היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » א ווארימע קאווע - מיט 15 מיליאן דאללער

א ווארימע קאווע - מיט 15 מיליאן דאללער

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1270708

זיידיאנטשי » 3/2/2005 08:18

אזויווי מיר זעט איר מסתמא כמעט יעדן טאג די בילד אויפן טעסטער דזשויס שאכטל ווי איינער טרינקט געשמאק א ווארימע קאווע, דער מענטש פונעם בילד האט זיך יעצט אויפגעוועקט און געקלאגט טעסטער דזשויס פאר ניצען זיין בילד אן רשות, זיי האבן געוואלט סעטלען פאר הונדערט אלפים, ער האט געוואלט 8.5 מיליאן, א דזשורי האט אים יעצט געשענקט 16.5 מיליאן דאללער!

http://news.ft.com/cms/s/bc5710c2-74bf-11d9-a769-00000e2511c8.html

http://www.signonsandiego.com/news/state/20050202-0006-ca-nestle-model.html

http://www.cnn.com/2005/LAW/02/01/coffee.model.ap/index.html

פארפאלן, ער האט עס גיט געמאכט, ער האט זיי עס געלאזט ניצען א שיינע פאר יאר און ער האט יעצט באקומען 5 פראצענט פון די קאמפאניס ריוח אין די 6 יאר וואס מהאט געניצט זיין בילד (זעט אויס אז מבינים שאצן אז אזויפיל ווי 5 פראצענט פון די פראפיטן איז אדאנק דעם בילד, איז שוין משיח השם גארנישט אזוי משוגע ווען ער זאגט אז ער קוקט אויף די לאגא ווען ער קויפט עפעס, כהאף אז פעפסי פאסט אויף..)

און ער וויל מיר איינרעדן אז ער האט "פשוט נישט באמערקט" די אלע יארן אז זיין בילד איז אויפן לעבל... גיט געמאכט, פאר מיר געזאגט אזא טעות

[בילד – נישט אפגעהיט]

עפשטיין » 3/2/2005 19:35

חזקה נאך דריי יאר וואס ער איז נישט מוחה איז נישט דא אין דער אמעריקאנער געזעץ?

משיח_השם » 3/2/2005 20:34

דאכצעכמיר אז 'חזקה פון דריי יאר נישט מוחה זיין' איז נאר אויף א קרקע, וואס יעדער ווייסט וועמעס דאס איז. און דער מענטש וועט זיכער באמערקן אז א צווייטער דרייט זיך דארט. (כ'האב שוין לאנג נישט געלערנט די גמרא, ממילא קען זיין אז כ'בין מיך טועה).

משא"כ דא, טענה'ט דאך דער מענטש, אז ער האט אפילו נישט געזעהן דעם בילד, ווייל ער קויפט קיינמאל נישט קיין קאפי, ער מאכט אליינס קאפי פון באנדלעך - ווארשיינליך איז ער א פרומער.

וואס איז אבער יא אינטערעסאנט איז, אז זיינע שכנים, און באקאנטע, קויפן דאך יא טעסטערס טשויס. וואלטן זיי דאך זיכער איהם געדארפט אמאל קאמענטן דערויף. ווייס עך נישט.

yohcee718 » 4/2/2005 01:49

בכלל אין הלכה איז נישט פארהאנן א רעכט צו אן אן אייגענע בילד
אדער בכלל 'copyright'

און ווי באלד עס איז קוים דא רעכטען פאר מדפיסים האבען די דרוקערד געמוזט זיך ווענדען צו די רבנים מסכימים אז זיי זאלען שעלטען די וואס וועלן דרוקען דעם ספר לפני עשר שנים וכו' וכו' והדברים עתיקים.


"וכל הפורץ גדר ינשכנו נחש, לטותא דרבנן שאין לא רפואה"

מנחתאלעזר » 7/2/2005 00:27

יוסי

אנטשולדיגט אבער דער חתם סופר דער שואל ומשיב רבי עקיבא אייגער דער אגרות משה האלט אנדערש פון דיר.

עס איז יא זכויות יוצרים COPYRIGHT אין הלכה, אין אוודאי ביי ספרים.

די אלע חרמות אויף אפאר יאר זענען נאר אויף קלאסישע ספרים וואס קיינער האט נישט קיין רעכט אויף דעם, אין כדי ער זאל נישט שאדען האבען האט מען געמאכט א חרם חמור, אבער א ספר וואס איז דיינס בירושה איז אוודאי דא אזא זאך.

זאליweaky » 7/2/2005 00:39

איינער ווייסט אפשר ווען דער "אגרות משה" איז געבוירן ???

איך האב אלץ געמיינט אז ער האט נאך געלעבט אין אונזערע צייטן, דערווייל זעה איך "חתם סופר, שואל ומשיב, ר' עקיבא אייגער" און "אגרות משה" ???

מילא דער חת"ס, ער איז דאך געווען פרא-טיילונג...

אבער דער שואל ומשיב איז דאך לכתחילה נישט געווען אזוי שטארק פארן טיילונג ???

