ווי יעדע וואך איז די וואך נישט געווען אנדערש אין סאטמאר ראדני פעטש און גלעזערס איז געפלויגען שבת.
פרייטאג צונאכטס
איז געווען זייער א קליינער עולם ביים דאווענען, אבער עס איז געווען 15 גארדס אין שול וואס די זאליס האבן געדינגען, און פאליס זענען געשטאנען גרייט אין פראנט.
קיין באטע איז נישט געווען אזוי ווי יעדע וואך, ווייל דער עולם קומט נישט, טראץ די שווערע ארבעט וואס מען פלעגט אריינלייגען אז דער עולם זאל קומען, קומען נישט נאר א מנין משוגעים, און זאלי איז געגאנגען שלאפן זיך אויסצורוהען...
שבת צופרי
איז געוען אביסעל מער מענשטען אבער עס איז נישט געווען קיין ערנסטע רייבערייען.
שלש סעודות
האט אן אלטער בחור א זאלי ע. אנגעהויבען צו שלאגען א יונגערמאן אן אהרוני, ווייל ער איז געשטאנען מיט א גרופ אהרונים קעגן זאליס פנים, אין געלאכט ווי זאלי מאכט זיך משוגע און פארגלייזט זיך די אויגן אן די ברילען, ע. איז צוגעלאפען צו אים און אים אראפגעכאפט די גלעזער, עס איז געווארן קולי קולות, זאלי איז געווארן אויס פארגלייזט, דער יונגערמאן איז ארויף געטאנצען אויפען זאלי בחור און אים אנגעהאקט די ביינער.
די פאליס איז געקומען אריינצולויפען און ער האט גערופען בעק אפ, זיי זענען אריינגלאפן אין שול, זיי האבן געוואלט ארעסטירען ע. ער האט נישט געהאט קיין ברירה נאך די פעטש וואס ער האט געכאפט האט ער צוריק געגבען די גלעזער.
די פאליס איז ארויס האבן זיך די יונגעלייט גערייצט מיט דעם אלטן בחור און געמאכט גרודער, איז ער צו געלפאן צו אן אנדערען יונגערמאן און אוועק געכאפט די גלעזער די יונגעלייט זענען ארויף געטאנצען אויף אים און אנגעבראכען די ביידנער און אוועק גענומען די גלעזער פון אים.