היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » וואס טוט איר מיט א טרעפיק טיקעט?

וואס טוט איר מיט א טרעפיק טיקעט?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1272494

שמעק_טאביק » 4/2/2005 19:17

ווען מ'באקומט א טרעפיק טיקעט אין אפסטעיט קען מען זיך גרינגער אן עצה געבן. מ'קען מאכן א פשרה און אפקומען בלויז מיט געלט. אנדערש ווי אין ניו יארק סיטי, גייט נישט די מעשיות. אדער צאלסטו ווי א טאטעלע און באקומסט דיינע פוינטס; אדער פייטסטו דעם טיקעט אינגאנצן וואס איז גאר שווער צו טון.

למעשה איך האב לעצטנס באקומען עטליכע טרעפיק טיקעטס אין שטאט, איינס אין מאנהעטן און איינס אויפן FDR. וויל איך פרעגן: וואס קען איך טאן דערצו? האט איינער עצות וואס איז בדוק ומנוסה? יא נעמען א לאיער אדער לוינט זיך נישט? איך וויל דא קלאר מאכן אז מיין לייסענס איז קליען אינגאנצן און איך וויל נישט אנמעסן יעצט. די אינשורענס איין ניו יארק איז גענוג הויך אזוי אויך. ממילא וויל איך זיכער פייטן די טיקעטס.

וואס טוט מען צו די אנשיקענישן? ווען וועט מען שוין פטור ווערן פון די צודרייטע טיקעטס אויף טריט און שריט על לא דבר? אוי גלות, גלות, ווי גרויס ביסטו!......

ליכטיג » 4/2/2005 21:41

מען דארף נישט נעמען קיין לאוער, עס איז די היימישע חברה וואס טויגען בעסער דערצו.

שמעק_טאביק » 4/2/2005 21:48

היימישע חברה?

ווער איז דאס? קיינמאל נישט געהערט דערפון! אדרבה, גיב מיר א טעלעפאן נומער, א נאמען, אן אדרעס... עפעס!

אפשר קענסטו מיר שרייבן מער פרטים אין תיבה אישית?

יישר כח למפרע פאר דיינע תשובות!

באראפארקער » 4/2/2005 22:44

געווענליך דארף מען טוהען גלייך ווען מען באקומט דאס, נאך א פאר טעג קענען די "היימישע" חברה קיין סאך נישט טוהען.

יעצט נעם א לויער זאל דיר פארטיידיגען.

שמעק_טאביק » 6/2/2005 04:47

איך האב באקומען איינס יעצט פארגאנגענעם פרייטאג. איז שוין צו שפעט?

בכלל, איז גוט צו וויסן אויף להבא. ווער זענען די "היימישע"?

zeidel » 6/2/2005 06:20

פארבינד זיך מיט שייע לייזער לאקס
א וויזניצער יונגערמאן

zeidel » 6/2/2005 17:14

וויזניץ מאנסי
לאקס פון די באסעס
העיווארד סט וואינט ער

babyfish » 15/2/2005 04:23