מימרות חז"ל ומקורה....
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1276396
איך בעט פין די חברי הפורום די יודעי דבר זיך צי באטייליגען צי העלפען מיר..
"כל המבקש בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר היו נענה תחילה"
ווי שטייט דאס? איז עס בכלל א מימרא חז"ל אדער מיכאל שניצלער האט עס סתם אזוי צוזאמגעשטעלט?
למשל "כל המשמח חתן וכלה זוכה לחמישה קולות" שטייט אין ערגעץ נישט,
אויך "כל הכועס כאילו עובד עבודה זרה" וכדומה
אין ב"ק דף צ"ב ע"א שטייט עס מפורש, מנא הא מילתא וכו'
וואס דו שרייבסט וועגן זוכה לחמשה קולות אין ברכות דף ו' ע"ב שטייט כמעט אזוי, זוכה לתורה שנתנה בחמשה קולות
און דער לעצטער מאמר כל הכועס שטייט אין רמב"ם הלכות דעות בשם אמרו החכמים הקדמונים, און עס איז ידוע אז אסאך ראשונים ברענגען עס, און עס איז קרוב לודאי אז זיי האבן אזוי געהאט די גירסא אין מסכת נדרים כ"ב ע"א, אנשטאט כל הכועס כל מיני גיהנם שולטים בו, איז געשטאנען כאילו עובד ע"ז, ועיין שבת ק"ה ע"ב.
אין זוהר שטייט עס ארויס, אנדערע ווילן טענה'ן אז דער רמב"ם האט עס גענומען פון זוהר, לדעתי קען דאס נישט זיין, ואכמ"ל
נבודכנצר
שרייבסט
אנדערע ווילן טענה'ן אז דער רמב"ם האט עס גענומען פון זוהר
ווי למשל ווער?
איך קען נישט געדענקען יעצט אויפן ארט א נאמען, אבער עס איז מפורסם מאוד, איינער וועם דו האסט זיך אודאי פארגעשטעלט איז ראובן מרגליות
מהפך.
ס'איז דא א געוואלד מאמרים, וואס איז שגור בפי העם, אבער עס שטייט נישט אין חז"ל.
למשל, דער מאמר, שוטה אינו מרגיש.
עס קומט פון א רש"י אלס אין שוטה נפגע.
די זעלבע איז פאראן הונדערטער מאמרים וואס ווערן נישט דערמאנט אין די גמרא, אבער מענטשן רעכענען עס שוין הונדערטער יאר אלס ריכטיגע מאמרי חז"ל.
נאך א זייער פאפולערע מאמר:
אין הקב"ה מונה דפים אלא שעות.
ווערט אויך נישט דערמאנט אין ש"ס.
ודי בזה
ודי בזה.
א ווערטל פון ר' ישעיה בערלין (עס שטייט נישט אין ערגעץ...):
די וועלט זאגט נאך א מאמר חז"ל גם חלי וכל מכה אשר לא כתוב בספר הזה זו מיתת צדיקים - איז א מכה אשר לא כתובה... דהיינו, עס האט נישט קיין מקור, עס שטייט נישט אין ערגעץ
שבעה דברים בגולם שטייט נישט
ס׳איז שוין געווען א אשכול וועגען דעם
אותיות מחכימות
[בילד – נישט אפגעהיט]
ישר כוח נבוכדנצר איך האב עס דא געטראפען
http://kodesh.snunit.k12.il/b/l/l4108_092a.htmא"ל רבא לרבה בר מרי מנא הא מילתא דאמור רבנן כל המבקש רחמים על חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה א"ל דכתיב (איוב מב) וה' שב את שבות איוב בהתפללו בעד רעהו אמר ליה את אמרת מהתם ואנא אמינא מהכא (בראשית כ) ויתפלל אברהם אל האלהים וירפא אלהים את אבימלך ואת אשתו ואמהותיו [וגו'] וכתיב (בראשית כא) וה' פקד את שרה כאשר אמר וגו' כאשר אמר אברהם אל אבימלךעס איז שוין געווען אן אשכול וועגען דעם דא אין חדשות אנ"ש, געפענט דורך "אינגערמאן", ווער עס קען לינקען אהער, זאל.
נבודכנצר
מאך נישט ר' ראובן מרגלית פאר א טיפש. ער איז געווען א שטארקע בקי אין היסטאריע, און עס לאזט זיך נישט אויף'ן שכל ער זאל זאגען אז די רמב"ם האט גענומען פין זוהר.
באמת בין איך א בארא פארקער...
יישר כח בארא פארקער מיין לאנדסמאן.. אבער כ'מיין אז כורמיזא האט געעפענט יענעם אשכול, כ'האב דאס געזוכט אין די ארכיוון אבער כ'האב דאס נאך נישט געטראפן דערווייל.
שוטה אינו מרגיש,
ווי שטייט דאס?
שבת י"ג ע"ב
אין שוטה נפגע
רש"י: אינו מכיר בפגעיו
שור שנגח את הפרה זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי
אויב טאר מען נישט דא אריין מישען פאליטיק מעג עס דער מנהל אראפ נעמען
ואס מען מעג און וואס מען טאר נישט, איז איין זאך
נארמאל וואלט געווען נישט אריינצומישן פאליטיק אין א נארמאלן באלערנדן אשכול ווי דער אשכול.
אבער איך מעק נישט דיין פאליטיק, נאר דאס וואס כ'האב געווארענט פאראויס.
קענסט דאס אליין מתקן זיין אז דו ווילסט.
גערעכט איז גערעכט
אמאל אז מען איז אזוי אריינגעטאן אין לערנען לייגט מען צו א מילתא דבדוחתא כאטש לויט חז''ל זאל מען דאס טוהן בעפאר מען הייבט אהן צו לערנען
אזוי ווי איך קען שוין דאס נישט מתקן זיין קען דער חשובער מנהל דאס טוהן פאר מיר
דער עיקר אז ה''פ זאל זיך האלטען צו א נארמאלע סטענדארד
איז שושנתיעקב א פיוט אדער א מאמר חז"ל
עכ"פ א ניגון פאר בעלי מנגנים זעכער.......
רבותי,
איך דארף האבן מאמרי חז"ל אויף יום הולדת,
ווער קען מיר העלפען?
א מאמר חז"ל ווייס איך נישט אבער א פסוק האב איך
ויהי ביום השלישי, יום הולדת את פרעה, ויעש משתה לכל עבדיו (בראשית מ, כ)
הערה צו פריער, לכבוד פורים קטן:
אין א גניזה אין עגיפטן (אפשר קאהיר, אדער פיתום) האט מען געטראפן א כתב יד פון ספר בראשית, איין חידוש איז דארט געווען, אין פרשת וישב זענען די ווערטער יום הולדת געווען מחובר (אזוי: יום-הלדת), און מיט איין טראפ:
אזלא גרש...
ווער עס לייענט יעצט די תגובה זאל זאגן הויך די ווערטער, מיט דעם ניגון פונעם טראפ:
יוֹם-הֻלֶּדֶת