ווער רעדט נאך פון רעק"א, ער איז דאך געווען א גאנצער "לאטוואק"...

באראפארקער » 7/2/2005 06:27

לויט ווי איך דענק איז דא א תשובה אין נודע ביהודה וואס האלט אז חידושי תורה זענען נישט אין די רשות פין די מחבר.

באראפארקער » 7/2/2005 06:28

זאלי
איך בעט דיר,
הייב נישט אן מיט די שוכני עפר, זיי וועלען מאכען פין דיר א גל של עצמות.

זאליweaky » 7/2/2005 06:36

דער גרעסטער בזיון פאר גדולי ישראל, איז דאס מישן דעם טשאלנט טאפ וויאזוי עס גלוסט זיך !!!

אביי, אגרות משה, אבי עזרי, רבא, רמב"ם, רא"ש, וכו' וכו', איז שוין כמעט נישט קיין ליצנות !!!

ווער רעדט נאך ווען מען מישט אריין די היינטיגע "קלים וריקים" (כ'ווארט קוים אויף א פסק פון מצגר...).

majyar718 » 7/2/2005 06:44

לויט ווי יעך הער איז ראביי אנטי-מציצה-בפה טענדלער א חתן ביים אגרת משה

majyar718 » 7/2/2005 06:48

אבער מיטן עירוב לאזט ער מן הסתם נישט טראגן.......

worldwar » 7/2/2005 06:48

אויף טעיפס און סידיס (מוזיק אדער בר אילן אדער ווינדאוס) איז דא ?copyright

ליכטיג » 7/2/2005 07:45

רב טענדלער האט געהאלטען אז ער קען מער פון שווער.

איך האב הנאה אז זאליוועקי איז נאך ממשיך די פארצייטישע סאטמארער דרכים, כמאז ומקדם פון קראלע.

אגרות משה גארנישט - קומט אים פאני קאלס

רבי עקיבה אייגר - א ליטוואק- אין פוזנא

חתם סופר - געמאכט דעם טיילונג- נאך זיין פטירה.


WORLDWAR ר משה פיינשטיין שרייבט אין די תשובות אז יא, אבער באלד וועט זאליוועקי אפפרעגען זיין תשובה.



תוקן על ידי - ליכטיג - 07/02/2005 7:50:35

זאליweaky » 7/2/2005 17:20

אז מען ווייסט נישט אז מען קען נישט, אז מען ווייסט נישט אז מען קען נישט, נעמט מען זיך נישט אונטער (X 2)...

YOU GOT ME WRONG.

רעק"א האבן די ליטוואקעס פראסט "געהיידזשעקט", ער האט מסתמא ניטאמאל געזען דאס לאנד.

וועגן דעם טיילונג אדער קראלע לאמיר רעדן אין אן אנדערן אשכול (ס'האט גאנץ קנאפ שייכות מיט קאווע אדער בילדער).

די איבריגע זאכן איז כדאי אז זאלסט מיר נישט פרעגן ברבים...

worldwar » 7/2/2005 18:12

ר' ליכטיג אויב אזוי פארוואס איז די גאס "פארפלייצט" מיט אלע מיני קאפיס?

מנחתאלעזר » 23/2/2005 23:10

באראפארקער

איך מיין אז די ביסט זיך טועה, עס איז נישט דא אזא נודע ביהודה, די מיינסט מסתם דעם נצי"ב און אנדערע וואס שרייבען אז א מחבר האט נישט קיין רעכט אויף זיין חידושי תורה {מה אני בחינם אף אתה בחינם} אבער די רעכט פון זיין ארבעט אין די פאפיר האט ער זיכער..

חוץ פון דעם וואס אלע פוסקים זענען מודה אז דינא דמלכותא און מנהג המדינה איז זיכער דא.

WORLDWIDE
וואס פאר א סארט קאפיס איז דער גאס פארפלייצט? פארשטייט זיך אז יעדער האט רעכט צו דרוקען א רמב"ם רשב"א שלחן ערוך אדער א אנדערער ספר וואס האט נישט קיין בעלים.

אבער א ספר ווי למשל דברי חיים, האט מען געפאסקענט אז סתם א מענטש האט נישט קיין רעכט צו דרוקען ווייל עס געהערט פאר באבוב

worldwar » 23/2/2005 23:25

איך מיין טעיפס מיט סידיס

scy4851 » 23/2/2005 23:29

איך פארשטיי נישט דער חילוק פון מעגען דריקען תשובות הרשב"א אין נישט מעגען דריקען דעם דברי חיים...

מנחתאלעזר » 23/2/2005 23:42

SCY
ווער האט א זכות אויף דרוקען תשובות הרשב"א ווער זענען די יורשים פונעם ספר?
דא איז נאר שייך אז איינער וואס האט אריינגעלייגט געלט זאל נישט דערלייגען, ממילא איז א שאלה צו ער האט הסכמות מיט חרמות ספעציעל היינט וואס עס איז דא א סאך קונים און מדפיסים איז נישט אזוי שייך השגת גבול

אבער א ספר ווי דברי חיים למשל האט רבי ישעי טשעחויבער געהאט דעם זכות אלעץ א יורש, אין זיינע יורשים האבען עס פארקויפט פאר באבוב מען עס קיינער נישט דרוקען,


WORLDWIDE
זיי מיר מסביר וואס פאר א קאסעטלעך דרייען זיך ארום קאפיעס? למשל אז ליפא שמעלצער מאכט א טעיפ פארקויפט מען קאפיעס און רשות אין מען פארקויפט עס?

