עס איז איצט באקאנט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועט אי"ה דעם שבת יא זיין אין קרית יואל, טראץ אלע שטערונגען פון כ"ק חורינער - דער זשיגאן-חזן - און זיינע ארומיגע.
עס האט זיך אנגעהויבן ווען די ראשי תו"א האבן גערופן בעטן רשות, וועלנדיג זיין ארענטליך. אבער לישע הורוויץ האט געענטפערט ניין. איר האט זיך צוגעשטעלט צו די שונאים קענט איר נישט קומען.
עס האט במשך די לעצטע טעג געהייסן אז דער רבי וועט טאקע נישט קומען אויף שבת נאר אויף עטליכע טעג אינדערוואכן.
היינט ביינאכט איז געפאלן די החלטה אז מען קומט יא אויף שבת.
מעןגייט אויפשטעלן א ריזיגן טענט נעבן ביהמ"ד תו"א, וואו עס וועלן געפראוועט ווערן די געהויבענע תפילות און טישן, צו וועלכן עס ווערן ערווארטעט א שטראם פון הונדערטער אידן תושבי ק"י.
דער רבי וועט האבן די אכסני' אום שבת ביי הרה"ח ר' שמואל צבי אייזענבערג נ"י, און אינדערוואכן ביי הרבני הנגיד החסיד ר' מענדל שוויממער הי"ו ראה"ק דקהל ויואל משה ומנהל מוסדות ויוא"מ.
אויך וועט זונטאג נאכמיטאג פארקומען א הכנסת ס"ת צום תו"א ביהמ"ד, און דערנאך וועט פארקומען א סעודה של מצוה אינאיינעם מיט'ן דינער פאר די מוסדות אין שאפינג סענטער.
פאלגט נאך מער פרטים.
ישמח לב מבקשי השם1