היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » נייע אדווערטייזינג אויסגאבע קומט ארויס

נייע אדווערטייזינג אויסגאבע קומט ארויס

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1271375

באראש » 3/2/2005 20:19

מיין פאסט קעסטעל ווערט פולער און פולער יעדן טאג, מיט נאך און נאך אויסגאבעס, אין יעצט ווער איך גאר געוואר אז ס'קומט שוין א פרישע אויסגאבע.

יאנקל שטיינמעץ קומט ארויס מיט א דריטע אויסגאבע. ס'גייט הייסן שאפער'ס פלייער, ס'גייט אויסקוקן אזוי ווי אלימלך דייטש'ס פעיפערנע באקלעט "שאפ ענד סעיוו" וואס ער געבט ארויס ציזאמען מיט זיין קרית יואל זשורנאל.

גיי מיר יעצט האבן צען אויסגאבעס אין אונזערע פאסט קעסטלעך:

1. בולעטין
2. זשורנאל
3. סמארט שאפער
4. שאפ ענד סעיוו
5. שאפער'ס פלייער
6. קעי דזשעי קאמיוניטי
7. המספיק גאזעט
8. באריכט
9. אום אני חומה
10. עם סגולה

און מיט דעם ענדיגט זיך עס נישט. אלימלך סטראשעט אז ער גייט ארויסקומען מיט א אויסגאבע פון גלאנציגע פעיפער.

נאר אזוי, זאלן זיין וואס מער אהרוני'שע אויסגאבעס.

טוב_לכל » 4/2/2005 10:14

יכה יוסי את יוסי...

keep up the good work

קריתיואלער » 4/2/2005 22:19

באראש און טוב,

וואס מער אהרוני'שע אויסגאבעס ס'איז דא אלס בעסער איז.

וואס מער אהרונישע אויסגאבעס ס'איז דא, אלס ווייניגער קוקן קרית יואל'ע אידן אריין אינעם נארישן באריכט.

איך וואוין אין א בילדינג מיט ארום א מנין אנדערע אהרונים. יעדער איינער פון זיי ווארפט אוועק דעם באריכט אין גארבידזש ווי נאר ס'קומט אן אויף די פאסט. איך בין דער איינציגסטער וואס ווארפט עס נישט תיכף אוועק, נאר איך קוק קודם איבער די קעפלעך.

אויב וועלן נאך אויסגאבעס אנפאנגען אנצוקומען וועל איך אויסגעבן מיין גאנצע כעס אויף דעם באריכט און עס אוועקווארפן נאך פאר ס'טרעט אריין ביי מיר אין שטוב.

אגב, נעמען זיך יעצט צוזאם א גרופע גערעגטע אהרונים אין עצי תמרים, וועלכע האבן שוין נישט קיין נערוון צו אזויפיל אויסגאבעס און זיי גייען אריינגעבן א דימענד צו די פאסט אפיס אז זיי ווילן מער נישט באקומען דעם באריכט.

לויט'ן געזעץ, אויב רוב מענטשן אין א גאס נעמען זיך צאם אז זיי ווילן נישט באקומען א אויסגאבע, טאר עס די פאסט אפיס נישט שיקן פאר קיינעם אויף יענע גאס.

די זעלבע אקציע וועט שפעטער נאכגעמאכט ווערן אויף אנדערע גאסן.

תוקן על ידי - קריתיואלער - 04/02/2005 22:50:11