תוקן על ידי - מנחתאלעזר - 23/02/2005 23:49:25

worldwar » 24/2/2005 06:38

קאסעטלעך איז נאר אויפן שווארצע מארקעט אבער קאמפיוטער פראגראמס איז דא צו באקומען אלעס ווינדאס 311 95 98 2000 xp word xp 97 2000בר אילן דיביעס פוטו שאפ קארל דרא וכו' וכו' אטו כי רוכלא ליזיל וליחשב
איז דא א היתר אויף דעם?

טובעין » 14/2/2006 18:52

dismisses lawsuit over Orthodox Jew's Times Square photo



By SAMUEL MAULL
Associated Press Writer

February 13, 2006, 7:57 PM EST

NEW YORK -- A judge has dismissed an Orthodox Jew's lawsuit, finding that a photograph taken of him on a street and sold for hundreds of thousands of dollars is art _ not commerce _ and therefore is protected by the First Amendment, even though his religion forbids it.

Manhattan state Supreme Court Justice Judith J. Gische ruled that the photo of Emo Nussenzweig _ a head shot showing him sporting a scraggly white beard, a black hat and a black coat _ is art even though the photographer took it surreptitiously near Times Square in 2001 and then sold 10 prints of it at $20,000 to $30,000 each.

Philip-Lorca diCorcia's photographic show "Heads" was at the Pace Gallery in Manhattan's Chelsea area in September and October 2001, featuring shots of 17 people photographed without their knowledge in New York, Tokyo, Calcutta and Mexico City. The displayed photo of the 80-year-old Nussenzweig was about 3 feet by 4 feet.

New York's right-to-privacy laws prohibit the use of a person's likeness for commercial purposes without the person's permission. But if the likeness is deemed to be art, the commerce restrictions do not apply.

New York has been fairly liberal in its protection of what constitutes art, the judge wrote. She said New York courts have "recognized that art can be sold, at least in limited editions, and still retain its artistic character."

"First Amendment protection of art is not limited to only starving artists," the judge wrote in a decision made public Monday. "A profit motive in itself does not necessarily compel a conclusion that art has been used for trade purposes."

Nussenzweig's lawyer, Jay Goldberg, said he was writing his appeal of the judge's decision and expected to win a reversal.

Goldberg said his client's religion forbids, and he has a deep conviction against, reproducing his image by photography or other means because of the belief in the Second Commandment's prohibition against graven images.

"It puts him in a disgraceful light within his community," Goldberg said. "It violates the tenets of the particular religious sect to which he belongs. He shouldn't be put in a position where people might think he sold out for a few bucks."

Goldberg said Nussenzweig's son saw the photograph in a catalog of diCorcia's work in a bookstore in early 2005. Nussenzweig sued in February 2005, alleging his privacy was invaded and his image was used for commerce.

Lawrence Barth, diCorcia's lawyer, said that what was at stake in the case was the right to make art in public places. Without such a right, Barth said, there would be no photo of the sailor kissing the nurse in Times Square at the end of World War II.

Another diCorcia lawyer, Kenneth Schacter, said it did not matter that Nussenzweig objected to the photo on religious grounds. "Our First Amendment rights," he said, "trump his religious beliefs."


Copyright 2006 Newsday Inc.

תוקן על ידי - טובעין - 14/02/2006 18:58:16

Shamos » 14/2/2006 20:03

משנה_למלך » 15/2/2006 08:22

שוין ווייטער איז דער איגרות משה שולדיג ...
קען מען נאך צוריקברענגען דעם אשכול צו אירע רעלסן ??



מילא דער מענטש אויפן בילד פון טעיסטער טשויס פארשטיי איך
 אבער דער פרוי אויפן נעסקעף איז דאך סתם א נאר אז זי האט נישט געקלאגט.
און נאכדערצו אז מען רייסט איר אראפ אין אלע בתי מדרשים. יעצט פארשטיי איך שוין אין חכמה לנשים      [בילד – נישט אפגעהיט]

מנחתלאזר;
דוכט זיך אז ס'יז יא דא אזא מין הלכה פון הכל לפי המבייש והמתבייש,
און דאס וואלט שייך געווען ביי אונזער פאל פון ארויפלייןג א בילד.

זאלי;
קודם האסטו אונז עפעס צוגעזאגט אז דו גייסט מער נישט נוצן דעם נ יק
נו, האסט באשלאסן צו חרטה האבן ?
נאכדעם האב איך נאך א קשיא, שוין לאזן פאר א צווייט מאל.

ליכטיג » 15/2/2006 19:31

אז מען דארף דעם אגרות משה פאר א איסור אויף א עירוב אין נו יארק נעמט מען אים אראפ פון תליה.