ברויך נישט קיין מקור, און קיין שום אנטשולדיגונג וועט נישט נוצן אויף א זאך וואס קען גענוצט ווערן אקעגן דעם "מקור הטומאה", כ"ק הגאב"ד שליט"א.

shmoozer » 11/2/2005 03:08

אזא עד קען נישט אריינפאלן בטעות, צי דער באריכט מיינט עס ערנסט? אוודאי נישט. אבער דער באריכט מאכט בונדאש פון גאנץ קיקעלע קהל, און יעדער טראכט צי דער באריכט קען עפעס חוזק מאכן און וואס וועט ער שרייבן.
צום פאקט: חוזק מאכן קען נישט באגרעבן קיין פארטיי אדער א קהילה, וויליאמסבורגער רב יוכיח, 5.5 יאר מאכט דער בלאט כל הטארעס און ר' זלמן לייב איז איבערגעוואקסן אלע פאראויסזאגערס און אויך אונזער ישיבה אין ק"י. דאס איז אלעס אין מציאות. דאס זעלבע מיטן באריכט: ער וועט נישט מיט קיין הארע רירן קרית יואל'ער רב, אבער עס טוט וויי...

shmoozer » 11/2/2005 03:13

וואס דער באריכט האט געטון מיט שאפערס גייד בנוגע דאס ווארט פון ווישזניצער רבי'ן פון ב"ב איז אויך געווען דאס זעלבע. אן עוולה איז עס געווען אבער זיי האבן עס נישט עכט ערנסט געמיינט... אבער שאפערס גייד האט זיך געמוזט אנטשולדיגן וואס איך בין זיכער אז פאר רעביצין סאשא האט דאס זייער נישט געשמעקט, אז מ'מוז נאכאלץ צוריקציען פון וויזשניץ; די סאטמארער זענען נאך די זעלבע... אבער ווען דער באריכט האט מען "געמוזט" צוריציען