היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » אלייענס בריוון מחזק צו זיין סטעיט פאליס

אלייענס בריוון מחזק צו זיין סטעיט פאליס

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1276957

זשוליאני08 » 8/2/2005 23:46

היינט בין איך געווען אין בית המדרש ד'סאסמאן, האב איך געטראפן דארט אפאר בריוון, וואס די אלייענס האט די לעצטע פאר וואכן ארומגעשיקט פאר אלע פאליס אפישעלס אין ניו יארק סטעיט, און פאר גרויסע פאליטישאנס.

אין די בריוון זענען זיי מחזק ידי עושי מצוה, די הייליגע ארבעט פון די סטעיט פאליס דאס וואס זיי טוען אין קרית יואל, צו די גרויסע שמחה און צופרידנהייט פון די איינוואוינערס, און זיי זאגן פאר די סטעיט פאליס למען השם זאלן זיי ווייטער אנגיין.

איך וועל ארויפלייגן די בריוון דא בקרוב. ווער ס'דערקענט די בריוון און ווייסט וועמענ'ס אבידה ס'איז זאל ביטע איינמעלדן דא. איך וועל עס יענעם צוריקגעבן בכבוד גדול.

זשוליאני08 » 9/2/2005 00:07

צו די קרית יואל'ע אידן וואס ליידן זיך אזויפיל צוזאם די לעצטע פאר וואכן מיט די סטעיט פאליס, וואס קומט קיין קרית יואל טיילן טיקעטס פאר גארנישט און פאר נישט, עטס קענטס גרינגער אפאטעמען, די KJ ALLIANCE פייט פאר ענקערע רייטס.

דא האט עטס די בריוו וואו די אלייענס איז מחזק די חשוב'ע סטעיט טרופערס, וואס מאכן זיכער אז עס איז ב"ה דא גענוג טיקעטס פאר אלע קרית יואל'ער אידן.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 9/2/2005 01:56

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

weiss321 » 9/2/2005 04:45

פריילעך האט עס געהייסן שרייבן

שדים_טאנץ » 9/2/2005 08:35

אבי גערעדט. דו האסט פרוף אז פרייליך האט געהייסן?

אמת טאקע אז פרייליך איז צוקריגט מיט משה לייב וויטריאל, אבער נישט אויף אזוי ווייט.

שדים_טאנץ » 9/2/2005 08:43

אגב, קען מען זען אז דער בריוו איז אויסגעשטעלט צו "דעפיוטי" סופעראינטענדענט פעלטאן און נישט צום סופעראינטענדענט אליינס.

וואס איז די סיבה?

נאר דער פעלטאן איז א שווארצער פון שווארצן לאנד. ער איז אמאל געווען א סטעיט טרופער אין מאנרא און ער האט זיך אויסגעצייכנט מיט גרויס רשעות צו די קרית יואל'ער איינוואוינער, עד כדי כך אז ער האט ארעסטירט א 10 יעריג אינגל פאר'ן שרייען אויף דעם מסור יוסף דוד הירש, ביז מען האט אים פארשיקט צו אנדערע בערעקס.

יא, איין חבר האט ער געהאט אין קרית יואל, יוסף דוד הירש אליינס.

וויבאלד ער איז א שווארצער און ס'איז דא ווייניג שווארצע סטעיט טרופערס האט ער שנעל עלה לגדולה געווען ביז ער איז אנגעקומען צו זיין הויכע פאזיציע.

לא בחנם הלך הזרזיר אצל העורב. זיי זענען געגאנגען צו דעם רשע, ווייל זיי האבן געוואוסט אז ביי דעם רשע וועלן זיי שנעל פועל'ן אפצוטון רשעות פאר קרית יואל.

majyar718 » 9/2/2005 15:26

וואס די שוטים פארשטייען נישט איז אז זיי טוהן אפ זיך זעלבסט ווייל זיי ליידן דערפון פונקט אזוי
כדרכם בקודש אנשטאט לאזן שטילן א פייער גיסען זיי אויל צום פייער

באראש » 9/2/2005 16:14

די ווערטער שרייב איך פאר געטמי:

איך האב מיך געדארפט טענהן מיט דיר, אבער דו האסט מיך בשום אופן נישט געוואלט גלייבן אז פנחס יאקאבאויטש רופט די פאליס.

יעצט זעה צו איך בין גערעכט אדער נישט.

מען זעהט די אלייענס חברה אריינגיין אין פאליס סטעשען יעדן צווייטן טאג. פאריגע וואך איז מעני מענגועל אפגעזיצן אין סטעשען א פאר שעה.

באראש » 9/2/2005 16:29

אינטערסאנט. אין באריכט האט די אלייענס געשריבן אז די סיבה פארוואס די סטעיט פאליס דרייט זיך דא אין קרית יואל די לעצטע פאר וואכן, איז ווייל די ווילידזש רייצט זיך מיט זיי, כדי צו האבן א תירוץ פארוואס מען וויל עפענען אייגענע פאליס. אין די בריוו וואס זשוליאני05 האט געלייגט זעהט מען, אז די אלייענס מעלדען איין פאר די פאליס אז די ווילידזש וויל זיך רייצן מיט זיי ווייל זיי ווילען עפענען א אייגענע פאליס.

איך האב געמיינט אז די סטעיט פאליס ווייסט שוין דערפון אז מען רייצט זיך מיט זיי און וועגן דעם דרייען זיי זיך אין קרית יואל. אבער געבטס נאר א קוק, ניטאמאל ווייסן זיי עס, די אלייענס דארף זיי עס איינמעלדען.

What a bunch of losers

]פאר אונז זאגן זיי אז די פאליס איז אין שטעטל ווייל די ווילידזש רייצט זיך מיט זיי

פאר די פאליס זאגן זיי אז די ווילידזש רייצט זיך מיט זיי, כדי זיי זאלן וועלן אריינקומען אין שטעטל

[בילד – נישט אפגעהיט]

getme » 9/2/2005 20:23

באראש.איך מודה זיין צי דיר גלייב מיר כ'האב נישט געוויסט ווי רשעות'דיג אין שלעכט זיי זענענן

כ'האב אלטץ געוויסט אז זיי זענענן שלעכט.קינדעריש.אימערצויגען אין אימערפארען אבער אזוי שלעכט צי זיין "על לא דבר"
אויף זאכן וואס זיי האבן "גארנישט"דערפין אפלוי נישט בדימון.
סתם פאר זיך אויסשטעכן א אויג ווייל פאר יענעם שטעכט מען אויך אויס?

זעט אויס אז דאס האט דער רבי זי"ע אלע יארן געפאדארט פין זיינע תלמידים אלע יארן

majyar718 » 10/2/2005 05:29

אידען טייערע נישט געזארגט
די גאנצע מעשה וועט מיאוס בעקפייערן פאר די ערב רב,
ווי פון אלבאני סטעיט פאליס העדקווארטערס האט מען היינט געהערט אז זיי זענען שטארק אויפגעברויזט אז מען טוט זיי בלעקמעילען פאר פאליטישע מאטיוון,
סך הכל וועט פון די גאנצע פרשה נאר ארויסקומען א גרויסע טובה פאר אנ''ש אין ק''י

דזשאסט וועיט ענד סי