איך בין שרעקליך אויפגעשוידערט געווארן ווען איך האב געהערט פון די מעשה נבלה.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז דאהי אין קרית יואל געקומען א גאר חשוב'ער איד פון ירושלים, נישט קיין סאטמארער, אבער מיט א קאפל און ציצית, און דאכט זיך ער האט אפילו געהאט א בארד. א גרויסע בארד.
דער איד איז דער גרינדער פון א מוסד אין ירושלים פאר קראנקע קינדער, גייסטיש קראנקע, צ.ב.ש. דאון סינדראם א.ד.ג.
דער איד האט געגרינדעט דעם מוסד ווייל ער האט אליין נעבעך צוויי אזעלכע קינדער, און די מדינה שטעלט נישט צו קיין שום הילף פאר חסיד'ישע קינדער אין אזעלכע מצבים.
על כל פנים, דער איד איז ארויסגעקומען קיין אמעריקע נאך הילף, מיט בריוון פון די גרעסטע רבנים אין ארץ ישראל, ובתוכם חברי הביד"ץ. ער איז דאהי ארומגעגאנגען נאך געלט צווישן אחב"י רחמנים גומלי חסדים, און אויך האבן עטליכע עסקנים אפגעראכטן א טיי אווענט פאר זיין מוסד.
עכ"פ, פאר'ן אהיימפארן קיין ארץ ישראל, איז ער צוגעקומען צו מיינס א נאנטן, וועלכער איז געווען איינער פון די עסקנים, און ער האט זיך ביטערליך צעוויינט. דער עסקן פרעגט אים פארוואס ער וויינט. ענטפערט ער ווי פאלגענד:
איך בין נעכטן געגאנגען נאך געלט פון טיר צו טיר, צו זאמלען געלט פאר די קראנקע קינדערלעך. ביי איינע פון די טירן, איז ארויסגעקומען דער בעה"ב (א גרויסער זאלי, דערווייל שרייב איך נישט דעם נאמע, ועוד חזון למועד), און הערנדיג פון וואס ס'רעדט זיך, און וויסנדיג אז די עסקנים וואס האבן אים צוגעהאלטן זענען פערצופאל געווען רוב אהרונים, האט ער אנגעהויבן צו גיסן פעך און שוועבל אויף דעם צעבראכענעם טאטן פון צוויי קראנקע קינדער: גיי צו אהרן, ער האט גענוג געלט, ער האט א סקול דיסטריקט, ער קען דיר געבן גענוג געלט פאר דיינע קראנקע קינדער, ער באדט זיך אין געלט. גיי דיר צו די ---- אהרונים, אפשר וועלן זיי דיר קענען העלפן.
דער עושר האט פארהאקט די טיר, און געלאזט דעם צעבראכענעם איד שטיין אינדרויסן, מיט טרערן אין די אויגן און א צעבראכענעם הארץ.
דער איד האט זיך שפעטער אויסגעוויינט פאר'ן עסקן: וואס בין איך שולדיג אז איך האב צוויי קראנקע קינדער? וואס ביל איך שולדיג אז חסידים פון ר' אהרן, וואס ער לייגט אריין חסד אין די ביינער פון זיינע נאכפאלגער, האבן מיר ארויסגעהאלפן אין מיין שווערן קלעקם? וואס האב איך זיך פארזינדיגט?
ווער ס'קען דאס ערקלערן, אויסער על הניסים, עקשטיין, טוב לכל און ענליכע, זאל ביטע געבן אן ערקלערונג דערויף!