הרב יצחק לעבאוויטש פון וואודרידזש נ.י. וועט וויילן דעם שבת קודש פרשת משפטים, בעירינו הקדושה וויליאמסבורג. בקרב תלמידיו ומעריציו.
ער וועט פראווען דעם שבת אין בית רחל האלל.
עס איז אין א צייט, וואס הערשט א גרויסע פראגע צייכן ביי זיינע נאנטע, צי וועט ער אננעמען דעם פארשלאג פון קהל תורה ויראה פון ירושלים, אנצונעמען דאס רבנות פאסטן ביי זיי.
איז ער דען ווערד צו זיין א רב/י?
חוץ פון שרייען אויף אנדערע אז זיי זענען נישט גוט, טויף וואס נאך טויג ער?
jewboy
אם כן הוא מאד מאד מתאים בשבילם
צופעליג קען איך גאנץ פון דער נאנט, די וועלט ווייסט נישט, אבער ער איז א געוואלדיגער גאון בכל מקצועות התורה, ער איז מבהיל'דיג אין דרוש, תשובות ספרים, און אויך א הוגה דעות, ער האט א שיטה אין אידישקייט, ער האט אויך א שוואכקייט צו די רבי'ס פון היינטיגן דור, ער האלט אז זיי האבן שוואך געמאכט דעם כבוד פון תורה, און אז דער כבוד פון א רבי'ן - אפילו א תינוק בן יומו - שטייט העכער ביים חסידישן עולם ווי א יונגערמאן וואס הארעוועט אויף תורה, אדער א מורה הוראה - א פאקט וואס איז ליידער אמת, עס איז שוין אזוי אנגענומען פראסט און פשוט, א רבי מוז נישט קענען לערנען... נו, מיט וואס איז ער א רבי? קענסט אים רופן מנהיג, פיהרער, משפיע, אבער רבי? טאקע געווען בי'ס וואס געווען רבי'ס, למשל סאטמאר רב, האט געלערנט זיין עולם א מהלך אין אידישקייט, כאטש רוב וועלט האט עס נישט אנגענומען, אבער דאס מיינט א רבי, אזוי אויך תו"א רבי זצ"ל, אבער רוב רבי'ס זענען נאר כמו רבי, דאס איז זיין מיינונג.
איך גיי נישט יעצט אריין צי ער איז בעצם יא אדער נישט ווערט, אבער קבל את האמת ממי שאמרה, און אויב נישט אינגאנצן, למיחש מיהא בעי
אויב איז ער נישט מער ווי א תלמיד חכם איז דאך דא פלענטי. אויב ווידער איז ער גרויס ווייל ער האט א שיטה אין אידישקייט, איז ער דאך ווי אן אנדער רבי. איז וואס איז זיין גדלות לשיטתו?